מיינע חברים פון דעילי איד מיינען אז איך שרייב פיוטים! ס'ערשטע מאל וואס מע זאגט דאס אויף מיר. אזא אהבת ישראל שטייגט איבער אלע גרענעצן.
שרייבט ער בזה"ל:
פרייער אנטי-פרומער אידישיסט באטיטולט די ליינער פון דעם 'דעילי איד' אלס 'מנובלים' ווייל מיר ליינען נישט זיינע 'תורות' און פאלטשע אידישע פיוטים [וואס ער שרייבט דאך אין א געהארגעטן אידיש] - מיר ליינען בלויז מיט הנאה וויאזוי ער וויינט פארוואס דאס הייליגער אידישער שפראך האט נישט קיין מנובלות טערמינען…
ס'איז קאָמיש אַז זײ װילן האָבן אַ קריג מיט אײַך און האָבן נאָך אַ "לינק" צו אײַער בלאָג מיט אײַער בילד. דאָס איז אינטערעסאַנט בײַ מיר. זײער מיטל צו װערן פּאָפּולאַר איז צו מאַכן קריגן. גיט אַ קוק אױף דעם אַלגעמײנעם זשורנאַל. אפֿשר, האָבן זײ צװײ שרײַבערס. אײנער װאָס קען גוט ייִדיש און דער אַנדערער װאָס קען ניט אַ גוטן ייִדיש. װײַל האַלבע פֿון די "אַרטיקעלעך" האָבן זאַכן װי "דער פֿרומער פֿרױ" און די אַנדערע האַלב זענען בעסער. אינטערעסאַנט.
השבמחקדער שלום בערגער פירט דעם קריג.
השבמחקזעהט וויאזוי דער דעילי איד לינקט צו אים יעדן טאג פריש.
אבער שלום'קע דער גרויסער אויפגעקלערטער אוהב ישראל - וואס איז קלוגער פון די פאנאטישע חרדים - ער פארגינט זיך ניטאמאל א לינק צום דעילי איד. דאס הייסט א וויסטער אידן-זעלבסט האסער.
אדער איז דער שלום בערגער ניטאמאל מזרע ישראל... אז נישט קען איך ינשט פארשטיין אזא תהום'דיגער האס צו אידן
האָט נישט מוראַ פֿון דער קורצזיכטיקער נאַרישער "פֿרימער קנאָים". זײ גײען אין דער פֿינסטער און װילען נאָר מאַכן װיפֿל מחלוקתן װאָס זײ קענען.
השבמחקחזק ואמץ!
ווערט מאכט מחלוקת שלום בערגער וואס האט נישט ניטאמאל 3 ליינער א טאג. - זעהט זיין טראפיק קאונטער....
השבמחקאדער דער דעלי איד וואס שיקט אים הונדערטע ליינער טעגליך אלס א חסד של אמת וואס דער שלום קען זיך נעבעך נישט ערלויבן צו לינקן צוריק אלס דאנק?
פי.עס. (נ.ב.)
עס איז איבעריג צו זאגן אז שלום איז דער קאמעטירער דא מיט די אלטמאדישע אידישיסטישע נקודות צו באשמוצן די חסידים... ווייל קיינער האט דאך נישט די קיבארד מיט אזאלכע מאדנע פאנטס.