‏הצגת רשומות עם תוויות געזעלשאַפֿט. הצג את כל הרשומות
‏הצגת רשומות עם תוויות געזעלשאַפֿט. הצג את כל הרשומות

יום שבת, יוני 21, 2008

אַנדערע שפּיטעלער אין פֿאַרגלײַך מיט מײַמאָנידעס: צרת רבים חצי נחמה

ווען איך האב געלייענט די פרטימדיק און העכסט אינטערעסאנט ארטיקל אין צייטשריפט פ' במדבר וועגן מיימאנידעס שפיטאל, זיינע דורכפאלן און שטרעבונגען, האב איך זיך געזאגט "איך קען דעם שפיטאל." שלעכטע איבערלעבונגען מיט די נוירסעס, דאקטוירים וואס זיינען צו פאריאגט קעיר צו נעמען אויף א ריכטיגן אופן, אן עמערדזשענסי רום פול געפאקט מיט מענטשן - דאס זיינען מיר גוט באקאנט.

דער אונטערשייד איז, וואס איך האב קיין מאל ניט געארבעט אלס דאקטער ביי מיימאנידעס. ניין, איך ארבעט ביי ען-וויי-יו, דווקא איינער פון די שפיטעלער וואס מע האט אנגעגעבן ווי א קאנטראסט, א "בעסערער שפיטאל פון מאנהעטן" אקעגן דעם היימישן, כאטש צווייט-ראנגיקן מיימאנידעס.

נאר ניט געקוקט אויף דעם וואס כ'ארבעט ניט אין מיימאנידעס, קען מיין איבערלעבונג ביי ען-וויי-יו ווארפן א געוויסע ליכט אויף די פראבלעמען פון שפיטעלער היינטצוטאג, און ווי אזוי מע קען זיי מתקן זיין. .לאמיר זיך פארשטעלן: כאטש איך בין ניט קיין היימישער איד כ'בין יא שומר מצוות מיט דרך-ארץ פאר און פריינדלעכע באציונגען מיט א סך היימישע אידן. כידוע זיינען א צאל היימישע פאציענטן ביי ען-וויי-יו און כ'האב אפטמאל געהאט די זכ' זיי צו באהאנדלען.

כדי א ביסל מלמד-זכות זיין אויף א שפיטאל לאמיר פרואוון איבערגעבן פון א דאקטערס שטאדנפונקט די פראבלעמען וואס שטייען פאר אים יומם-ולילה. אז מ'איז "אָן קאַל" (אויף משמרת) ביי עמערדזשענדי רום איז א פרייע רגע און א ווינקל וואו אפצואטעמען ממש א יקר-המציאות. כסדר שטראמען זיי אריין, מיט וויי-געשרייען, פארבלוטיקטע קעפ, פרעמדע לשונות - טייל שיכור, טייל פארטויבט פון דראגס, און רוב מאל אן אינשורענס. דער דאקטער איז איבערגעלאדן, אויסגעשלאגן, און - מיט איין מאל - מחויב צו זיין קאמפעטענט, סענסיטיוו, געדאנקלעך.

אין מיטן דערינען, די פאמיליעס וואס שטייען אויף דער וואך. זיי גיבן אכטונג, זיי זיינען גאטספארכטיקע אידן, נאר טייל מאל - איר זאלט מיר מוחל זיין - פלאנטערן זיי זיך אונטער די פיס. אז איך זאג אז קיין בעט איז ניט עוויילאבל פון וואנען זאל איך פלוצעם ארויסציען פון ארבל א ליידיגן בעט? א כישוף-מאכער בין איך ניט! און א כשר סענדוויטש וואלט איך געוויס געוואלט ברענגען, נאך אפענדיקן מיט צען אנדערע חולים מסוכּנים.

איר האט אפשר באמערקט אז כ'האב די פאציענטן גערופן "זיי." "נאך עפעס א פאציענט",ווי מע האט דאס פארמולירט אין ארטיקל, איז ניט ווייט פון דער אמתער באציונג פון א דאקטער וואס ארבעט לאנגע שעהען, פארפלייצט פון א ים קראנקע. מע הייבט אן אוודאי מיט די בעסטע כוונות, מיט "מיסטער" און "מיס",מיט "פליס" און "טענק יו", נאר פאר א סך דאקטוירים ווערט דאס צו שווער אנצוהאלטן.. דער חולה ווערט א פאציענט און דער פאציענט ווערט ניט מער ווי א קראנקייט אן א נשמה.

מיט איין וויכטיקן פונקט פון ארטיקל מוז איך זיין מחולק. מע האט ארויסגעבראכט די פארשפרייטע השערה, אז נאר די נוירסעס זיינען אחראי פאר ארויסווייזן סענסיטיווקייט און קעיר נעמען פון די פאציענטן. דאס איז אן אלטמאדישער מהלך פון דער מעדיצין. היינט פארשטייען וואס מערערע שפיטעלער, אז אויך די דאקטוירים זיינען מחויב צו זיין פריינדלעך און מענטשלעך. זייערע קענטענישן זיינען ניט אלץ.

דערפאר פרואוון היינט די שפיטעלער (און כ'בין זיכער אז אויך מיימאנידעס איז איינער פון זיי) צו טוישן זייער אייז-קאלטן אימאזש, צו ענטווילקען א ווארעמע פערזענלעכקייט.

אוודאי זיינען רוב שפיטעלער ענלעך. נאר אינעם צייטשריפט ארטיקל האט מען געשטעלט די פראגע, וועלכע זיינען בעסער?

די צרה איז, וואס פון א דאקטערס שטאנדפונקט איז גארניט אזוי פשוט צו געבן אן ענטפער. וואס מיינט עס צו זאגן אז שפיטאל פלוני איז "בעסער" פון אלמוני? אז ווייניקער חולים שטארבן אין פלוני? דאס קען פשוט מיינען, אז די חולים וואס זיינען אריין אין פלוני זיינען געווען געזינטער לכתחילה ווי די חולים פון אלמוני. אז זיי בלייבן ניט אזוי לאנג אין שפיטאל? קען זיין אז זייער אינשורענס האט ניט געדעקט אזוי פיל טעג. אז די פאציענטן זיינען מער צופרידן פון איין שפיטאל ווי פון צווייטן? דאס איז א מעגלעכקייט, נאר נאך א מאל קען זיין אז איין שפיטאל האט פשוט צוגעצויגן די פאציענטן וואס רעדן זיך אפ מער.

אויב די פראבלעמען פון מיימאנידעס זיינען ניט אזוי אנדערש ווי פראבלעמען פון ען-וויי-יו, און ס'איז ניט אזוי לייכט אונטערצושיידן די שפיטעלער, ווי אזוי זשע קען מען פרואוון מאכן א תיקון-שלם? ווי אזוי קען מען לייזן די פראבלעמען?

לאמיר נעמען צום ביישפיל דעם הויפט-פראלבעם וואס מע האט דערמאנט אין ארטיקל - די עמערדזשענדי רומס. פאר וואס זיינען זיי אלע מאל געפאקט? פאר וואס דארף מען טאקע ווארטן אזוי לאנג? אוודאי (ווי איין עסקן האט געזאגט) איז דאס א פאקט, נאר ס'איז א פאקט וואס מע קען אפשר טוישן. זיי זיינען געפאקט ווייל מיליאנען מענטשן אין אמעריקע האבן ניט קיין אינשורענס און מוזן ניצן די עמערדזשענסי רומס ווי סתם דאקטער-אפיסעס. אייער באבע וואס האט ר"ל צעבראכן איר היף אין עלטער פון 95 יאר דארף מסתמא ווארטן דריי שעה ווייל א 25-יאריקער בחור קומט אריין מיט א פארקילונג...

ווי פארריכט מען דאס? ווי געזאגט בין איך ניט קיין היימישער איד, נאר פארשלאגן קען איך צוויי ברירות. איינע וואלט געווען אויפצובויען א געזונט-סיסטעם פון דאס ניי, נאר געאייגנט פאר היימישע אידן. די צווייטע וואלט געווען אפצוגעבן זיך א דין-וחשבון: אויב גויישע ארעמעלייט פעלט אינשורענס, וועט דאס בלית-ברירה ווירקן אויפן קוואליטעט פון די עמערדזשענסי-רומס, אפילו פון היימישע שפיטעלער (ווייל עמערדזשענסי רומס דארפן באהאנדלען יעדן איינעם). וואלטן היימישע אידן אפשר געדארפט זיין פאראנטווארטלעך אויך פאר דעם "געזונט" און דעם גאנצן מהלך פון מעדיצין אין אמעריקע.

בקיצור: 1. דאס ארטיקל איז גערעכט! אומעטום איז שלעכט.

2. זייט ניט מייאש! מיימאנידעס איז מסתמא ניט ערגער פון אנדערע פלעצער.

3. חזקו ואמצו! העלפט אויסברייטערן אינשורענס אין אמעריקע. די עמערדזשענסי רומס וועלן זיך אויסליידיקן, אן מע וועט קענען בעסער קעיר נעמען פון אייערע באבעס

יום שבת, פברואר 23, 2008

שפּיטאָלן, ישׂראל און פֿאַר וואָס אַמעריקאַנער זײַנען צו העפֿלעך

יצחק לודען, וואָס שרײַבט געוויינטלעך קלוג און קלאָר, זאָגט אין הײַנטיקן פֿאָרווערטס:
דער איצטיקער צושטאַנד אין מיטעלן מיזרח קאָן ווערן פֿאַרגליכן, להבֿדיל, צו די נישט זעלטענע פֿאַלן פֿון אָנווענדן כּוח קעגן דאָקטוירים און קראַנקנשוועסטער אין די שפּיטעלער: עס טרעפֿט אַלץ אָפֿטער, אַז גאַנצע כאַמולעס, קרובֿים פֿון אַ קראַנקן, נישט זײַענדיק צופֿרידן פֿון זײַן באַקומענער באַהאַנדלונג, רײַסן זיך אַרײַן מיט כּוח אין שפּיטאָל און לאָזן אויס זייער צאָרן אויף דעם מעדיצינישן פּערסאָנאַל.
אינטערעסאַנט איז, וואָס כ'האָב קיין מאָל ניט געלייענט וועגן אַזעלכע "ניט זעלטענע" אַרײַנברעכונגען אין אַמעריקאַנער שפּיטעלער. אין אַנדערע לענדער (בדרך-כּלל דריטוועלטיקע) - יאָ. און מע קען אָננעמען פֿון לודענס פֿאַררופֿן זיך אויף דעם, אָז אַזוינע געשעענישן זײַנען טאַקע פֿאַרלאָפֿן אין ישׂראל.

שטעלט זיך די פֿראַגע: וואָס טוט אַן אַמעריקאַנער וואָס ער באַקומט ניט דעם רעזולטאַט וואָס ער וויל פֿון די דאָקטוירים? ער קלאָגט זיי אָן אין געריכט. מע קען רעדן וועגן דעם, ווי אַזוי צו רעפֿאָרמירן דעם קאַליע-געוואָרענעם סיסטעם (אַטול גאַוואַנדע האָט עצות) נאָר אַרויסהייבן וויל איך אָט דאָס:

אַמעריקאַנער פֿאַרלאָזן זיך אויפֿן געריכט צו פּסקענען וועגן מעדיצינישע טעותן טיילווײַז צוליב דעם, ווײַל ס'איז (מער) ניט דערלויבט אין עפֿנטלעכן לעבן אַרויסווײַזן ניט-מסודרדיקע עמאָציעס. ניט מע טאָלערירט מהומות אויף די גאַסן, ניט מע לאָזט אַרײַן די אומצופֿרידענע מאַסן אין ווײַסן הויז אָדער אין סיטי-האַל-פּאַרק אָן אַ געחתמטער אַפּליקאַציע.

מײַקל וואַלצער, דער אַמעריקאַנער פּאָליטאָלאָג (און שרײַבער צומאָל וועגן די פּאָליטישע יסודות פֿון מדינת-ישׂראל) האָט געשריבן וועגן דער פֿאַרבינדונג צווישן civil society (דער בירגערלעכער געזעלשאַפֿט) און civility (העפֿלעכקייט אָדער איידלקייט). וואָס מער בירגערלעך ס'ווערט אַ געזעלשאַפֿט, דאָס הייסט וואָס מער געזעצן און כּללים און תּקנות ווערן אָנגענומען און פֿאַרצייכנט פֿון פֿאָלק, אַלץ ווייניקער "ווילד" ווערט די עפֿנטלעכע געזעלשאַפֿט. געווען אַ מאָל, למשל, ווען די וואַל-קאַמפּאַניעס פֿאַר די אַמעריקאַנער אַמטן זײַנען געווען ממש ראַיאָטן, מיט געשלעגן אויף די גאַסן און מאַסן-צוזאַמענשטויסן צווישן שטיצערס פֿון צווי צדדים. הײַנט אָבער איז דאָס אַלץ מער געזעצלעך, אָדער מער טרוקן - אײַנגעצאַמט פֿון תּקנות און תּקני-תּקנות. אַ געזעלשאַפֿט פֿון געזעצן איז ניט אַזוי לעבעדיק. על תּקרא חירות אלא חרות.

אפֿשר מיט טייל אישוס דאַרף זײַן אַלע ווײַלע אַן איבערמאַכונג פֿון די כּללים, אַ לויז-מאַכונג פֿון די געזעצן, כּדי די געזעלשאַפֿט זאָל ווידער אויסלאָזן איר פֿרוסטראַציע אויף אַ נײַעם און שעפֿערישן אופֿן.