יום ראשון, ינואר 30, 2005

מיר מופֿן

דעם מאָנטיק אויף דער נאַכט וועלן מיר אי"ה שלאָפֿן צום ערשטן מאָל אין אונדזער נײַער דירה אין סוערד־פּאַרק, אָדער, פּינקטלעכער געזאָגט, 210 איסט־בראָדוויי. אַראָפּ אַ ביסל מיט דער גאַס פֿון אַלטן פֿאָרווערטס־בנין (וואָס מע האָט פֿאַרקויפֿט פֿאַר צוואַנציק מיליאָן דאָלאַר אַ יאַפּאַנישער פֿירמע) און די אַלע איסט־סײַד־בתּי־מדרשים און ־שולן, וואָס זײַנען סײַ פֿאַסצינירנדיק, סײַ אַ ביסל זכר־לחורבן. כ´וויל אָבער ניט פֿאַרזינדיקן מיט די רייד. איך וועל ליב האָבן זיך אַרײַנכאַפּן צו זיי נאָך אַ מינחה־מעריבֿ אָדער אַ בלאַט גמרא. (שבת , און אַ מאָל אין דער וואָכן אויך, וועל איך ווײַטער דאַוונען דאָ. דערפֿאַר וווינען מיר ווײַטער דאַונטאַון.)

אײַ, וואָס די היגע צדיקים וועלן מיך פֿאַררעכענען פֿאַר אַן אַפּיקורוס, ווײַל איך באַניץ זיך מיטן עירובֿ? (כ´מיין דווקא דעם גאַנצן עירובֿ וואָס רינגט אַרום מאַנהעטן־אינדזל, ניט זייער געגנט־עירובֿ)? וואָס קען מען טאָן. ניט יעדן קען מען צופֿרידן שטעלן. און דערצו נאָך גייט מײַן פֿרוי די אייגענע האָר און טראָגט (חס ושלום) הויזן! שומו שמים!

איך האָף אַז אַלע מײַנע לייענערס גלייבן מיר אויפֿן וואָרט ווען איך זאָג, אַז איר זײַט אַלע האַרציק פֿאַרבעטן. שרײַב מיר נאָך מײַן פּינקטלעכן אַדרעס.

יום שבת, ינואר 22, 2005

ספּעשל נסים

בײַ אונדז אין שול איז אָנגעשטעלט אַ קינדהיטערין (אַזאַ מלמדת) צו שפּילן זיך מיט די קינדער אין שפּילצימער אויפֿן צווייטן שטאָק. מײַן פֿרוי און איך בײַטן זיך. איך דאַוון בציבור, זי פֿאַרנעמט זיך דאָרט מיטן עופֿעלע אין שפּילצימער, און דעמאָלט – פֿאַרקערט.

הײַנט האָט די לערערקע דערציילט די קינדער וועגן יציאַת־מצרים. האָט זי געהאַלטן אין איין זאָגן אַז דער אייבערשטער האָט באַוויזן ספּעשל נסים פֿון אַזאַ אָדער אַן אַנדער מין – קריעת־ים־סוף, די צען מכּות, אד"גל. בײַם מן האָט זיך איין ייִנגל אָפּגערופֿן (אויף ענגליש, פֿאַרשטייט זיך):

„איז דאָס אַן אמתע מעשׂה? ס´איז באמת געשען. צי איז דאָס נאָר אַ מעשׂה?“

האָט מען אים פֿאַרזיכערט אַז יאָ, ס´איז אויף אַן אמת געשען, מיט אַ היפּש ביסל צײַט צוריק.

„אָבער ניט גאָט האָט זיי געגעבן עסן, בני־ישׂראל האָבן דאָך געדאַרפֿט מיטברענגען דאָס אייגענע עסן!“

האָב איך מיר געזאָגט: עס וואַקסט קיין־עין־הרע אַ נײַער קטלא־קניא בײַ ייִדן . . .

יום ראשון, ינואר 09, 2005

למה אני עמל? וואָס טו איך מיט מײַן צײַט?

וואָס הייסט אַ דאָקטער און וואָס פֿאַר אַ מין דאָקטער האָף איך צו זײַן. ערשטער טייל.

ווי איר האָט טייל געלייענט אויף דעם דאָזיקן באַשיידענעם פֿאָרום, האָב איך נאָר וואָס אַרויסגעענדיקט מײַן דיסערטאַציע. אַ
דיסערטאַציע, פֿאַר די וואָס ווייסן ניט (און, למען־האמת, אויך פֿאַר די וואָס ווייסן יאָ) איז אַ לאַנגע פֿאָרשאַרבעט איבער אַ יחידישער טעמע. מײַן פֿאָרשפֿעלד איז עפּידעמיאָלאָגיע, אָדער, ווי כ´האָב געפּרוּווט דערקלערן אין אַ פּאָר אַרטיקלען אין פֿאָרווערטס, די וויסנשאַפֿט וואָס גיט זיך אָפּ מיט דער פֿאַרשפּרייטונג און גורמים (סיבות) פֿון קראַנקייטן אין באַפֿעלקערונגען. כ´האָב אַדורכגעפֿירט אַ שטודיע פֿון אַ דרײַ הונדערט פּאַציענטן אין בעלוויו־שפּיטאָל וואָס לײַדן אויף אַסטמאַ. דערמיט האָבן מיר געוואָלט דערגיין, וועלכע פֿאַכן (שטעלעס און אַרבעטפּלעצער) פֿאַרערגערן די אַסטמאַ וואָס איז שוין פֿאַראַן פֿון פֿריִער.

דאָס שאַפֿן זיך אַזאַ דיסערטאַציע האָט צוויי צוועקן: ערשטנס, אויסצולערנען זיך די אַקאַדעמישע מיטעלן פֿון פֿאָרשונג אין דעם פֿעלד, ד"ה ווי אַזוי מע נעמט שטודירן די פֿאַרשפּרייטונג און גורמים פֿון אַ געוויסער קראַנקייט. צווייטנס, און מער תּכליתדיק, קען מען האָבן אַ האָפֿענונג פֿון קריגן געוויסע אַרבעטן נאָר מיט אַ דאָקטאָראַט, אַ פּי־איידזש־די.

פֿאַרגאַנגענעם פֿרײַטיק האָב איך אַרײַנגעגעבן מײַן גרויסן חיבור (העכער 200 זײַטן, וואָס קיינער וועט ניט לייענען אין זײַן גאַנצקייט – נאָר ווי קירצערע אַרטיקלען אין זשורנאַלן) אין ביוראָ פֿון מײַן אוניווערסיטעט. איז שוין פֿאַרטיק יענער סטאַדיע פֿון מײַן דערציִונג. ווײַטער אין מײַן פּראָגראַם קומט דער עם־די, ד"ה לערנען זיך אויף דאָקטאָר־מעדיצין.

קודם־כּל וועל איך פּרוּוון דערקלערן אויף איין פֿוס וואָס דאָס איז אַזוינס אַ דאָקטער. דאַכט זיך אפֿשר די חשובֿע לייענערס אַז דאָס איז אַ תּמעוואַטע קשיא. ווער דען פֿאַרשטייט ניט וואָס ס´איז אַ דאָקטער? נאָר אַ מאָל דאַרף מען זיך אַוועקזעצן און פּרוּוון דעפֿינירן תּוך־באַגירפֿן, מע זאָל ניט מאַכן קיין טעותן גלײַך פֿון קמץ אַלף אָ. (וואָס איז, למשל, אַ רבֿ? ניט אַזוי פּשוט . . .) יאָ, געוויס, אַ דאָקטער איז דער וואָס פֿאַרנעמט זיך מיטן געזונט פֿון אַ מענטש. נאָר דאָס איז ווידער צו ברייט. ניט יעדער דאָקטער קען זיך פֿאַרנעמען מיט יעדן פּרט פֿון גאַנצן געזונט. לייגט זיך אויפֿן שׂכל, פֿון אַ סאָציאָלאָגישן קוקווינקל, אַז מע גרענעצט אַרום די דאָקטערײַ מיט געוויסע סוגיות. דער פֿאַרנעמט זיך מיטן האַרץ, יענער איז בדרך־כּלל אַ מומחה אין קראַנקייטן פֿון לעבער, און אַזוי ווײַטער. פֿאַראַן אויך אַזוינע, וואָס מע רופֿט „פּרײַמערי קייר“ (אָדער אין אַנדערע לענדער, „אַלגעמיינע פּראַקטיקירער“), וואָס קענען פֿאַרזיכערן טאָג־אײַן טאָג־אויס אַז דער געזונט איז אויף אַ ניוואָ. אידעאַל וואָלט מען געהאַט אַ דאָקטער, וואָס פּרוּווט אינטעגרירן די אַלע סוב־פֿעלדער, נאָר צי דער פּרײַמערי־קייר־דאָקטער טוט דאָס טאַקע איז אַן אָפֿענע פֿראַגע.

פֿאַראַן אויך אַ צווייטער צוגאַנג פֿון פֿאַרשטיין וואָס ס´איז אַ דאָקטער: וואָס פֿאַר אַ מין דאָקטער מע איז. לאָמיר דערקלערן. אויב איר האָט איבערלעבונגען מיט רבנים, ווייסט איר אַוודאי אַז ניט איין רבֿ קען אויספֿירן אַלע פֿונקציעס וואָס אַ ייִד מיט אַזאַ טיטל טוט. דער איז אַ פּוסק נאָר אַ נודנער בעל־דרשן, בשעת יענער איז אַ פֿלאַם־פֿײַערדיקער בעל־התעוררות וואָס איז שטומפּיק אין אַלץ וואָס האָט צו טאָן מיטן שׂכל. מיט דאָקטוירים איז אויך אַזוי. יעדער פּאַציענט וויל, און דערוואַרט, אַז גראָד זײַן דאָקטער זאָל זײַן דער צדיק און גדול־הדור, שטאַרק אין לערנען און אַ ווייכע נשמה, נאָר כ´דאַרף אײַך ניט לייגן קיין פֿינגער אין מויל און אויסרעכענען די פֿיל אַנטוישונגען וואָס יעדער מוז אויסשטיין אין דאָקטערס אָפֿיס.

דאָס איז אַ לאַנגער אופֿן צו זאָגן אַז די סוף־סטאַדיע פֿון אויסשטודירן זיך אויף דאָקטער (וואָס כ´האַלט איצט בײַ דעם) באַשטייט פֿון צוויי טיילן: א. צולערנען זיך עפּעס פֿון יענעם טייל מעדיצין (דאָס הייסט די ראָטאַציעס, שימוש בײַ דאָקטוירים פֿון יעדן פֿעלד, ווי אַ סטודענט, פֿאַרשטייט זיך), און ב. צוקוקן זיך און מיישבֿ זײַן, אומפֿאָרמעל און פֿאַר זיך, צו קענען (מוסרדיק) זיך אַליין. דאָס הייסט, וואָס פֿאַר אַ טיפּ דאָקטער וואָלט זיך צום בעסטנס געפּאָרט מיט מײַן טבֿע און מײַן נשמה?

אַזאַ פּראָצעס איז אויך שײַך פֿאַרן סתּם מענטש. ניט קיין חידוש. אַ דאָקטער דאַרף אויך זײַן אַ מענטש, פּשוטו כּמשמעו.

מער שפּעטער אי"ה.