יעדעס יאָר האָב איך די זעלבע געפֿילן בײַם לייענען פּרשת שמיני. זיי זײַנען די זעלבע וואָס שווימען אויף אין מיר ווען איך קוק להבֿדיל אַ שרעקפֿילם. מע וויל וואָרענען די העלדינע - די באַלעבאָסטע וואָס איז ניט די שאַרפֿסטע מעסער אין שופֿלאָד נאָר גאָט די נשמה שולדיק - וואָס גייט אַליין אַראָפּ אונטן אין קעלער אויסצופֿאָרשן אַ פֿאַרדעכטיקן סקריפּעניש. נאָאָאָאָ! גיי ניט! איידער ס'איז צו שפּעט! דערנאָך אָבער איז שוין נאָך אַלעמען.
נדבֿ! אבֿיהו! כ'ווייס איר זײַט מיטגעריסן פֿון עם ישׂראלס רינה, און איר ווילט אויך אַראָפּברענגען דעם געטלעכן פֿײַער מיט אײַער אייגענעם! איר ווייסט ניט אָבער וואָס וועט געשען. מישט זיך ניט מיט זאַכן וואָס זײַנען גרעסער פֿון אײַך.
וידום אַהרון (במחילת התּנחומא) איז ניט אַ סימן אַז אַהרן-הכּהן איז געטרייסט געוואָרן פֿון משהס (אויסגעטראַכטן?) ציטאַט פֿון הקב"ה. דאָס שטילשווײַגעניש איז אין תּנך בכלל אַ סימן-רע.

אין תגובות:
הוסף רשומת תגובה