יום ראשון, דצמבר 25, 2005

אומדערוויילט

איך קען רעקאָמענדירן אַ רעצענזיע פֿון לייזער בורקאָ (אין פֿאָרווערטס) אויפֿן נײַעם בוך „אָנטשאָוזען“, וועגן חסידים וואָס גייען אַראָפּ פֿון דרך. (עס האָט אַגבֿ גאָרניט צו טאָן מיט „אַנטשאָוסן“, וואָס זײַנען אַ פֿיש אַזאַ וואָס גייט גוט אויף פּיצע.)
אין מײַנע יונגע יאָרן האָב איך אָנגעשריבן אַן עסייעלע וועגן די זעלבע פּאַרשוינען וואָס מ´איז „מגלה“ אין דעם בוך. דאָס שטיקעלע איז אַרויס אין זשורנאַל „רעספּאָנס“ עליו־השלום, דאַרף איך אַרײַנסקאַנירן דאָס אַרטיקל, סײַדן איינער וויל מיר טאָן אַ טובֿה.

מרת שאָקאָלאַד לייגט אַראָפּ אַ חריפֿותדיק שטיקעלע וועגן בעש"ט און בייגל.

עד היום הזה: אַ געוויסער ריטלעך־שנײַדער דערמאָנט מיר אַז אין אַן אַלטן נומער דער באַוועבטער ייִד האָב איך אַרויסגעגעבן אַ ייִדיש־טײַטש פֿון מײַן אַרטיקל וועגן פֿאַרפֿאָרענע חסידים.

יום שישי, דצמבר 23, 2005

בלאָגס, פּאָעזיע, און חנוכּה

בלאָגס: וועגן יחיאל שרײַבמאַן ע"ה האָב איך אָנגעשריבן אַ נעקראָלאָג אין ענגלישן פֿאָרווערטס. מיר פֿאַלט אײַן, דרך־אגבֿ, אַז זײַנע מיניאַטורן זײַנען געווען די אָריגינעלע ייִדיש־בלאָגס. קורץ, שאַרף, לייענעוודיק אין איין אָטעם, און דערציילט אין ערשטן פּערזאָן. אײַ, ניט אויפֿן אינטערנעט? האָט זיך געמאַכט אַ גילגול.

פּאָעזיע: שוין אַ פּאָר יאָר פּרוּוו איך, אָן הצלחה, צו דערוועקן בײַ מײַנע חרדישע לייענער זייער פֿאַרדרימלטן אינטערעס אין פּאָעזיע (דיכטונג, שיר). איך ווייס ניט צי כ´האָב עפּעס ערגעץ וווּ אײַנגעפֿלאַנצט אַ קליינינקע זאָמעלע. אין יעדן פֿאַל, וויל איך עפּעס בעטן, הלוואַי זאָל מען אויספֿילן מײַן בקשה. בײַ דער „הײַמישער“ פּרעסע זײַנען פֿאַראַן אָן אַ שיעור לידער, גראַם־שטראַם פֿאַר „מעלות“ אָדער מוסרדיקע שורות פֿאַר אַ וואָכן־צײַטונג. טאָמער טרעפֿט איר אָן, ר´ ייִד, אויף עפּעס אַ ליד וואָס „רעדט צו אײַך“, מאַכט אײַך זאָגן, „העי, דאָס איז כּדאַי איבערצושיקן אַ פֿרײַנד“, טוט מיר אַ טובֿה. גיט עס מיר אַ שיק־צו אויף פּאַפּיר, אָדער גיט עס אַ סקאַן־אַרײַן און שיק עס מיט אַ בליצבריוול. איך וואָלט עס געוואָלט לייענען און צעגלידערן אויפֿן בלאָג. אַזאַ מין אָפֿן־האַרציקע אָפּעראַציע אויף אַ פּאָעם.

חנוכּה: האָטס אַ פֿריילעכן. און אַ העפּי האָלידיי סיזן אויך.

יום חמישי, דצמבר 15, 2005

יחיאל שרײַבמאַן ע"ה

חבֿל על דאבֿדין

דער מיניאַטוריסט, עסיייִסט, און מיטאַרבעטער אין פֿאָרווערטס איז ניפֿטר געוואָרן דעם 9טן דעמעצבער (ח כּסלו). ער איז געווען אַ וויכטיקער פֿיגור בײַ הײַנטיקע קעשענעווער און בעסאַראַבער ייִדן, און זײַנע שאַפֿונגען זײַנען אויך פֿאַרשפּרייט אויף רוסישער איבערזעצונג.

דאָ ווײַטער ברענג איך אַ קליין שטיקעלע זײַנס, אַרויס אין דער זאַמלונג „יצירה און ליבע“ (קעשענעוו 2000).

כּבֿוד זײַן אָנדענק.

* * *

שרײַבערישער אַני־מאמין

מײַן פֿילאָסאָפֿיע, פֿונעם ערשטן טאָג אָן, זינט כ´האָב אָנגעהויבן שרײַבן ביז הײַנט: דער מענטש זאָל זײַן אַ גוטער און דעם מענטשן זאָל זײַן גוט.

צוויי קליינע זאַכן. נאָר אויף זיי וואָלט מען געקענט אַוועקשטעלן אַ גאַנצע וועלט, אַ נײַע וועלט, וווּ מענטשן וואָלטן אַרומגענומען איינער דעם אַנדערן און וואָלטן געלעבט אין ליבשאַפֿט און פֿריידן.

צי וואָלט דער מענטש געווען צופֿרידן מיט אַזאַ וועלט? צי וואָלט אים אין איר ניט געווען סקוטשנע? און צי וואָלט ער ווידער ניט געחלומט וועגן אַן אַנדער וועלט? – ווייס איך ניט. ס´איז שווער צו זאָגן. קיין מאָל וועט ניט זײַן מיגלעך דאָס אויסצופּרוּוון. מחמת, אַזאַ וועלט וועט קיין מאָל ניט אַוועקגעשטעלט ווערן.

לאָמיר וועגן אַזאַ וועלט כאָטשבי נאָר טרוימען.

טרוימען איז אויך גאָר אָ וווילע זאַך דעם מענטשנס.

קיין וווילערס האָט ער נאָך ביז הײַנט ניט פֿאַרמאָגט.

וואָס איז דען אַ שרײַבער אויף דער וועלט, אויב ניט דער שענסטער, דער לענגסטער, דער שטאַרקסטער טרוימער?

1998

סקוטשנע: נודנע.

יום שלישי, דצמבר 13, 2005

מציצה בפּה און עופֿל־הערפּעס

אויב איר פֿאַרשטייט נאָך אַלץ ניט פֿאַר וואָס מציצה־בפּה איז סכּנות־נפֿשות, לייענט דעם בריוו פֿון ניו־יאָרקער געזונט־אָפּטייל.

רבותי! דאָס איז ניט קיין האַרבע תּורה.

(אויף נאָך פּרטים, לייענט מײַן ענגלישע בלאָגשריפֿט אויף דער טעמע. מע האָט מודיע געווען אַז מע וועט פֿאַרטײַטשן אויף ייִדיש די מעלדונג וועגן מב"פּ און הערפּעס.)

זאָל דער שומר פּתאים אונדז ווײַטער היטן...

יום שני, דצמבר 12, 2005

וואָס כ´האַלט אין באַקן

אַן אַרטיקל אין פֿאָרווערטס (פֿאַקטיש אַ פֿאָלייג פֿאַר זייער קאָנקורס) וועגן דעם, וואָס פֿאַר אַ זאַך ס´איז צו זײַן אַ (נײַער) איסט־סײַדניק הײַנט צו טאָג;

אַן אַרטיקל, אויך פֿאַר פֿאָרווערטס (צי מע וועט אָננעמען ווייס איך ניט) וועגן דעם סוררעאַליזם וואָס ס´איז די ייִדיש־וויקיפּעדיע;

אַן אַרטיקל וועגן אַרויסגעבן קינדערביכלעך.

צי זיי זײַנען כּדאַי ווייס איך ניט.

און דער עיקר, האַלט איך אין לייענען קאָרעקטור פֿון אַ נײַער דערציילונג ר´ קטלאס.

אַ כּלל, רוט מען זיך ניט אין קאַסאַ בערגער אי סאַלעד. (סאַלעד איז מײַן פֿרויס נאָמען, אויב איר ווייסט ניט.)

יום שני, דצמבר 05, 2005

אַוואַנטורעס אין ייִדישלאַנד

דזשעפֿרי שאַנדלערס נײַ בוך שטעלט זיך אָפּ אויפֿן שיידוועג פֿון אַ צאָל סתּירות: צווישן „שפּראַכנטויט“ און לעבעדיקע רעדערס (און כּמעט־ און כּמו־רעדערס) פֿון ייִדיש; צווישן אַ „גערעדטע“ און אַ „פֿאָרגעשטעלטע“ (פּערפֿאָרמד) שפּראַך; צווישן ייִדן און ניט־ייִדן; צווישן „פֿריילעכע“ (גייס און לעזביאַנקעס) און העטעראָס.

ס´איז אַ סך צו פֿאַרדייען, און דאָס אַלץ איז משפּיע אויף . . . מיר אַליין. קען איך דערווײַלע רעקאָמענדירן דאָס בוך. כ´דאַרף זיך דערוויסן צי כ´מעג דאָס רעצענזירן פֿאַר עפּעס אַן אויסגאַבע, באַזונדערש דערפֿאַר וואָס כ´ווער אַ פּאָר מאָל דערמאָנט אין בוך אַליין.

נו, אַבי מע לעבט.

יום שלישי, נובמבר 22, 2005

דאָס ראַדיאָ־מאַלפּעלע

מיט אַן אַנדערטהאַלבן חדשים צוריק האָט מען מיר געמאַכט אַ קליינעם אינטערוויו אויף דער „פֿאָרווערטס־שעה“ וועגן אונדזער נײַ ביכל. גיט דאָ אַ קליק צו הערן.

יום שני, נובמבר 21, 2005

ואם הימין ואשמאילה

און אַז עס גייט שוין די רייד וועגן פֿאָרווערטס, וואָלט מען געדאַרפֿט לייענען די דאָזיקע רעצענזיע אויב מע האָט אַפֿילו אַ קאַפּיטשקע אינטערעס אין דער געשיכטע פֿון אַמעריקאַנער ייִדישער ליטעראַטור. עס האַנדלט זיך אין אַ נײַער אַנטאָלאָגיע פֿון „פּראָלעטפּען“, אַ גרופּע אַמעריקאַנער לינקע שרײַבערס. דער ציל פֿון דער זאַמלונג, אויף איין פֿוס, איז אָפּצוגעבן אַן אָרט בײַם טיש צו די, וואָס מע האָט זיי כּלמורשט געפּרוּווט דערשטיקן דורך די אַלע יאָרן פֿון דער העגעמאָניע פֿון די „רעכטע“ אויף דער אַמעריקאַנער ייִדישער גאַס.

דער רעצענזענט, גענאַדי עסטרײַך, איז סקעפּטיש לגבי די פּאָליטישע טענות פֿון נײַעם בוך. כ´דאַרף זאָגן אַז כ´האַלט אויך אַזוי. מײַן מיינונג (אויף וויפֿל ס´איז ווערט) וועט איר קענען לייענען באַריכות אין אַ פּאָר וואָכן אַרום, ווען דער ענגלישער פֿאָרווערטס וועט דרוקן מײַן רעצענזיע בלע"ז. בקיצור איז מײַן טענה אַזוי: כאָטש אַ פּאָר פֿון די געזאַמלטע לידער זײַנען כּדאַי צו לייענען, און די אַנטאָלאָגיע וועט באַקענען דעם לייענער מיט אַ סך ביז אַהער ווייניק באַקאַנטע פּאָעטן, איז דאָ אַ מאָדנע סתּירה צווישן דער פּאָליטישער איבערגעגעבנקייט פֿון אַזוינע שרײַבערס און דער פּאַרעווער ליריק וואָס ווערט דאָ פֿאָרגעשטעלט.

ע"ש: כאָטש כ´האָב הישפּע טענות צום בוך בכלל, קומט אַ גרויסן יישר־כּוח אַמעליאַ גלייסערן פֿאַר אירע פֿעיִקע איבערזעצונגען, וואָס האָבן אין אַ סך פֿאַלן גאָר געראַטעוועט דעם אָריגינאַל פֿון אַ טויטן סענטימענטאַלקייט.

מהומות איבער קעז?

אַ קעפּל אויפֿן הײַנטיקן פֿאָרווערטס־וועבזײַטל איז מסתּמא ניט בכּיוונידק:
עס ברענט אין פֿראַנקרײַך
דער איבערראַשנדיקער כּוח פֿון
משפחה־מאָלצײַטן

ס´הייסט, ס´איז בלויז אַ מיאוסע פֿאַרשטענדעניש איבערן אויסקלײַבן דעם ריכטיקן ווײַן?

יום שלישי, נובמבר 01, 2005

וואָס עס רעדן די חולים

אויף מײַן פּאַציענטן־רשימה זײַנען הײַנט פֿאַראַן

אַכט ענגליש־רעדערס;
איין ייִדענע, וואָס מע האָט מיר געזאָגט אַז די איז פֿאַררוקט אָדער עבֿר־בטל (דעמענטעד). ניט אמת! זי רעדט, און זי רעדט צו דער זאַך. זי איז שווער קראַנק, נאָר ניט יעדער שווער קראַנקע וואָס רעדט ניט קיין ענגליש, אָדער רעדט ענגליש מיט אַן אַקצענט, איז פֿאַררוקט;
איין ייִד וואָס, נעבעך, ווען ער וואָלט גערעדט, וואָלט ער גערעדט אויף ייִדיש;
איין פֿרוי וואָס רעדט רוסיש מיט אַ שטאַרקן אוקראַיִנישן אַקצענט (אָדער פֿאַרקערט, איך ווייס?);
איין פֿרוי וואָס רעדט רוסיש און וואָס ס´האָט הײַנט אָוונט ממש אויסגעקוקט ווי אַ גוסס. האָט מען זי איבערגעפֿירט אין אינטענסיוון אָפּטייל (אײַ־סי־יו).

דאָס איז איין אופֿן צו צעטיילן מײַנע חולים. אַזוי פֿיל קראַנקע, אַזוי פֿיל מעשׂיות. יעדער מעשׂה איז אַ וועלט פֿאַר זיך. אַן אומיושר זיי צו פּרוּוון צעטיילן אין קלאַסן און זגאַלן. אַזוי שרײַבט מען אָבער.

יום רביעי, אוקטובר 26, 2005

מיט וואָס איך פֿאַרנעם זיך די טעג

אָדער, דאָס לעבן פֿון אַ רעזידענט (וואָס איז נאָך ניט קיין רעזידענט)

איר וועט אפֿשר מיט רעכט זיך נאָכפֿרעגן, וווּהין כ´בין אַהינגעקומען די לעצטע טעג. איך מאַך אַדורך איינע פֿון די שווערסטע ראָטאַציעס פֿון אַ מעדיצין־סטודענט, וווּ ער דינט ווי (כּמעט) אַ רעזידענט אין שפּיטאָל. דאָס הייסט אַז ער איז דער סאַמע ערשטער, וואָס פּרוּווט באַהאַנדלען די פּאַציענטן, און ענטפֿערט די פּיידזשעס וואָס פּיפּסען אַרויס פֿון די מאַכערײַקעס וואָס באַמבלען פֿון יעדן פּאַסיק. (פּיידזשערס, אויב איר האָט ניט געכאַפּט וואָס איך מיין.)

איך שטיי אויףף פֿינף אין דער פֿרי און קום אַהיים אַ זייגער צען. אין די קומעדיקע וואָכן וועל איך אי"ה פּרוּוון איבערגעבן כאָטש דעם טעם פֿון איבערלעבעניש, איר זאָלט בעסער פֿאַרשטיין דאָס לעבן אין שפּיטאָל.

יום חמישי, אוקטובר 06, 2005

קופּת חולים אויף מאַמע־לשון

עס האָט מיר געשריבן אַ מעדיצין־סטודענט וואָס וואָלט געוואָלט סײַ פֿאַרברענגען אַ יאָר אין ישׂראל, סײַ האָבן צו טאָן דאָרטן מיט ייִדיש־רעדערס, סײַ אַנטוויקלען זײַנע מעדיצינישע קענטענישן און איבערלעבענישן. אים איז אײַנגעפֿאַלן, ער וואָלט געקענט אַרויסהעלפֿן אין אַ חרדישן קליניק. אַ פֿײַנער אײַנפֿאַל. צי האָט עמעצער אַ פֿאַרבינדונג מיט אַזאַ קליניק?

יום שבת, אוקטובר 01, 2005

ערבֿ־ערבֿ יום־טובֿ

אין יום־טובֿדיקן טאָג
שאַץ אָפּ וואָס דו האָסט אַ מאָל פֿאַרמאָגט.
מאַך זיכער די חלומות זײַנען נײַ,
זיי זאָלן זײַן כּדאַי.

אין גרויסן יום־הדין
שאַץ אָפּ וואָס דו האָסט קוים אויפֿגעטון.
מאַך זיכער די גרײַזן זײַנען קליין,
גאָט זאָל זיי פֿאַרשטיין.

היום היום היום
ברויזן זיך די שטימען ווי דער שוים
ווי אַזאַ מין ווײַסער טליתים־ים.
מע לעבט און שטאַרבט צוזאַם.

יום חמישי, ספטמבר 29, 2005

אַ בלאָג פֿון פּשטות אָדער שטות? באַשליסט איר

איך ווייס ניט צי דאָס איז גאָלע גאונות (ס´איז דאָך זייער שווער צו דערגרייכן אמתע פּשטות) אָדער טריוויאַלע שטות. מײַן נטייה איז צו וואַרטן און זען, נאָר עס שאַפֿט מיר דערווײַלע אַ סך הנאָה צו לייענען ווי זײַנע „גליקלעכע מאָמענטן“ ווערן פֿאַראייביקט אָן קיין לעק גדלות. זאָלן זיך מערן זײַנע גליקלעכע מאָמענטן און זאָל ער זיי ווײַטער פֿאַרשרײַבן.

יום שבת, ספטמבר 24, 2005

די ישׂראל־„נײַ־אַשכּנזישקייט“: אַ בלאָג

אַ גרופּע יוגנטלעכע (אין די 20ער און 30ער יאָרן, וואָס איז אַוודאי יונג לויט ייִדישיסטישע טערמינען הײַנט־צו־טאָג) האָט זיך צוזאַמענגענומען אַרום בית־לייוויק אין ישׂראל. זייער אָנפֿירער, אָדער איינער פֿון זייערע אָנפֿירערס, איז אָסף גלאַי, וואָס שרײַבט אַן עבֿרית־בלאָג וועגן דער באַוועגונג וואָס מע רופֿט אויף עבֿרית „התנועה לזהות האשכנזית“, אָדער „די באַוועגונג פֿאַר דער אַשכּנזישער אידענטיטעט.“ כּדאַי צו לייענען, אַפֿילו מ´איז ניט מסכּים מיטן „נאָך־ציוניסטישן“ צוגאַנג.

יום שישי, ספטמבר 23, 2005

ירושלים איז אַ שטאָט

אָקיי, אַוודאי שטיץ איך דעם גאַנצן באַגריף „וויקיפּעדיע“ (אַזאַ מין בציבורדיקע ענציקלאָפּעדיע), און קל־וחומר אויף ייִדיש, נאָר די ערשטע שורה פֿון דער פּאָזיציע „ייִדישקייט“ איז פּשוט שווער צו גלייבן:

ייִדישקייט איז אַ רעליגיע.

יאָ, און אַ האַרץ איז אַ שטיק פֿלייש. טוט מיר אַ טובֿה.

יום ראשון, ספטמבר 18, 2005

הײַנטיקע קינדער

כ´האָב לעצטנס (אַ ביסל פֿרי) געזונגען מיטן מיידעלע אַ באַליבט שׂימחת־תּורה־ליד, וואָס גייט אַזוי:

אַ פֿאָן, אַ פֿאָן
אַ פֿאָן מיט אַ ליכטל
אַ פֿאָן מיט אַ ליכטל און אַ רויטן עפּל
טאַנץ מיט דער תּורה, אַ געזונט אין קעפּל

און אַזוי ווײַטער. מסתּמא קענט איר דאָס. ס´מיידעלע האָט געזאָגט „נאָך! נאָך!“ און כ´האָב זיך געגעבן אַ פּאַטש אין בײַכל וואָס ס´וואַקסט אַזאַ ייִדיש קינד בײַ אונדז אין שטוב.

דערנאָך האָב איך זיך געכאַפּט אַז זי מיינט אַז מיט „פֿאָן“ בין איך אויסן אַ צעלפֿאָן, וואָס איז באמת איינע פֿון אירע באַליבטסע זאַכן אויף גאָר דער וועלט. נו, אײַל טייק וואַט אײַ קען געט.

אַ פֿאָרווערטס־קאָנקורס

דעם אונטנדיקן טעקסט דרוקט מען אָפּ אין די נײַסטע נומערן פֿאָרווערטס. כ´האָף אַז חבֿרה בלאָגערס וועלן זיך באַטייליקן אינעם קאָנקורס, און כ´וואָלט שטאַרק געוואָלט זען די חרדים אויך. איך גיב דאָס אַליין אַרויף אויפֿן בלאָג, ווײַל כ´ספֿק, צי מע וועט דאָס טאָן אויפֿן פֿאָרווערטס־זײַטל. ניט די גרעסטע מבֿינים אויף דער אינטערנעץ, די פֿאָרווערטסניקעס.

קאָנקורס אויף אַ בעסטער זשורנאַליסטישער אַרבעט
ווערט דערקלערט פֿון דער רעדאַקציע פֿון „פֿאָרווערטס“

תּנאָים:

אינעם קאָנקורס קען זיך באַטייליקן יעדער לייענער פֿון דער צײַטונג, ניט עלטער פֿון 50 יאָר; די טעמעס קענען זײַן געווידמעט דעם לעבן פֿון אײַער קהילה, סבֿיבֿה, צווישן־באַציִונגען, משפּחה־לעבן און אַנדערע סאָציאַלע, עקאָנאָמישע, און געזעלשאַפֿטלעכע אַספּעקטן; קולטור, קונסט, וויסנשאַפֿט (אויף אַ פּאָפּולערן אופֿן); פּערזענלעכקייטן פֿון אײַער דור (אויסער אינטערוויוען). דער מאַטעריאַל דאַרף זײַן אָנגעשריבן אָריגינעל אויף ייִדיש, אין ערגעץ ניט געדרוקט, צוגעשטעלט אָדער געדרוקטערהייט, אָדער מיט אַ קלאָרן כּתבֿ; צווישן 800-700 ווערטער (ניט מער!). לידער און קינסטלערישע פּראָזע – ניט פֿאָרלייגן!
די באַטייליקטע אינעם קאָנקורס מוזן זײַן אַבאָנירט אויפֿן „פֿאָרווערטס“.

באַלוינונג:
די בעסטע אַרטיקלען, נאָטיצן און רעפּאָרטאַזשן וועלן זײַן אָפּגעדרוקט אין אַ ספּעציעלן נומער און פּרעמירט:

ערשטער פּרײַז – 1000$
צווייטער פּרײַז – 500$
דריטער פּרײַז – 250$

די קאָנקורס־ווערק, וואָס וועלן ניט באַקומען קיין פּרײַז, וועלן געדרוקט ווערן אויף די שפּאַלטן פֿון „פֿאָרווערטס“ אין משך פֿונעם יאָר 2006.

לייגט צו צו די קאָנקורס־ווערק אײַער קורצע ביאָגראַפֿיע און ווײַזט אָן דעם אַדרעס, ווי אַזוי זיך צו פֿאַרבינדן מיט אײַך.

טערמין:
שיקט אַרײַן אײַערע מאַטעריאַלן ביזן 30סטן דעצעמבער 2005, מיט אַן אָנווײַזונג – „קאָנקורס“ – אויפֿן אַדרעס
The Yiddish Forward – 45 E 33 St – New York NY 10016
sandler@yiddish.forward.com

יום רביעי, ספטמבר 07, 2005

וואָס איז די ייִדיש־וואָך(2)?: פֿרום אָדער פֿרײַ?/די אַקטיוויטעטן

איז אַזוי. די ייִדיש־וואָך איז באַזירט (ווי געזאָגט) אויפֿן מוסטער פֿון אַנדערע זומער־לאַגערן. מע קען זיך באַטייליקן אין ספּאָרט (צו העלעניסטיש פֿאַר מײַנעט וועגן, נאָר אלו ואלו), שווימען, שיפֿלען זיך אויף דער אָזערע, גיין אויף געזונטע שפּאַצירן, גיין אויף לעקציעס און שמועסן, אָדער סתּם זיצן. דאָס אַלץ ווערט אַדורכגעפֿירט אויף ייִדיש.

פֿון איין זײַט איז דער צוגאַנג פֿון דער דאָזיקער „מיני־קאָלאָניע“ אַ היפּש וועלטעכער, און צוריקגערעדט – גאַנץ טראַדיציאָנעל. אַלץ ווענדט זיך אין דעם, וווּ מע געפֿינט זיך אויף דער גאַמע און וואָס מע באַצייכנט פֿאַר „טראַדיציאָנעל.“ למשל: יעדער גייט אָנגעטאָן ווי מע וויל. ווער צניעותדיק, ווער סעקסי. (אָדער בדעה האָבנדיק צו זײַן סעקסי. ניט דאָס בין איך אויסן.) שבת טרעפֿן זיך צוויי מנינים (איינער מיט אַ מחיצה, איינער אַן עגאַליטאַרישער). פֿאַראַן אָבער אַ היפּשער טייל וואָס דאַוונט ניט. שבת איז אויך איז אַ געוויסער מאָס אַן אַלגעמיינער רו־טאָג פֿאַרן לאַגער: מע מאַכט ניט קיין מעלדונגען מיטן הילכער, מע שטעלט ניט פֿאָר קיין קאָנצערטן, מע מאַכט ניט קיין לאַגער־פֿײַערן, אד"גל. דאָס עסן איז יאָ כּשר למהדרין, יעדער זאָל זיך קענען פֿילן באַקוועם בײַם טיש. נאָך אַ משל פֿון בילאַנצירטקייט: פֿרײַטיק־צו־נאַכטס איז דאָ לעבעדיק געזאַנג בײם שבת־טיש. קודם־כּל זמירות, דערנאָך בענטשן, דערנאָך ייִדיש־געזאַנג ביזן „ווײַסן טאָג אַרײַן“.

טראַדיציאָנעל מיט דעם, וואָס מע היט כּשרות און שבת. מע זאָגט יעדן טאָג אַ שיִעור. מע בויט אַן עירובֿ פֿרײַטיק נאָך מיטאָג. (די לעצטע צוויי – דורך די באַמיִונגען פֿון וואָלונטירן.) נאָר וועלטלעך מיט דעם, וואָס דער תּוכן פֿון די לעקציעס אד"גל איז דורכאויס אַן אָפֿענע, און שטעלט פֿאָר (אוודאי אויף אַ קליינעם מאַסשטאַב) די קולטור־ברירות פֿון טאָג־טעגלעכן לעבן בײַ לײַטן אין אַמעריקע. (דאָס איז דאָך די סתּירה פֿון הײַנטיקן וועלטלעכן ייִדישיזם, נאָר דאָס האָב איך שוין אַרומגערעדט פֿריִער.)

עד כּאן די אַקטיוויטעטן אויף דער ייִדיש־וואָך. אויף אַ פֿולן צײַטפּלאַן קען מען אַ קוק געבן אויף יוגנטרופֿס וועבזײַטל (זע מײַנע ליקנס). המשך – וועגן פֿאַרשידן־מיניקן ייִדיש־וואָך־עולם.

יום שלישי, ספטמבר 06, 2005

וואָס איז די ייִדיש־וואָך (1)?

מע האָט געבעטן אַ מער קאָנקרעטע באַשרײַבונג פֿון דער ייִדיש־וואָך. אָנהייבן דאַרף מען מיטן פֿאַקט (וואָס איז שוין באַקאַנט בײַ ס´רובֿ אַמעריקאַנער ייִדן, נאָר איבערחזרן שאַט דאָך ניט) אַז זומער־קעמפּס האָבן געשפיִלט גאָר אַ היִשפּע ראָלע אין כּלערליי אַמעריקאַנער ייִדישע באַוועגונען. כ´בין ניט קיין היסטאָריקער און אַוודאי ניט קיין גרויסער קענער פֿון דער אַמעריקאַנער ייִדישער געשיכטע, וועל איך פּשוט זאָגן אַז בדרך־כּלל דאַכט זיך מיר, אַז דעם גרעסטן סוקצעס מיט אַזוינע קעמפּס האָבן תּחילת געפֿונען די לינקע באַוועגונגען. כאָטש די פֿרומע האָבן זיך אויך צוגעכאַפּט צו אַזוינע זומער־קאָלאָניעס, האָט דער מאָדעל זיך גענומען בײַ זיי קודם. (אויב דאָס איז אַ טעות וועט עמעצער זיכער לאָזן מיר וויסן.) ס´איז אַן אינטערעסאַנטע היסטאָירישע איראָניע, אַז גראָד ווען די ייִדישיסטישע קעמפּס האָבן אָנגעהויבן גיין באַרג־אַראָפּ (אין די 70ער און 80ער) האָבן זיך אָנגעהויבן צו צעבליִען די פֿרימערע זומער־לאַגערס. אין דעם פּרט איז כּדאַי צו באַמערקן די נעץ זומערקעמפּס פֿון מײַן באַוועגונג, „מחנה רמה“ פֿון די קאָנסערוואַטיוון, וואָס שטעלט מיט זיך פֿאָר איינע פֿון די זעלטענע סוקצעסן פֿון יענער באַוועגונג. די חרדישע לייענערס פֿון דעם בלאָג, ווי איך (מסתּמא) די וועלטלעכע, ווייסן זיכער וועגן די זומערקעמפּס בײַ יענע גאָר פֿרומע.

דאַרף מען, הייסט עס, פֿאַרשטיין די הײַנטיקע וויכטיקייט פֿון דער ייִדיש־וואָך (כאָטש ס´איז דאָך נאָר אַן איין־וואָכיקע אונטערנעמונג) אין דעם דאָזיקן צוזאַמענהאַנג – ווי אַ טייל פֿון דער פֿאַרצווײַגטער אַמעריקאַנער געשיכטע פֿון ייִדישע זומער־קאָלאָניעס.

מיט וואָס איז די ייִדיש־וואָך ענלעך צו אַנדערע זומערקעמפּס (ייִדיש און גוייִש) און מיט וואָס שיידט זי זיך אונטער? מער אי"ה מאָרגן.

ריש גלותא

איינע פֿון די גרויסע מעלות פֿון ניו־יאָרק איז צו זען ווי פֿאַרשיידענע מיעוטים גלידערן זיך אײַן אין דער אַמעריקאַנער געזעלשאַפֿט – כ´מיין לאַוו־דווקא אַסימילירן, פּשוט צוגעבן זייער טעם צום געקעכטס. געפֿאָרן הײַנט מיט דער „עף“־באַן, האָט מיך דערפֿרייט צו הערן ווי דער אונטערבאַן־פֿירער רעדט אַרויס די מעלדונגען מיט אַ שטאַרקן ישׂראלדיקן ריש, דהײַנו:

Stand cleaR of the closing dooRs.

אַ מחייה! איז שוין קלאָר (כאָטש פֿון דעם בזעיר־דאַנפּינדיקער איבערלעבונג) אַז די ישׂראלים ווערן אַן אינטעגראַלן טייל פֿון קולטור־מאָזאַיִק פֿון מײַן שטאָט, און פֿון די עפֿנטלעכע אַנשטאַלטן וואָס זײַנען דערמיט געקניפּט און געבונדן. ווי לאַנג ביז עבֿרית־ווערטער רינען אַרײַן אין ניו־יאָרקער ענגליש?

יום שלישי, אוגוסט 30, 2005

הצלה והצלחה

אין מײַן געגנט האָט זיך לעצטנס געטראָפֿן אַ צוזאַמענשטויס צווישן אַ הצלהניק און אַ מעדיקער פֿון פֿײַער־דעפּאַרטמענט. איינע פֿון די סאַמע רעקלאַמירטסטע מעלות פֿון הצלה איז דאָס, וואָס זײַ רופֿן זיך אָפּ כּלומרשט גיכער (אויף ייִדישע אומגליקן) ווי דער געוויינטלעכער 911. איז דאָס אָבער אמת? כ´האָב קיין מאָל ניט געזען קיין סטאַטיסטיק דאָס צו שטיצן.

דאַכט זיך, אַז לשם פּיקוח נפֿש וואָלט מען געדאַרפֿט רופֿן די באַדינונג וואָס קומט אָן צום גיכסטנס, זאָלן זיי זײַן ייִדן, גוייִם, אָדער טערקן. ניט אמת? וואָס מיינט איר?

איסרו־ייִדיש־וואָך

צוריקגעקומען פֿון דער ייִדיש־וואָך איז מען פֿול מיט התלהבֿות און שעפֿערישקייט, די אויערן אָנגעגאָסן מיטן באַטעמטן קלאַנג פֿון יונגע ייִדיש־קולכלעך. געטראָפֿן זיך מיט מענטשן וואָס זײַנען אַזוי ווי זיך נאָר אין דער זעלבער צײַט – אַנדערש. די שפּראַך, די יהדות האָט מען בשותּפֿות נאָר לאַוו־דווקא יעדן פּרט. און דאָס איז געזונט, פֿריש, און – ייִדישלעך.

אַ נײַ געשמאַק מאכל

אַ מאָל דאַרף מען עפּעס סײַ היימישעס, סײַ קלוגס. מוז מען זיך אַוועקזעצן און עפּעס נעמען אין מויל אַרײַן.

[איר באַמערקט אַז עס האָט זיך געביטן מײַן אויסלייג? מער ניט – מײַן קאָמפּיוטער האָט פּראָבלעמען.]

יום שבת, אוגוסט 13, 2005

קינה־שׂינאה

איך ספֿק צי איז דאָ תּועלת
צו פּלאָנטערן זיך אין דעם שלשלת
פֿון אומגליקן און פֿון אַבֿילות.

אפֿשר אין מיטן דעם אַבֿילות
דערקלעטערט מען מיט דעם שלשלת
צו התעוררותא דלעילה.

יום שלישי, אוגוסט 09, 2005

סוף־זומער

האָסט אַ מאָל איבערגעוואַרט אַלע שוויצטעג
ביז דו ביסט ווידער זוכה
צו פֿרישער שויבטוי
קיל ווי אַ פֿלאַש ביר
כאָטש שטיי אין דרויסן
דאָס פּנים צוגעטוליעט צום פֿענצטער.

און אַז דער האַרבסט איז אַוועק
מיט קאַלטע פּלייצעס
מוזסט זיך ווידער צוגעוווינען
צו די קנאָיִשע סעזאָנען.

ווינטער וואָס פֿאַרשנייט יעדע טענה.
פֿרילינג וואָס פֿאַרגרינט יענעמס פֿאַרלאַנג.
און זומער וואָס מיניעט און שמייכלט און טריקנט
און הרגעט.

יום ראשון, אוגוסט 07, 2005

די גרויסע חשיבֿות פֿון מעדיצין

פֿרײַטיק האָב איך געדאַרפֿט זאָגן אַ מענטש אַז ער האָט עפּילעפּסיע. געזען ווי ער בייגט אַראָפּצוצו דעם קאָפּ און בלײַבט דערשטוינט, אַפֿילו ווען כ´זאָג אים אַז זײַן צוקער און הויכער בלוטדרוק זײַנען די ערגסטע פּראָבלעמען, און אַז זײַן עפּילעפּסיע קען מען באַהאַנדלען מיט מעדיקאַמענטן.

מע זאָגט אַז דאָקטוירים ווילן „שפּילן גאָט“, נאָר אויף אַן אמת זײַנען זיי נאָר מלאכים, מיט איובֿס בשׂורות.

יום שישי, יוני 24, 2005

מזל־טובֿ, ביילע!

צווישן די געווינער דאָס יאָר פֿון חשובֿן National Heritage Award, דעם לאַנדס העכסטן כּבֿוד פֿאַר טראַדיציאָנעלער און פֿאָלקסקונסט, איז געווען ביילע שעכטער־גאָטעסמאַן, ייִדישע פּאָעטעסע, זינגערין, און שרײַבערין פֿון זינגלידער. דאָס איז דאָס ערשטע מאָל וואָס אַ ייִדישער שרײַבער האָט געוווּנען דעם פּריז, וואָס נעמט אַרײַן אַ האָנאָראַר פֿון צוואַנציק טויזנט דאָלאַר און אַ צערעמאָניע און אַ פֿאָרשטעלונג אין וואַשינגטאָן, די־סי.

די סאַמע איסט־סײַדיקסטע גאַס אויף דער איסט־סײַד

אָדער: ערשטע אײַנדרוקן

מיר וווינען שוין אַ פּאָר חדשים אויף דער איסט־סײַד. און וועלכע גאַס דערמאָנט מיר צום מערסטנס אין דער „אַלטער“ איסט־סײַד פֿון פֿאַרצײַטנס?

קלינטאָלן־סטירט, פֿאַרשטייט זיך, יענע גאַס וואָס לויפֿט פֿון מײַן בנין ביז האַוסטאָן. די גאַס איז אַ לעבעדיקע, לויפֿט איבער מיט כּוח און איבערגעשריגענע שלום־עליכמס און זײַ־געזונטס, מיט געוואָרפֿענע בחורישע בליקן און מיידלשע אָפּלייקענישן. היימישע בעקערײַען, קראָמען וווּ מע קען קויפֿן די בטעמטסטע ניגונים, רעסטאָראַנען וואָס דערמאָנען אין באָבעשן געקעכטס.

דאָס אַלץ, האָט איר שוין געכאַפּט, אויף שפּאַניש.

פֿאַראַן אַ גאַסן־קולטור אין וויליאַמסבורג, באָראָ־פּאַרק, און די (אַנדערע) ייִדישע געגנטן אין מאַנהעטן? זיכער. נאָר איז זי אַזוי לעבעדיק־פֿריש און (דעם אמת געזאָגט) פֿרעך־טומלדיק ווי אויף קלינטאָלן? אַ גרויסער ספֿק. דאָס האָט מען צו דאַנקען דעם אימיגראַנטן־שוווּנג, וואָס פֿעלט שוין בײַ אונדז ייִדן (חוץ די סאָוועטישע און – אפֿשר – די יורדים) אַ פֿערציק יאָר.

איך ראָמאַנטיזיר? זיכער. ניט אָבער אָן אַ גרונט..

יום רביעי, יוני 08, 2005

אַלטע ווערטער

פֿון שמואל האַלקין

אַלטע, אָפּגעלעבטע ווערטער,
כּישוף, גורל און באַשערטע,
רוף אָן, מלאך – וועט מען לאַכן,
לאַכן פֿון די אַלטע זאַכן.

נאָר אויב ווילסט דעם אמת וויסן –
וועט אַמאָל אונדז שטאַרק פֿאַרדריסן,
וואָס מיר האָבן אין די יאָרן
זייער חן און מיין פֿאַרלאָרן.

טרעפֿט אַמאָל – אין רייד פֿאַרפֿעלט אונדז
גראָד דאָס וואָרט, דאָס וואָרט דאָס זעלטנס,
וואָס עס שטייט זיך פֿונדערווײַטנס,
קוקט אַלץ: ווער וועט אים פֿאַרבײַטן.

און פֿאַרנעמען נעמט דאָס וואָרט
ווייניק צײַט און ווייניק אָרט.

אָט, למשל, לאָמיר נעמען
אָט אַזעלכע אַלטע נעמען:
גאָט, און גנאָד, און גליק, און זײַן . . .
וואָס־זשע קאָן נאָך גרינגער זײַן?
אין איין שורה אויסגעשטעלט
גאָר דאָס בעסטע אויף דער וועלט –
גאָר דאָס שענסטע, וואָס אונדז פֿעלט.

1954

יום שני, מאי 30, 2005

אויף גרענד־סטריט

אויף גרענד־סטריט
נאָכן טשאָלנט, שבת,
גייט זיך אַ בער
מיט פֿאַרבלוטיקטע לאַפּעס.

וועמען צעממיתט?
אַ פּיצל מײַזעלע.
אין סאָבוויי לייגט מען סם,
אַנטלויפֿט עס פֿון הײַזעלע.

פֿאַרצווייפֿלט, פֿאַרבלאָנדזשעט
אַרויף אויף דער ערד
באַגעגנט עס דווקא
אַ פֿלייש־גיריקן בער.

די בעלי־בתּים, זאַטע
בין מינחה־למעריבֿ
לערנען איצט פּרק:
גאָט איז וועלטן מחריבֿ.

יום ראשון, מאי 22, 2005

ייִדישיזם און אַנדערע סתּירות

העט פֿאַראַיאָרן, אין סעפּטעמבער, האָט מײַן חבֿר יוקער מיר צוגעשיקט אַן אַרטיקל פֿון דער צײַטשריפֿט „דער בליק“ וואָס האָט געהאַט ווײַזט אויס צוויי צילן: ערשנטס, אָפצוחוזקן און אַראָפּצורײַסן די הײַנטצײַטיקע באַמיִונגען פֿון מיר, וועלטלעך־געשטימטע ייִדן, צו פֿאַרזיכערן אַ קיום פֿאַר ייִדיש אויף אודזער גאַס; און, צווייטנס, צו פֿאַרבן חרדישע ייִדישקייט ווי דער איינציקער אויטענטישער צוגאַנג צו אַ ייִדישע (תּרתּי־משמע) קולטור. האָב איך זיך אָפּגערופֿן אויף יענעם אַרטיקל.

ניט מיט בליץ־גיכקייט רירט זיך די ייִדישע וועלט (מע דאַוונט אַלע מאָל פֿון דער מאַמעס סידורל), נאָר אין אָדר א´ תּשס"ה איז געגאַנגען אַ צווייט אַרטיקל, ווידער אין דער בליק, וווּ אַ געוויסער „אַ. פּערלמאַן“ רופֿט זיך אָפּ אויף מײַן אָפּרוף. ממש אַ חד־גדיא פֿון אָפּרופֿן. ווידער אין דעם פֿאַל אויך וואָלט איך ניט געוווּסט וועגן דעם אַרטיקל אָן דער הילף פֿון ר´ יוקער. איז אַ דאַנק אים.

כ´האָב ניט דעם פֿינגער־כּוח אָדער דער זיץ־חשק אָפּצוטיפּירן דעם מאמר (איבערגעגעבענע „דער בליק“־איסטן קענען עס געפֿינען אין זייערע עקזעמפּלאַרן). לאָמיר אָבער פּרוּוון איבערגעבן אויף איין פֿוס דעם טאָן און דעם תּמצית פֿון אַרטיקעלע. כ´וואָלט עס באַצייכנט ווי תּמעוואַטע שאָקירטקייט, אָדער אפֿשר שאָקירטע תּמעוואַטעקייט. אויב פּאַראַפֿראַזירן (איבערגעבן מיט מײַנע ווערטער): „סטײַטש! ווי קומט עס אַז בערגער מיינט, מיר רײַסן אַראָפּ וועלטלעכע ייִדישקייט! בשום וועג ואופֿן ניט! מיר זאָגן נאָר, ווי שיין און רײַך און הייליק און דויערהאַפֿטיק און זונשײַניק איז דער אמתער תּורהדיקער וועג.“

מעג מען אפֿשר דערפֿון אַרויסדרינגען, אַז דער אַלטערנאַטיווער וועגן איז, המממם, ניט אַזוי שיין און קלוג און דויערהאַפֿטיק און זונענשײַניק ווי דער „אמתער“ וועג? און אַז „אונדזער“ (קריא: חרדישער) וועג איז בעסער פֿון אײַערס? ניין, אָ ניין! ניט דאָס זײַנען זיי אויסן. פּשוט, אַז מער שיינקייט אד"גל קען מען געפֿינען אויף זייער זײַט מויער.

אַ דאַנק אַ גרויסן.

וויל איך פּשוט ענטפֿערן, אַז דער פּערלמאַן, און דער שימאַנאָוויטש אַלע ביידע, האָבן ווילניק־ניט־ווילנדיק פֿאַרקוקט דעם סאַמע עיקר פֿון מײַן קליינעם אַרטיקעלע. דהײַנו, אַ צווייפֿאַכיקער:

1. וועלטלעכע ייִדישיסטן, ד"ה די, וואָס דערקענען די וויכטיקייט און נוציקייט פֿון דער מאָדערנער ליטעראַרישער (און אַפֿילו שונד־) קולטור, זײַנען לאַוו־דווקא אַפּיקורסים. והאָ־ראַיה. די וואָס מאַכן זיך ניט וויסנדיק פֿון די וויכטיקע אונטערשיידן צווישן ייִדישיסטן זײַנען פּונקט אַזוי אומוויסיק ווי די ניט־ייִדן, אָדער עם־הארצים, וואָס פֿאַרמישן די יוצרות און מיינען אַז אַלע חרדים זײַנען חסידים.

2. בײַ אַ צאָל ייִדישיסטן, און (כ´וואָלט געהאָפֿט) אַפֿילו בײַ ס´רובֿ הײַנט צו טאָג, גייט עס ניט אין אַראָפּרײַסן אָדער אָפּחוזקן יענעמס מחנה. איר זײַט אַ חסיד? פֿירט זיך ווי איר ווילט. איר זײַט מער וועלטלעך? אַדרבא! אידעאַל קען יעדער שטאַרקן דעם צווייטן, יעדער קען העלפֿן שאַפֿן די אייניקייט פֿון ייִדיש־לשון און קולטור אויפֿן הינטערגרונד/פֿאָרגרונד פֿון אַנדערע ייִדישע ווערטן און צוגאַנגן. דער דורכפֿאַל פֿון די אַרטיקלען אין „דער בליק“ שטעקט אין דעם, וואָס זיי חזרן איבער און ווידער דעם זעלבן טעות. אָדער איר גייט מיטן אמתן תּורה־וועג פֿון ייִדישקייט, אָדער איר זײַט אַ חזיר־פֿרעסערישן עוכר־ישׂראל. ניט געשטויגן.

איז אַזוי. ניט איך רײַס אַראָפּ די אַרבעט אָדער דעם צוגאַנג פֿון מײַנע חסידישע ברידער־שוועסטער. זאָלן זיי אויך ניט אַראָפּרײַסן וואָס מיר פּרוּוון טוען. קריטיקירן, דאָס אַוודא. אָנווײַזן אויף די שוואַכקייטן, זיכער. אָבער ניט אַוועקמאַכן מיט דער האַנט און פּרוּוון פֿאַרגלעטן מיט אַ צוקער־זיסן שמייכל.

בקיצור: איר באָט אונדז אָן „גײַסטיקע הילף“. אַדרבא! נאָר בתּנאַי, אַז איר זײַט אויך גרייט צו באַקומען הילף בײַ אונדז. כּל ישׂראל ערבֿים, ניט אמת?

יום רביעי, מאי 11, 2005

את חטאי אַני מזכּיר היום (איבערחזרונג 10,965)

טײַערע חבֿרים, די נשמה וויל זיך צעשרײַבן נאָר דער צײַטפּלאַן פֿון אַ מעדיצין־סטודענט, בפֿרט אויף דער כירורגיע־ראָטאַציע (עבֿודת פּרך!) לאָזט ניט. וואָלט איך געוואָלט פֿאַרענטפֿערן זיך, און בעטן אײַך מיר לאָזן וויסן אויב איר וואָלט געוואָלט לייענען עפּעס וועגן אַ ספּעציפֿישער טעמע. וואָלט איר געוואָלט הערן וועגן לעבן אין שפּיטאָל? וועגן קראַנקע ייִדן? וועגן לעבן אויף דער איסט־סײַד? כ´וואָלט געוואָלט צופּאַסן מײַן שרײַבעכץ צו אײַער אינטערעס.

יום חמישי, אפריל 21, 2005

בײַם טאַץ

כּרפּס און כריין
ביצה און ביין
אויפֿגערייצט די חושים
שׂכל זאָל פֿאַרשטיין.

משועבד העט אַמאָל
פֿאַרשקלאַפֿט דאָ און ווײַט
זאָל מע שוין באַפֿרײַען
זיך און יענע, הײַנט.

יום שלישי, אפריל 05, 2005

דער אומקלאָרער חשק צו שרײַבן עפּעס וועגן פּויפּסט

כּדרכּו בקודש האָט בר־פּחתי אָנגעשריבן אַ טרעפֿיקן איבערבליק וועגן דער הסתּלקות פֿון „הייליקן פֿאָטער.“ כ´האָב ניט קיין סך צוצוגעבן צו דער דיסקוסיע חוץ (כּדרכּי בקודש) אומקלאָרקייט און קווענקלענישן. למשל: כ´פֿיל ניט אַקעגן דעם ניפֿטר דעם ייִראת־הכּבֿוד וואָס אַנדערע ייִדן, על־פּי רובֿ די פֿרומע, האָבן אויסגעדריקט. מיר איז ניט אינטויִטיוו קלאָר וואָס דער קאָנסערוואַטיזם פֿון אַבי וואָס פֿאַר אַ רעליגיעזן פֿירער איז כּדאַי אויפֿצונעמען מיט אָפֿענע אָרעמס, סתּם ווײַל מײַן רעליגיעזע טראַדיציע איז אויך (אַ מאָל און אויף אַ יחידישן אופֿן) אויך קאָנסערוואַטיוו. כ´בין אָבער ניט אַזאַ וואָס קען גרינג אָפּמשפּטן אויפֿן סמך פֿון האַלב־באַנומענער אינפֿאָרמאַציע וועגן דעם צי יענעם צוגאַנג. בײַ מיר איז פּשוט שווער צו פֿאַרשטיין, און איבערגעבן על־רגל־אַחת, וואָס פֿאַר אַ מענטש ער איז געווען: סײַ אַן אַנטי־קאָמוניסט סײַ אַן אַנטי־קאַפּיטאַליסט, סײַ אַנטי־אַבאָרט סײַ אַנטי־טויטשטראָף. און אַזוי ווײַטער. כ´קען יאָ זאָגן אַז פּערזענלעך איז בײַ מיר גאַנץ קלאָר, וואָס זײַנע שטעלונגען וועגן אַבאָרט און האָמאָסעקסואַליזם זײַנען, דעם אמת זאָגנדיק, מער רעפֿלעקסיוו און דאָגמאַטיש ווי חסדימדיק, – און אויף וויפֿל איך פֿאַרשטיי, דאַרף אַ פֿרומער קאַטויל שטעלן דעם טראָפּ אויף חסד. נאָר כ´בין ניט גענוג באַהאַוונט אין זײַן אַלגעמיינעם לעבן און פֿילאָסאָפֿיע כּדי צו פּסקענען, ווי אַזוי די דאָזיקע חיסרונות ווערן בילאַנצירט (אָדער ניט) פֿון זײַנע אַלגעמיינע מעלות.

צוריקגערעדט אָבער איז ניט גענוג אַוועקצומאַכן אַלץ מיט דער האַנט און געבן דעם פֿאַרשפּרייטן תּירוץ, עט, ער איז אַ גוי, וואָס איז דער חילוק. עפּעס שטעקט דאָך אין דער באַוווּנדערונג און כּמעט־פֿאַרגעטערונג פֿון מיליאָנען בשׂר־ודמס. אפֿשר איז טאַקע אמת וואָס מע זאָגט, אַז ס´איז אַ מאָל גענוג צו זאָגן אַז דער צי יענער מענטש איז פּראָסט־פּשוט „אַ גוטער“, אָן די קאָמפּליצירנדיקע פּרטים וואָס פֿילאָסאָפֿן האָבן ליב אַרומצוקײַען. אַזוי איז טאַקע געשטאַנען, ווי איך פֿאַרשטיי, אויף די טראַנספּאַראַנטן וואָס די חסידים זײַנע האָבן אויפֿגעהויבן אין דער הייך בשעת דער פּראָצעסיע אין רוים: „ר´איז געווען אַ גוטער.“ אפֿשר איז דאָס גענוג, אַזאַ אַלגעמיינע דעת־הציבור.

אײַ, וואָס דער עולם איז אַ גלום, און דער ציבור קען אַ מאָל שטיצן (און האָט אַ סך מאָל יאָ געשטיצט) בפֿירוש ניט־גוטע, בייזע אָנפֿירערס, סײַ רעליגיעזע סײַ פּאָליטישע? ניט דאָ איז דאָס אָרט זיך אַרײַנצולאָזן אין אַ פּרטימדיקער דיסקוסיע פֿון היטלער, סטאַלין, און די אַלע ימח־שמוניקעס, נאָר איין אונטערשייד איז אַזאַ: אַ גוטן דערקענט מען בדרך־כּלל ווי אַ גוטער, נאָר מיט די צוגאַנגען זײַנען וועט מען זיך אפֿשר פֿונאַנדערגיין. מיט אַ בייזן, ווידער, אַפֿילו ער ווערט באַוווּנדערט פֿון עולם־גולם, איז דאָ אַלע מאָל אַ היפּשער טייל פֿון באַפֿעלקערונג וואָס טרעט קלאָר אַרויס דערקעגן, און וועט שווײַגן און „באַוווּנדערן“ נאָר אויב געצוווּנגען.

קען זײַן, סוף־כּל־סוף, אַז דער ניפֿטר איז אַ גוטער, כאָטש ניט אויף אַן אופֿן וואָס כ´וואָלט מסכּים געווען דערמיט. און דאָס איז אויך ווירדיק.

יום ראשון, אפריל 03, 2005

אַ פֿרוי שרײַבט וועגן איר נײַעם געגנט

שוין צוויי חדשים וואָס מיר זײַנען
אין דער נײַער דירה, גענוג לאַנג
צו זען ווער עס מאַכט דעם בעסטן קידוש
און ווער ס´זינגט אויף דער נאַכט אַ שיכּורס געזאַנג.

בײַ טאָג טרעף איך יונגע פֿרויען צעשטראַלטע
און כ´באַגריס פֿרויען מיט קינדער
און פּרוּוו עפֿענען טירן
די אַלטע אײַנגעהויקערטע און בלינדע.

כ´קלײַב זיך אַרײַן אין דעם געגנט
אַ רעלאַטיוו יונגע פֿרוי
און כ´פֿרעג ווי אַזוי כ´ל זיך עלטערן.
מע זעט אומעטום ווי אַזו:

ווער ס´איז דאַכט זיך שוין גרייט צו שטאַרבן
און ווער עס זויפֿט אײַן די מי־שברכס,
און ווער עס זיצט קעגן איבער אַ פּאַרק
און וויל ניט אָפּלאָזן דעם ריח.

יום חמישי, מרץ 24, 2005

צו ווײַט פֿאַר מײַנע שלח־מנות?

אָט זײַנען די פּרוים־לידעלעך וואָס כ´לייג דערבײַ. ניט אַזוי געשמאַק ווי המן־טאַשן, און ניט אַזוי עד־דלא־ידעדיק ווי סינגל־מאַלט, נאָר וואָס קען מען טאָן?

אַ פֿריילעכן פּורים פֿון שלום, סעלעסט און ביילקע!

ס´גאַנצע לעבן איז אַ פּורים־שפּיל,
ס´גייט יעדער אַרײַן און אַרויס.
בײַ יענעם זײַנען די צרות פֿיל,
בײַ דעם איז דאָס מזל גרויס.

כאָטש דער „פּלאָט“ איז ניט דער בעסטער
און די וויצן זײַנען שוואַך,
גלוסט זיך יעדן די מלכּה אסתּר
און דער זאַל איז פֿול געפּאַקט.

האָט הנאָה פֿונעם מאָן. עס
זאָל אײַך ליב זײַן טעם און ריח.
און בעת איר עסט דעם שלח־מנות
טרינקט לחיים דעם שולח.


ברכות חג פורים שמח משלום, סלסט, וביילע נחמה!

לו הייתי בשושן אז,
מה הייתי עושה?
לוחם בחייל מרדכי הצדיק
או "שב ועל תעשה"?

מזל שאני בזמנינו חי
עם כל אי-שלמות יומיומי.
לו הייתי בשושן אז
שתיתי לסוף "לחיים."

יום רביעי, מרץ 23, 2005

פּורים־נײַעס

געהערט פֿון באַגלייבטע קוואַלן אַז כּדי צו שאַפֿן אַ היימישע סבֿיבֿה, וועט מונקאַטש פֿאָרשטעלן זייער פּורים־שפּיל אין אַ מיקווה (דאָס הייסט אונטערן וואַסער). בעלז, פֿון זייער צד, וועט הײַיאָר מאַכן זייער פּורים־שפּיל נאָר אויף דער אינטערנעץ, purimshpiel.blogspot.com. דאָס זײַטל איז נאָך ניט אַקטיוו נאָר זאָלסט למען־השם ניט פֿאַרגעסן פּורים אַ קוק צו טאָן.

יום שני, מרץ 21, 2005

דער ייִדישער פֿלעדערמויז

די טעג אַרבעט איך פֿון זעקס פֿאַר נאַכט ביז זעקס אין דער פֿרי. ממש ונהפֿוך הוא. אז איך דאַוון שחרית נאָכן צוריקקומען איז ניט דער אַרײַנפֿיר אין נײַעם טאָג, ווי געוויינטלעך, נאָר דער לעצטער קרעכץ איידער די לאָמפּן לעשן זיך אויס און כ´פֿאַל אַרײַן אין בעט ווי אַ שטיק אויסגעברענטער האָלץ.

אין מײַן הײַנט־בײַ־נאַכטיקן אַרבעטס־טאַש לייג איך אַרײַן ניט נאָר מײַן גמרא, און ניט נאָר מײַנע פּורים־לידעלעך וואָס כ´דאַרף אָפּפֿאַרטיקן, נאָר אויך אַ שפאָגל נײַע מעשׂה פֿון אַ באַרימטן מחבר. גוט צו זײַן אַ רעדאַקטאָר, מע מעג האָבן דעם ערשטן פֿאַרזוך פֿון נײַער סחורה.

יום שלישי, מרץ 15, 2005

פֿאַר וואָס באַשולדיקט מען די מוהלים?

[אַ פֿרײַע איבערזעצונג פֿון אויספֿיר פֿון אַ וויסנשאַפֿטלעכן אַרטיקל]

בײַ די אַכט עופֿעלעך דאָ פֿאָרגעשטעלט פֿאַראַן אַ שטאַרקע אַסאָסיִאַציע [שײַכות] צווישן אינפֿעקציע מיטן הערפּעס־ווירוס און מציצה־בפּה צוליב די ווײַטערדיקע סיבות:

1. די מכּות געפֿינען זיך נאָר אויפֿן אבֿר
2. זיי באַווײַזן זיך באַלד נאָכן ברית (4 ביז 11 טעג)
3. מע האָט איזאָלירט HSV-1 (דער גורם פֿון הערפּעס) פֿון די מכּות
4. די מאַמעס פֿון די דאָזיקע עופֿעלעך זײַנען קיין מאָל פֿריִער ניט אויסגעשטעלט געוואָרן אויפֿן ווירוס
5. קיין קרובֿים פֿון די עופֿעלעך האָבן פֿריִער ניט אַרויסגעוויזן קיין סימנים אָדער סימפּטאָמען פֿון הערפּעס.

דערצו: כאָטש מציצה־בפּה ווערט געטאָן נאָר דורך אַ מינאָריטעט, האָבן אַלע עופֿעלעך אין דעם אַרטיקל אַדורכגעמאַכט די פּראָצעדור.

אין צוויי פֿאַלן האָט איין מוהל געמלעט צוויי עופֿעלעך. אין איין פֿאַל איז די הפֿסקה געווען פֿינף וואָכן; אין צווייטן, פֿינף יאָר. מע האָט פֿריִער מודיע געווען, ווי צוויי אינפֿעקציעס, אָפּגערוקט מיט 10 יאָר, זײַנען אַרויסגערופֿן געוואָרן פֿון איין מוהל. דעם ווירוס קען מען אַרויסלאָזן דורכן שפּײַעכץ טעג אָדער וואָכן לאַנג, שיקט זיך אַז אַנדערע עופֿעלעך זײַנען אויך אינפֿעקטירט געוואָרן.

מיר זײַנען חושד אַז מע גיט ניט צו וויסן וועגן יעדן פֿאַל אַזעלכן צוליב קולטורעלע סיבות, און אַז דער אמתער פֿאָרקום פֿון דער קראַנקייט איז אַ סך העכער.

יום שישי, מרץ 11, 2005

אַ פּקודי־געדאַנק

מע קען מקצץ זײַן פּתילים, אָדער מע קען מקצץ זײַן נטיעות. אַבי עפּעס האַקן.

יום רביעי, מרץ 02, 2005

געזוכט: קינדהיטערס (בייביסיטערס) און טאָגהיימען (דיי־קעיר)

מיר זוכן קינדהיטערינס (בייביסיטער) וואָס רעדן ייִדיש, און טאָגהיימען (דיי־קעיר) וואָס ווערט געפֿירט אויף ייִדיש. אויב איר קענט אַזוינע, אָדער אַ פֿרוי וויל פֿאַרדינען פֿון אַזאַ באַדינונג, קענט איר מיר אַן עצה געבן? אַ דאַנק.

יום שלישי, מרץ 01, 2005

דער רעגן־בויגן פֿון גוף

איר האָט זיך פֿאָרגעשטעלט וואָס פֿאַר אַ קאָלירן מע קען דערזען אין מענטשלעכן גוף? אַז מע קוקט אָן די פֿרוי וואָס ליגט אויפֿן בעט (דאָס איז דאָך אַן אָפּעראַציע) זעט מען, ווי ראָזעווע און געזונט ס´איז די הויט, ווי ווייך. מע גיט אַ שניט (אויף אַ קאָנטראָלירטן אופֿן, פֿאַרשטייט זיך), צעשפּריצט זיך בלוט, און מע דאַרף זיך באַניצט מיט אַ ספּעציעל רערל כּדי אָפּצוזויגן די רויטע גיסיקייט. נאָך אַ שניט: די פֿילפֿאַרביקע שיכטן וואָס ליגן צווישן הויט און מוסקלען. בּאַלד־באַלד געפֿינט מען זיך בײַם הייבמוטער (יוטערוס). די רעזידענטקע, און די כירורגין וואָס פּאַסט אויף אויף איר אַרבעט, רעדן אַרום דאָס פּאַסיקסטע אָרט אײַנצושנײַדן אין דעם בלוט־שפּרודלנדיקן, וויגנדיקן אָרגאַן, דער היים פֿון וולד. מע שנײַדט אײַן. מע נישטערט זיך. און נאָך אַ פּאָר שעהען שפּאַנונג –

גיט מען אַ רוק אַרויס אַ פּאָר געזונטע בייביס, וואָס וויינען און שרײַען אויף וואָס די וועלט שטייט. זיי זײַנען גרוי, פּערפּל, צאַפּלדיק, און געזונט.

אַ קייזערשניט. די ערשטע אָפּעראַציע, וווּ כ´האָב זיך אַרומגעוואַשן אויף אַ כירורגישן אופֿן. כ´האָב גאָרניט צעבראָכן, קיינעם ניט באַשעדיקט. דער פֿרוי קומט אַ מזל־טובֿ און איך דאַרף בענטשן גומל.

יום שבת, פברואר 19, 2005

נײַע שולן

א. דער יצר־הרע פֿון די־עס־על געפֿינט זיך ווידער בײַ אונדז אין דער היים. הלא זה אוד מוצל מאש – אָדער אפֿשר ניט.

ב. כ´האָב אַזוי פֿיל אײַך צו זאָגן! די טעג שטיי איך אויף דרײַ אַ זייגער (כּך!) אין דער פֿרי און כ´קום אָן בײַ דער אַרבעט אַ פֿיר דרײַסיק, וווּ כ´שרײַב אָן אַ פֿופֿצן נאָטיצן וועגן נײַע מאַמעס וואָס כ´באַקוק און מאַך אַן אינטערוויו, זען וואָס זיי מאַכן נאָך זייער האָבן (זאָל זײַן געוויינטלעך, דורך דער וואַגינאַ, אָדער אַ קייסערשניט). אַ סך פֿרומע פֿרויען זײַנען אַזוי מיר־ניט־דיר־ניט וועגן גאַנצן איבערלעבעניש. דאַכט זיך, אַז נאָכן פֿינפֿטן קינד איז מער ניט אַזוי נסימדיק.

ג. כאָטש מיר דאַוונען ווײַטער בײַ „טי־ענד־ווי“, דער קאָנסערוואַטיווער שול אויף 14טער גאַס, האָב איך ליב צו פּרוּוון נײַע ערטער, און פֿאַראַן בײַ אונדז ניט ווײַט אַ צאָל שולן, אַ סך פֿרימער ווי מײַן שטייגער איז (כאָטש איך האָב געדאַוונט אין אַסכערליי שולן).

פֿאַרגאַנגענעם שבת (ד"ה מיט צוויי שבתים צוריק) האָב איך געדאַוונט אין דער ביאַליסטאָקער שול, מיט אַ פּראַכטיקן זאַל וואָס איז כּמעט צו פֿיל פֿאַר די אויגן, אַן אַרכיטעקטור־סטיל ערגעץ צווישן כּמו־מאָראָקאַנער און פּאָסט־באָרדעל. דאָס דאַוונען איז געווען נישקשה, הבֿרה – אַשכּספֿרדיש, מיט אַ געמישטן עולם שוואַרצע קאַפּעליושן, מאָדערנע יאַרמולקעס, און אַ פּאָר חסידים פֿאַר בילאַנץ. צוויי מאָל האָט מען מיך באַגריסט פֿון דער בימה, און נאָכן דאַוונען האָט מיך אַרומגערינגלט אַ קרײַזל ייִדן מיט ברוך־הבאָס. זייער שיין.

נאָך מער היימיש און אינטערעסאַנט אָבער איז געווען די שול וווּ כ´האָב געדאַוונט נעכטן, דער „בית־מדרש־הגדול“ אויף נאָרפֿאָלק־סטירט. פֿון דאָרטיקן עולם ווייעט מיט אַזאַ מין אַלטקייט וואָס דערקוויקט דאָס האַרץ און גיט צו כּוח דער נשמה. מיט איין וואָרט: געשמאַקע עלטערע לײַט , וואָס רעדן ייִדיש ווי אַ וואַסער, זיצן פֿון הינטן, און רעדן אַרײַן אין דאַוונען. מיך האָט אויך גוואַלדיק צוגעצויגן דאָס, וואָס ייִדיש איז בכלל געווען די ריידשפּראַך פֿון עולם. מע דאַוונט אונטן ווײַל אויבן, אין גרויסן זאַל, האָט זיך מיט יאָרן צוריק אויסגעבראָכן אַ שׂרפֿה. אונטן הענגען נאָך אַלץ אַלטע שילדן, אָפּגעריסן־אָפּגעשליסן, און דעדמאָנונגען פֿון הרבֿ אפֿרים אָשרי, וואָס איז פֿאַראַיאָרן, דאַכט זיך, אַוועק אין דער אייביקייט. בקיצור: ס´איז אַזאַ מין היימישע אָפּגעטראָגנקייט וואָס מאַכט יעדן באַקוועם, ווי בײַ זיידע־באָבען אין שטוב. כ´האָב געדאַוונט מיט כּוונה. אויך דאָ האָט מען מיך שיין אויפֿגענומען, נאָר אַזוי ווי זייערע שאַנסן זײַנען דאַכט זיך ניט אַזוי אײַ־אײַ־אײַ אין פֿאַרגלײַך מיט ביאַליסטאָקער וועל איך אפֿשר דווקא דאַוונען בײַ זיי, אויף צו להכעיס דער רעאַליטעט. אַזאַ בין איך.

נאָך דעם אמת זאָגנדיק ווייס איך ניט ווי אָפֿט איך וועל דאַוונען אין די דאָזיקע שולן. אַ מאָל, אוודאי, נאָר כ´בין דאָך אַן עגאַליטאַרישער ייִד (ניט ווי אַ פּשרה, ווי איין קאָמענטירער האָט געזאָגט, נאָר ווי אַ שיטה) און דערצו נאָך באַניץ איך זיך מיטן מאַנהעטנער עירובֿ, וואָס רעכנט מיך שוין פֿאַר אַן אַפּיקורוס. מער וועגן די אָ טעמעס – אי"ה שפּעטער.

גוד טו בי בעק!

יום ראשון, ינואר 30, 2005

מיר מופֿן

דעם מאָנטיק אויף דער נאַכט וועלן מיר אי"ה שלאָפֿן צום ערשטן מאָל אין אונדזער נײַער דירה אין סוערד־פּאַרק, אָדער, פּינקטלעכער געזאָגט, 210 איסט־בראָדוויי. אַראָפּ אַ ביסל מיט דער גאַס פֿון אַלטן פֿאָרווערטס־בנין (וואָס מע האָט פֿאַרקויפֿט פֿאַר צוואַנציק מיליאָן דאָלאַר אַ יאַפּאַנישער פֿירמע) און די אַלע איסט־סײַד־בתּי־מדרשים און ־שולן, וואָס זײַנען סײַ פֿאַסצינירנדיק, סײַ אַ ביסל זכר־לחורבן. כ´וויל אָבער ניט פֿאַרזינדיקן מיט די רייד. איך וועל ליב האָבן זיך אַרײַנכאַפּן צו זיי נאָך אַ מינחה־מעריבֿ אָדער אַ בלאַט גמרא. (שבת , און אַ מאָל אין דער וואָכן אויך, וועל איך ווײַטער דאַוונען דאָ. דערפֿאַר וווינען מיר ווײַטער דאַונטאַון.)

אײַ, וואָס די היגע צדיקים וועלן מיך פֿאַררעכענען פֿאַר אַן אַפּיקורוס, ווײַל איך באַניץ זיך מיטן עירובֿ? (כ´מיין דווקא דעם גאַנצן עירובֿ וואָס רינגט אַרום מאַנהעטן־אינדזל, ניט זייער געגנט־עירובֿ)? וואָס קען מען טאָן. ניט יעדן קען מען צופֿרידן שטעלן. און דערצו נאָך גייט מײַן פֿרוי די אייגענע האָר און טראָגט (חס ושלום) הויזן! שומו שמים!

איך האָף אַז אַלע מײַנע לייענערס גלייבן מיר אויפֿן וואָרט ווען איך זאָג, אַז איר זײַט אַלע האַרציק פֿאַרבעטן. שרײַב מיר נאָך מײַן פּינקטלעכן אַדרעס.

יום שבת, ינואר 22, 2005

ספּעשל נסים

בײַ אונדז אין שול איז אָנגעשטעלט אַ קינדהיטערין (אַזאַ מלמדת) צו שפּילן זיך מיט די קינדער אין שפּילצימער אויפֿן צווייטן שטאָק. מײַן פֿרוי און איך בײַטן זיך. איך דאַוון בציבור, זי פֿאַרנעמט זיך דאָרט מיטן עופֿעלע אין שפּילצימער, און דעמאָלט – פֿאַרקערט.

הײַנט האָט די לערערקע דערציילט די קינדער וועגן יציאַת־מצרים. האָט זי געהאַלטן אין איין זאָגן אַז דער אייבערשטער האָט באַוויזן ספּעשל נסים פֿון אַזאַ אָדער אַן אַנדער מין – קריעת־ים־סוף, די צען מכּות, אד"גל. בײַם מן האָט זיך איין ייִנגל אָפּגערופֿן (אויף ענגליש, פֿאַרשטייט זיך):

„איז דאָס אַן אמתע מעשׂה? ס´איז באמת געשען. צי איז דאָס נאָר אַ מעשׂה?“

האָט מען אים פֿאַרזיכערט אַז יאָ, ס´איז אויף אַן אמת געשען, מיט אַ היפּש ביסל צײַט צוריק.

„אָבער ניט גאָט האָט זיי געגעבן עסן, בני־ישׂראל האָבן דאָך געדאַרפֿט מיטברענגען דאָס אייגענע עסן!“

האָב איך מיר געזאָגט: עס וואַקסט קיין־עין־הרע אַ נײַער קטלא־קניא בײַ ייִדן . . .

יום ראשון, ינואר 09, 2005

למה אני עמל? וואָס טו איך מיט מײַן צײַט?

וואָס הייסט אַ דאָקטער און וואָס פֿאַר אַ מין דאָקטער האָף איך צו זײַן. ערשטער טייל.

ווי איר האָט טייל געלייענט אויף דעם דאָזיקן באַשיידענעם פֿאָרום, האָב איך נאָר וואָס אַרויסגעענדיקט מײַן דיסערטאַציע. אַ
דיסערטאַציע, פֿאַר די וואָס ווייסן ניט (און, למען־האמת, אויך פֿאַר די וואָס ווייסן יאָ) איז אַ לאַנגע פֿאָרשאַרבעט איבער אַ יחידישער טעמע. מײַן פֿאָרשפֿעלד איז עפּידעמיאָלאָגיע, אָדער, ווי כ´האָב געפּרוּווט דערקלערן אין אַ פּאָר אַרטיקלען אין פֿאָרווערטס, די וויסנשאַפֿט וואָס גיט זיך אָפּ מיט דער פֿאַרשפּרייטונג און גורמים (סיבות) פֿון קראַנקייטן אין באַפֿעלקערונגען. כ´האָב אַדורכגעפֿירט אַ שטודיע פֿון אַ דרײַ הונדערט פּאַציענטן אין בעלוויו־שפּיטאָל וואָס לײַדן אויף אַסטמאַ. דערמיט האָבן מיר געוואָלט דערגיין, וועלכע פֿאַכן (שטעלעס און אַרבעטפּלעצער) פֿאַרערגערן די אַסטמאַ וואָס איז שוין פֿאַראַן פֿון פֿריִער.

דאָס שאַפֿן זיך אַזאַ דיסערטאַציע האָט צוויי צוועקן: ערשטנס, אויסצולערנען זיך די אַקאַדעמישע מיטעלן פֿון פֿאָרשונג אין דעם פֿעלד, ד"ה ווי אַזוי מע נעמט שטודירן די פֿאַרשפּרייטונג און גורמים פֿון אַ געוויסער קראַנקייט. צווייטנס, און מער תּכליתדיק, קען מען האָבן אַ האָפֿענונג פֿון קריגן געוויסע אַרבעטן נאָר מיט אַ דאָקטאָראַט, אַ פּי־איידזש־די.

פֿאַרגאַנגענעם פֿרײַטיק האָב איך אַרײַנגעגעבן מײַן גרויסן חיבור (העכער 200 זײַטן, וואָס קיינער וועט ניט לייענען אין זײַן גאַנצקייט – נאָר ווי קירצערע אַרטיקלען אין זשורנאַלן) אין ביוראָ פֿון מײַן אוניווערסיטעט. איז שוין פֿאַרטיק יענער סטאַדיע פֿון מײַן דערציִונג. ווײַטער אין מײַן פּראָגראַם קומט דער עם־די, ד"ה לערנען זיך אויף דאָקטאָר־מעדיצין.

קודם־כּל וועל איך פּרוּוון דערקלערן אויף איין פֿוס וואָס דאָס איז אַזוינס אַ דאָקטער. דאַכט זיך אפֿשר די חשובֿע לייענערס אַז דאָס איז אַ תּמעוואַטע קשיא. ווער דען פֿאַרשטייט ניט וואָס ס´איז אַ דאָקטער? נאָר אַ מאָל דאַרף מען זיך אַוועקזעצן און פּרוּוון דעפֿינירן תּוך־באַגירפֿן, מע זאָל ניט מאַכן קיין טעותן גלײַך פֿון קמץ אַלף אָ. (וואָס איז, למשל, אַ רבֿ? ניט אַזוי פּשוט . . .) יאָ, געוויס, אַ דאָקטער איז דער וואָס פֿאַרנעמט זיך מיטן געזונט פֿון אַ מענטש. נאָר דאָס איז ווידער צו ברייט. ניט יעדער דאָקטער קען זיך פֿאַרנעמען מיט יעדן פּרט פֿון גאַנצן געזונט. לייגט זיך אויפֿן שׂכל, פֿון אַ סאָציאָלאָגישן קוקווינקל, אַז מע גרענעצט אַרום די דאָקטערײַ מיט געוויסע סוגיות. דער פֿאַרנעמט זיך מיטן האַרץ, יענער איז בדרך־כּלל אַ מומחה אין קראַנקייטן פֿון לעבער, און אַזוי ווײַטער. פֿאַראַן אויך אַזוינע, וואָס מע רופֿט „פּרײַמערי קייר“ (אָדער אין אַנדערע לענדער, „אַלגעמיינע פּראַקטיקירער“), וואָס קענען פֿאַרזיכערן טאָג־אײַן טאָג־אויס אַז דער געזונט איז אויף אַ ניוואָ. אידעאַל וואָלט מען געהאַט אַ דאָקטער, וואָס פּרוּווט אינטעגרירן די אַלע סוב־פֿעלדער, נאָר צי דער פּרײַמערי־קייר־דאָקטער טוט דאָס טאַקע איז אַן אָפֿענע פֿראַגע.

פֿאַראַן אויך אַ צווייטער צוגאַנג פֿון פֿאַרשטיין וואָס ס´איז אַ דאָקטער: וואָס פֿאַר אַ מין דאָקטער מע איז. לאָמיר דערקלערן. אויב איר האָט איבערלעבונגען מיט רבנים, ווייסט איר אַוודאי אַז ניט איין רבֿ קען אויספֿירן אַלע פֿונקציעס וואָס אַ ייִד מיט אַזאַ טיטל טוט. דער איז אַ פּוסק נאָר אַ נודנער בעל־דרשן, בשעת יענער איז אַ פֿלאַם־פֿײַערדיקער בעל־התעוררות וואָס איז שטומפּיק אין אַלץ וואָס האָט צו טאָן מיטן שׂכל. מיט דאָקטוירים איז אויך אַזוי. יעדער פּאַציענט וויל, און דערוואַרט, אַז גראָד זײַן דאָקטער זאָל זײַן דער צדיק און גדול־הדור, שטאַרק אין לערנען און אַ ווייכע נשמה, נאָר כ´דאַרף אײַך ניט לייגן קיין פֿינגער אין מויל און אויסרעכענען די פֿיל אַנטוישונגען וואָס יעדער מוז אויסשטיין אין דאָקטערס אָפֿיס.

דאָס איז אַ לאַנגער אופֿן צו זאָגן אַז די סוף־סטאַדיע פֿון אויסשטודירן זיך אויף דאָקטער (וואָס כ´האַלט איצט בײַ דעם) באַשטייט פֿון צוויי טיילן: א. צולערנען זיך עפּעס פֿון יענעם טייל מעדיצין (דאָס הייסט די ראָטאַציעס, שימוש בײַ דאָקטוירים פֿון יעדן פֿעלד, ווי אַ סטודענט, פֿאַרשטייט זיך), און ב. צוקוקן זיך און מיישבֿ זײַן, אומפֿאָרמעל און פֿאַר זיך, צו קענען (מוסרדיק) זיך אַליין. דאָס הייסט, וואָס פֿאַר אַ טיפּ דאָקטער וואָלט זיך צום בעסטנס געפּאָרט מיט מײַן טבֿע און מײַן נשמה?

אַזאַ פּראָצעס איז אויך שײַך פֿאַרן סתּם מענטש. ניט קיין חידוש. אַ דאָקטער דאַרף אויך זײַן אַ מענטש, פּשוטו כּמשמעו.

מער שפּעטער אי"ה.