יום שני, פברואר 18, 2008

מירע: סאָליד אָדער פֿליסיק?

מײַנע באַליבסטע טיילן חומש זײַנען די, וואָס זייער טײַטש איז טונקל, אָדער גאָר אומבאַקאַנט. בין איך יעדעס יאָר מלא-פֿרייד זיך ווידער צו זען מיט מײַנע חבֿרים תּצווה (=משכּן-אָנווײַזונגען) און כּי תשׂא (=זאַלבונג-רעצעפּטן, צווישן אַנדערע זאַכן). צום בײַשפּיל (פֿון שמות פּרק ל):
וְאַתָּה קַח-לְךָ, בְּשָׂמִים רֹאשׁ, מָר-דְּרוֹר חֲמֵשׁ מֵאוֹת, וְקִנְּמָן-בֶּשֶׂם מַחֲצִיתוֹ חֲמִשִּׁים וּמָאתָיִם; וּקְנֵה-בֹשֶׂם, חֲמִשִּׁים וּמָאתָיִם.
וואָס איז "מָר דרור"?

תּרגום אונקלוס: מורָא דֵכיָא ("ריינע מירע")
תּרגום יהואש: פֿליסיקע מירע
JPS: solidified myrrh
JPS (1917): flowing myrrh
וווּלגאַט: zmyrnae electae ("אויסגעקליבענע מירע")
תּרגום שבֿעים: σμύρνης ἐκλεκτῆς ("אויסגעקליבענע מירע")

לפֿי עניות דעתּי פֿוּן די פֿריִערדיקע טעקסטן (דעם תּרגום שבֿעים און אונקלוס) איז קלאָר אַז "מר דרור" איז עפּעס אַ ראַפֿינירטע מירע, דאָס זעלבע וואָס "טריפֿט פֿון די הענט" פֿון דער געליבטער אין שיר-השירים. ווי קען מען אָבער ניט פּאָסמאַקעווען זיך מיט דעם רײַכטום? (איך האָב דאָ אַפֿילו ניט דערמאָנט אבן עזראס פּירוש, אַז מר דרור איז דאָס אַרויסגעשפּיגענע, פֿאַרגליווערטע בלוט פֿוּן הירשן וואָס האָבן אַרײַנגעגריזשעט די דאָזיקע מירע . . . )

נאָך עפּעס: ווי טײַטשט מען "מר דרור" אין חדר? כ'בין ניט אויפֿגעוואַקסן אין אַזאַ סיסטעם און כ'בעט מײַנע פּאָר לייענערס זאָלן מיר אויפֿקלערן ווי אַזוי זיי האָבן זיך אויסגעלערנט דעם טײַטש. אין מײַן ביבליאָטעק אָבער געפֿינט זיך אַ ווווּנדערלעכער קונטרס פֿון די סאַטמערער, אַ חומשל מיט פּאַראַלעלע שפּאַלטן פֿוּן חומש-עבֿרי מיט טײַטש. שטעלט זיך די פֿראַגע: ווי אַזוי טײַטשט מען דאָרט "מר דרור"? גאַנץ פּשוט. מר דרור.

וועט מען זאָגן: דאָס איז ניט קיין איבערזעצונג! דאָס איז ריכטיק. קיין איבערזעצונג איז עס ניט. אָדער, גיכער, איז דאָס יאָ אַן איבערזעצונג, לויט אַ צוגאַנג וואָס האַלט אַז מע מוז צופּאַסן דעם נוסח צו די באַדערפֿענישן און דערוואַרטונגען פֿון דעם באַקומער (מקבל) פֿון איבערגעזעצטן טעקסטן. מיט איין וואָרט: אַ טײַטש. וואָס פֿאַר אַ שׂכל האָט צו פֿאַרטײַטשן "מר דרור" ווי "פֿליסיקע מירע" ווען ניט דער רבי, ניט די תּלמידים האָבן די קלענסטע השׂגה וואָס איז אַזוינס "מירע"? "מר דרור" איז אָבער גאַנץ פּשוט - ס'איז דאָך איינס פֿון די זאַכן אינעם שמן-המשחה!

שבֿעים פּנים ממש . . .

2 תגובות:

  1. אנונימי11:22 AM

    טייערער שלום
    ס'איז דא מלמדים וואס יעדעס ווארט און חומש ברויך האב א טייטש, נישט קיין חילוק אויב די קינדער פארשטייען וואס זיי רעדן, לעומת-זה איז דא מלמדים וואס טייטשען נאר פארשטענליכע ווערטער פאר די קינדער, און דאס איבריגע לאזט מען אזוי ווי מר דרור- מר דרור. און דאס איז מער פארשטענליך פאר די קינדער, א געוויסע מין וואס האט געהייסען מר דרור, און פארטיג.
    איך געדענק פאר יארן צוריק פלעגן די רעביס טייטשען לבונה - ווארעך, היינט טייטשען די רעביס, לבונה - לבונה. מ'האט נישט אריין געלייגט ווארך אין די קטורת, נאר לבונה...

    שמעון

    השבמחק
  2. אנונימי5:57 PM

    ר שלום:

    א שיינעם דאנק פאר אזא פרעכטיקן געשמאקן ארטיקל!! סאיז טאקע עפעס צו פאסמאקעווען!
    א געשמאק!
    מיר ווארטן מיט אומגעדולד צו דיין נעקסטע אזאץ

    השבמחק