יום שלישי, מרץ 04, 2008

לשון סגי-נהור: ייִדיש-ברייל

אַ דאַנק לענגועדזש העט האָב איך געפֿונען אַ לינק צו אַ פֿאָרשלאָג פֿאַר אַ ייִדיש-ברייל-אויסלייג. כ'בין מסופּק צי מע וועט ניצן, אָדער האָט אַ מאָל גענוצט, די דאָזיקע סיסטעם. שטעלט זיך אָבער די פֿראַגע: וואָס ניצן הײַנט צו טאָג די בלינדע ייִדיש-לייענערס? איז דאָ ייִדיש-אינהאַלט אויף ברייל?

קלערט מיך אויף.


תגובה 1:

  1. אנונימי10:10 PM

    אַיך װייס ב׳אַמתּ נישט, אָבער איך האָב יאָ געהערט פֿון יידיש ביכער-אויף-טאַשמעס פּראָיעקטן װאָס זוכן לייענערס. אַיך מיין אויך אַז װייניקער בלינדע לייענען ברייל ביקלאַל הײַנט-צו-טאָג, נעבעך. איך האָב געלייענט ערגעץ װוּ אַז ביכער-אויף-טאַשמעס װערן מער און מער פּאָפּולער און מען דאַרף מער נישט זיך לערנען ליינען ברייל.

    השבמחק