אינטערעסאַנט, וואָס איינער אַ קאָמענטירער שרײַבט:
איז אזוי די 2 ווערטערביכער אנליין זענען פון וויינרייך און פון הארקאווי.א גוטן מועד (האט דען דיין אידישיסטישער אויסגעשפילטער ווערטערבוך א טייטש אויף דעם אידישן וואונטש?)
הארקאווי'ס איז צו אלט דערפאר האט דאס נישט די 'נייע' מעדעצינישע טערמינען פון וואס דו שרייבסט.
די וויינרייך איז דאך אן אידישיסטישער באצווינגער וואס די חסידים זענען ביי אים נישט געווען עקזעסטירענד. - און איר אנליין פארעם איז אויך זייער ארים.
צום לעצט דארף איך נישט קיין ווערטערבוך ווייל מיר באנוצען אויף כמעט אלע מעדעצינישע טערמינען דאס ענגלישע ווערטער דערפאר.
די ווערטער וואס דו שרייבסט איז אייגן'ס-געמאכטע און קיינער פון די היינטיגע אידיש רעדענדיגע וואס זיי זענען אלע חסידים נוצן דאס נישט.
אפֿשר מיינט דער ייִד, אַז די ליטעראַרישע ייִדישע שפּראַך איז אַ מאָנדע גערעדעניש באַנוצט נאָר פֿון אַ מאָנדעם שבֿט "אידישיסטן" וואָס זיי איז געגאַנגען איז לעבן צו איגנאָרירן די חסידים.
אפֿשר ווייסט ניט דער ייִד, אַז מע שרײַבט שוין אויף ייִדיש כּמעט טויזנט יאָר, און ניט אַלע ווערטער זײַנען אים שוין באַקאַנט. פֿרומע ייִדן האָבן אַפֿילו (!) געשריבן אַ מאָל אויף ייִדיש וועגן דבֿרי-קודש! אפֿשר וואָלט דער ייִד עפּעס אָפּגעלערנט פֿון די זאַכן!
אפֿשר ווייסט דער ייִד וואָס עס טוט אַ לייענער פֿון (צום בײַשפּיל) ענגליש, ווען ער קען ניט אַ וואָרט? ער קוקט אַרײַן אין אַ ווערטערבוך.
גיט אַ קוק אַרײַן אין אַ בוך וואָס מע האָט אָנגעשריבן מער ווי מיט אַ וואָך צוריק. אַפֿילו איר קענט ניט אַ וואָרט אָדער צוויי. איך טו די זעלבע מיט חסידישע ביכער!