יום רביעי, דצמבר 29, 2010

בלײַביק ווי בראָנדז


שאַפֿן שאַפֿן שאַפֿן שטאַרבן
שטאַרבן שטאַרבן ווײַטער גאָרניט
און פֿון שאַפֿונגען געטאָקטע
בלײַבן וועט אונדז מער קיין האָר ניט

פֿאַרצײַטיש-בראָנזענע מאָנומענטן
קרישלעך זיך ווי אַלטע טייגלעך
נאָך אַלעמען איז אונדז דאָס שטאַרבן
אַ שאַפֿונג וואָס בלײַבט פֿעסט אויף אייביק

יעדער קען אַ קינסטלער ווערן
הכנות מאַכן נאָך בײַם לעבן
אייביק וועט מען שטאַרבן שטאַרבן
מער וועל איך ניט איבערגעבן

יום ראשון, דצמבר 26, 2010

נישט שײן, אַרעלע

איציקס אַרטיקל/עדיטאָריִאַל/װאָס עס זאָל נישט זײַן װעגן די אַנומלטיקע נישט-אָנגענעמע געשעענישן בײַ דער ביכער-צענטראַלע אין אַמהערסט איז אַ ביסל צו אײדל. צװײ פּונקטן.

1. לאַנסקיס טועכטס פּאַסט גיכער פֿאַר אַ מולטינאַציִאָנאַלן קאָרפּאָרײשן װי פֿאַר אַ נישט-פֿאַר-פּראָפֿיטן-אָרגאַניזאַציע, שױן אָפּגערעדט װי פֿאַר אַ ייִדישער. און װי אַזױ ער האָט געזאָגט אַז נישט אין פֿינאַנציעלער נײטיקײט גײט עס -- פֿע! אַ פּאַטש אין פּנים די אָפּגעזאָגטע!

2. איך בין אַװדאי זײער צופֿרידן צו הערן װעגן די אַלע פּלענער בײַ אַמהערסט, נאָר כ'בין נאָך אַלץ מסופּק צי דאָס אַלץ װעט נישט זײַן נאָר פּוסטע חלומות. אַז עס גײט די רײד װעגן דערציונג, נאָר דעם זשורנאַל װעט מען מאַכן "װאַרעמער" (קריא: פּױערישער) - פּאַסט עפּעס נישט.

כ'האָב אױך מורא אַז דעם קאַטאַלאָג װעט מען קײן מאָל נישט אױסריכטן מיט אַן אמתדיקן זוכמאַשין. פֿון די מאָנבריװ זעט מען אָן אַ שיִער גוזמאָות װעגן דיגיטאַליזירן די "גאַנצע" ייִדישע ליטעראַטור -- אַ געלעכטער! -- און װער װײסט, צי די אַלע שײנע מעשׂיות װעט מען אױך אָפּטאָן כאַפּ-לאַפּ.

יום ראשון, דצמבר 12, 2010

אמת מארץ תּצמח

אויב איר ווילט היטן די ערד און אויפֿהיטן אײַער שפּראַך איז די־אָ אַסיפֿה אַ וויכטיקע אונטערנעמונג, לאָזט ניט אַדורך! איך שטיץ פֿון דער ווײַטנס ווײַל א. איך קען ניט פֿאָרן און ב. איך האָב ליימענע הענט...

יום שבת, דצמבר 11, 2010

וועט דער ייִדיש-לימוד פֿאַלן אַ קרבן פֿון ניט-דערשאַצטער שפּראַך־לערעריי?

מיט צוואַנציק יאָר צוריק זײַינען געווען נאָר פֿיר אַמעריקאַנער אוניווערסיטעטן מיט ייִדיש-אָפּטיילן: דער ייִדישער טעאָלאָגישער סעמינאַר, האַרוואַרד, קאָלומביע, און דער קאַליפֿאָרניער אוניווערסיטעט אין לאָס־אַנזשעלעס. פֿאַראַן הײַנט מער ווי אַ טוץ אַזעלכע אוניווערסיטעטן — פֿון מישיגען צו מערילענד, פֿון שיקאַגע צו סאַנטאַ קרוז — לערנט מען זיך דאָרט וועגן דער ייִדישער ליטעראַטור און קולטור. דער אינטערעס צו מאַמע-לשון צעוואַקסט זיך, און אין דער זעלבער צײַט ווערן אַלץ שיטערער די ייִדיש-רעדנדיקע (חוץ די חרדים). דער אינטערעס אָבער ווערט קלענער, ווען עס גייט די רייד וועגן אַ פֿעסטן יסוד פֿאַר דער שפּראַך-לערערײַ. דערפֿאַר זענען מיט רעכט אַ טייל פאָרשערס באַזאָרגט וועגן דעם מאָרגן פֿון דער ייִדיש-פֿאָרשונג. 

לייענט ווײַטער אין פֿאָרווערטס


יום רביעי, נובמבר 24, 2010

אַבֿרהם סוצקעװער רעדט צו גאָט

מע קען אַזױ אַרום זאָגן, אַז דאָס אײנציקע אָרט אין סוצקעװערס געטאָ-לידער, װוּ אַ דירעטקע װענדונג צו "גאָט" איז נישט אָפּגעמעקט געװאָרן אין סוצקעװערס אַ כּחבֿ-יד, קען מען געפֿינען נאָר אין כּחבֿ-יד פֿון ליד "אונטער דײַנע װײַסע שטערן".
(פֿון יחיאל שײנטוך, "אַבֿרהם סוצקעװער און זײַן ליד פֿון װילנער געטאָ", אין נײַעם נומער "צוקונפֿט" װאָס איז נישט אָן-לײַן חלילה.)

ראָסקעס װעגן יוגנטרוף; חוני המעגל האָט אַ װעבזײַטל בײַ "די צוקונפֿט"

דוד-הירש ראָסקעס אין אַ שמועס מיט גענאַדי עסטרײַך װעגן בראשית פֿון יוגנטרוף.
גלײַכצײַטיק איז געבליבן אַ טיפֿער ריס, דער דורות-ריס. אין אַמעריקע האָבן יונגע מענטשן זיך ניט באַנוצט מיט ייִדיש. דער עלטערער דור יאָ, און דער יונגער דור... וואָס ייִנגער — אַלץ מער אָפּגעווײַטערט איז מען געווען. דער געדאַנק וואָס מיר איז אויפֿגעקומען צו פֿופֿצן יאָר, צו גיין קעגן דעם שטראָם, קעגן דער געשיכטע, איז געווען געבויט אויף אָט דעם יסוד: ניט געקוקט דערויף וואָס על-פּי לאָגיק דאַרף מען ניט די שפּראַך — אַלע אין אונדזערע יאָרן האָבן זיך שוין לאַנג, לאַנג אָפּגעטרייסלט פֿון איר — דווקא דערפֿאַר דאַרף זי אונדז ווערן אייגנס. און מיר דאַרפֿן איבערשמעלצן דאָס וואָס מיר האָבן געקראָגן פֿון דעם עלטערן דור, ניט געקוקט דערויף וואָס ער האָט אין אונדז ניט געגלייבט. יאָ, זיי האָבן אונדז געלערנט און געהאָדעוועט, אָבער גלייבן אין אונדז האָבן זיי ניט געקענט, ווײַל מיר זײַנען געווען הי־געבוירענע. וואָס קענען מיר, נעבעך, אויפֿטאָן?
געטראָפֿן האָב איך דאָס נאָכן גײן צום װעבזײַטל פֿון צוקונפֿט זוכנדיק דעם איציקן נומער, װאָס איז אָנגעפּיקעװעט מיט כּל-טובֿ. דאַכט זיך אָבער, אַז דערהײַנטיקט האָט מען דאָס זײַטל אין . . . 2009. שכנא, װאָס לױפֿסטו? דאַרף מען בגװאַלד אַרײַנשלעפּן די ייִדישע גאַס כאָטש אין יאָר 2000?

יום רביעי, נובמבר 17, 2010

גוט געזאָגט, שלום אַש

פֿאַרשטייט זיך, אַז ייִדיש איז מײַן שפּראַך. איך ווייס ניט, צי עס איז מיר נאָענט אָדער ווײַט, צי האָב איך עס ליב אָדער פֿײַנט — איך דענק ייִדיש, איך רעד ייִדיש, איך שרײַב ייִדיש; ווײַל אַלע מײַנע געדאַנקען און בילדער, אַלץ וואָס איך טראַכט און זע, טראַכט איך און זע דורך ייִדישע ווערטער. ווען איך גיי אויף דער גאַס און הער וועמען רעדן ייִדיש, ווייס איך, אַז איך האָב אין דער גאַס אַ ברידערלעכן מיטמענטש. אָבער דאָס הייסט ניט, אַז איך בין אַ פּאַטריאָט פֿון ייִדיש. איך בין, וואַרשײַנדלעך, אַ פּאַטריאָט פֿון מענטשן, וואָס דורך זײַן לשון גיט ער זיך מיר צו דערקענען, אַז מיר געהערן צו איין גורל. אָבער דאָס הייסט בשום-אופֿן ניט, אַז נאָר די מענטשן, וואָס רעדן ייִדיש, זײַנען מיר אַזוי נאָענט. אָפֿט מאָל איז מיר פֿיל נעענטער אַ מענטש, וואָס רעדט ענגליש, דײַטש, פּויליש, רוסיש אָדער העברעיִש, וואָס איך פֿאַרשטיי מער אָדער ווייניקער, און איך פֿיל זיך מיט אים פֿיל ברידערלעכער, ווי צו מאַנכע, וואָס רעדן ייִדיש.
 פֿון אַן אַרטיקל אַשעס אין פֿאָרװערטס די װאָך פֿאָרגעשטעלט פֿון גענאַדי עסטרײַך.

יום חמישי, נובמבר 04, 2010

אז מע רעדט מיט א געוויסן טיפ....

אויב אייער יידישקייט שטעקט אין פיינט האבן גויים, איז אך-און-וויי.

נע-ונד מיטן דיכטערישן שטעקן אין האנט

איך וועל זיין צווישן די באטייליקטע אויף יוגנטרופס יידיש-טאג. איך קוק ארויס אלאמען צו זען!

יום ראשון, אוקטובר 31, 2010

די דערמאָנונג פֿון זאַכן (זכרון דברים), יעקב שבתאי: ייִדיש, ש.ב.

גאָלדמאַנס פֿאָטער איז געשטאָרבן דעם ערשטן אַפּריל און אילאָ גאָלדמאַן איז באַגאַנגען זעלבסטמאָרד דעם ערשטן יאַנואַר, און דווקא אין דער צײַט ווען געדאַכט האָט זיך אים אַז אָט, מיטן כּוח פֿון אָפּזונדערונג און צונויפֿפֿאַל, עפֿנט זיך אים אויף אַ נײַע תּקופֿה און ער געפֿינט פֿאַר זיך אַליין דעם אָנהייב פֿון אַ תּיקון דורכן "בולוואָרקער" און אַ געוווּנטשענער שטייגער לעבן, און דערעיקר דורך דער אַסטראָנאָמיע און איבערזעצן דעם "סאָמניום". צעזאַר איז געווען דער איינציקער וואָס האָט געלייגט אַכט אויף דער מאָדנער קאָמבינאַציע דאַטעס צווישן דעם טויט פֿון גאָלדמאַן און דעם טויט פֿון זײַן פֿאָטער, און אַפֿילו באַמערקט דאָס עטלעכע טעג נאָך דער לוויה פֿון גאָלדמאַן בשעת ער שטייט אין דער קיך פֿון עם ישראל און מאַכט זיי ביידן טיי, אָבער באַמערקט האָט ער דאָס ווי אַן אַנעקדאָט אָן שום באַטײַט, ווײַל אין יענער צײַט האָט צעזאַר באמת אויפֿגעגעבן אַלץ און אַפֿילו אויף דער קלענסטער באַמיִונג איז ער ניט געווען גרייט חוץ זײַנע תּיכּפֿדיקע באַדערפֿענישן, און אין דער האָפֿענונגסלאָזן פּראָצעס פֿון זײַן בליִאַקירונג, ווען ער גייט אַלץ מער אָנגעטאָן אין מאָדישע קליידער פֿון שרײַענדיקע קאָלירן, פֿאַרלאָזט וואָנצעס, רייכערט פּאַפּיראָסן פֿון אַ בעסערער קוואַליטעט, פֿרעסט און זויפֿט און לויפֿט נאָך יעדער צופֿעליקער פֿרוי אין זײַן וועג, בשעת דער עיקר פֿון זײַנע געדאַנקען און דער רעשט פֿון זײַן ווילנס-כּוח זײַנען אָפּגעגעבן זײַן בכור וואָס קרענקט אויף אַ קראַנקייט אָן אַן אויסהיילונג און וואָס זײַן מצבֿ ווערט האָפֿענונגסלאָז, האָט צעזאַר שוין נאָר געזען דאָס לעבן ווי אַן אומבאַטעמטער דורכפֿאַל אויסגעליידיקט פֿון זין, אָדער ווי אַ גרויסער קוריאָז וואָס מע דאַרף הנאָה האָבן דערפֿון ווי נאָר מעגלעך, אַ זאַך וואָס אין די מאָמענטן פֿון ניכטערקייט און חרטה וואָס האָבן אים אָנגעפֿאַלן פֿון צײַט צו צײַט האָט ער אָנגערופֿן “דאָס פֿריילעכע זעלבסטמאָרד.” דער איינציקער מענטש וואָס האָט אָן שום ספֿק געפּרוּווט דעשיפֿרירן די סודותדיקע טײַטשן פֿון יענעם דאַטעס-צופֿאַל איז געווען גאָלדמאַן, נאָר וואָס, ער איז שוין טויט.

"דער ראָב זאָגט: קיין מאָל מער"

איך ווייס שוין וואָס עס פֿעלט אײַך אויף דער זינדיקער ערד: עדגאַר עלען פּאָוס "דער ראָב" - אויף מאַמע־לשון, פֿאַרשטייט זיך. דער נוסח געפֿינט זיך אין י. קיסינס "ליד און עסיי" (ניו־יאָרק, 1956). גיט אַ קליק דאָ.

קיסין האָט דאַכט זיך איבערגעזעצט אַ ריי לידער אויף ייִדיש; כ'האָב זיי נאָך ניט איבערגעלייענט, ווייס איך ניט וואָס ס'איז כּדאַי און וואָס ס'איז...כּדאַי אין פֿײַער צו וואַרפֿן.

האַלאָווין־גרוסן אַלע מײַנע אַמעריקאַנער חבֿרים וואָס זײַנען מחמיר אויף צוקערלעך און מקיל אויך חוקת־הגויים (וגם אַני בתוכם)!

יום רביעי, אוקטובר 13, 2010

א רעקארדירונג פון מיין פירלייענונג אין נ"י

א רעקארידרונג פון דער פאעזיע-פירלייענונג אין ניו-יארק דעם 1טן אויגוסט, אונטערן נאמען "גלאטשטיין וועלט זיך מחייה געווען" און ארגאניזירט פון שבע צוקער און די יידיש-ליגע, געפינט זיך אט א דא. איך טרעט אויף מער ווייניקער ביים פונקט 2:30.

פי-די-עפס פון די לידער געפינעין זיך דא.

יום שני, אוקטובר 11, 2010

ממש א גרויסער קידוש-השם

עס דערקוויקט דאס הארץ צו זען ווי אנשי-שלומינו דריקן די האנט און געבן א ווארעמעם שמייכל א קאנדידאט פאר גאווערנאר פון ניו-יארק. אוועקגעזעצט האט מען אין די ערטער צו הערן . . . וואס? פלענער פאר דער צעבראכענער עקאנאמיע? פאר ברוקלין-הבנויה? פאר פעלקער-שלום אין די צעקאכטע געגנטן פון נ"י?

ניין! צו אטאקירן די פייגעלעך! צו שיטן פעך און שוועבל אויף איין-מיניקע באציונגען צווישן מענטשן באשאפן בצלם אלוקים!

פשששש... א קידוש-השם!

יום ראשון, אוקטובר 10, 2010

נײַ-אָפּגעפֿונענע לידער פֿון חײם גראַדעס אַרכיװן

ערשטער טייל (אויסצוג): געערטע קאָלעגן

באַשעװיס? יענער זנות-טרײַבער? פֿע! פֿע!



באַמערקונג: נאָך אױסצוגן פֿון גראַדעס אַרכיװן װעט מען מירצעשעם דאָ פֿאַרעפֿנטלעכן װען זײ װערן אַנטדעקט.

יום רביעי, ספטמבר 29, 2010

שפּײַזן פֿון די ריזן

פֿון מאַדעלענס האָט פּרוסט
געשעפּט אַ לעבנסלוסט.
פֿון שמאַנט מיט טרוסקאַפֿקעס
האָט זיך פּאָסמאַקעוועט קאַפֿקאַ.

לײענט װײַטער.

יום ראשון, ספטמבר 19, 2010

פשט, דרש און די עשרת-הדברות

איך גלייב א מאל אז די צען געבאט
זיינען די דירעקטע רייד פון גאט.
אויב אזוי ....

... כדי איבערצולייענען דאס גאנצע ליד, ווערט א שטיצער אט א דא!

יום ראשון, ספטמבר 12, 2010

נאָך שירהוואַרג

איך האָב ליב אַרויפֿצושטעלן נײַע לידער און איבערזעצונגען אויף מײַן בלאָג, נאָר כ'האָב נאָך מער ליב צו שאַפֿן די נייטיקע לייענער־ און שטיצערשאַפֿט וואָס ס'איז נייטיק פֿאַר מײַן פּאָעזיע־ביכל. איז: ביזן טערמין פֿאַר מײַן קיקסטאַרטער־פּראָיעקט וועט איר קענען לייענען מײַנע נײַע לידער נאָר דאָרט. באַטייליקן זיך קען מען בײַ וואָסער ניט איז ניוואָ, אַפֿילו איין דאָלער. אַ גמר־טובֿ!

יום ראשון, ספטמבר 05, 2010

וואָס פֿאַר אַ פּנים זאָל האָבן אַ צוויי־שפּראַכיק בוך פּאָעזיע?

צי מוז זײַן אַ ליד אויף "דער צווייטער שפּראַך" פֿאַר יעדן ליד אין בוך? אויב אַזוי, ווי אַזוי - מיט איבערזעצונג, פֿרײַען אָפּטײַטש, גרענעצלאָזן פּירוש? צי דאַרף זײַן אַזאַ מין סימעטריע בכלל?

כּדי צו האָבן צוטריט צו דער דיסקוסיע, זײַט מנדבֿ (אַזוי ווייניק ווי איין דאָלער) און ווערט אַ פּרענומעראַנט בײַ קיקסטאַרטער.

יו וואָנט בי סאָרי!

יום חמישי, ספטמבר 02, 2010

מײַן ספֿר-פּראַלניק האַלט אין ווערן

אויב איר פֿאַרשרײַבט זיך איצט ווי אַ פּרענומעראַנט, קענט איר זאָגן אַז איר זײַט געשטאַנען בײַם וויגל.

יום רביעי, ספטמבר 01, 2010

ייִדישע קנעפּלעך און פֿרומע קעפּלעך: אַ שמועס וועגן פּרשת רובאַשקין מיט קטלא קניא אין די תּשובֿה-טעג

פֿאַרפֿירט לעצטנס אַ בליצפּאָסט-שמועס מיט מײַן חבֿר און מיטבלאָגער קטלא קניא וועגן פּרשת רובאַשקין און דעם באַגריף (אומ)יושר אויף דער חסידישער גאַס. זײַן לשון האָב איך אַגבֿ ניט אָנגערירט.

ק"ק
: איך האָב ניט געהערט פֿון דיר אַ דעה איבער דער רובאַשקין "אומיושר". איך לייען דער הכּצעקת פֿון אַחינו בני ישׂראל און פֿאַר אַ רגע בין איך מסופּק צי מען קען גלייבן די מעשׂיות איבער דרײַפֿוס און ביילין. אפֿשר דאַרף מען די חבֿרה צוריקשיקן אַהין צו זען וואָס באַדײַט שׂינאת-ישׂראל. אָבער אַף-על-פּי-כן איז שווער צו פֿאַרשטיין אַ לעגאַלע סיסטעם וואָס שפּאַרט אײַן מענטשן איבער דיני ממנות אויף 27 יאָר. איך ווייס ניט צי מיידאָף וואָלט דאָס באַקומען אין אַנדערע לענדער.

ש"ב: דעם אמת זאָגנדיק האָב איך ניט דעם מינדסטן מיטגעפֿיל פֿאַר רובאַשקין, האָב איך ניט געלייענט די נײַעס וועגן אים מיט קאָפּ. עס קען זײַן (און איך ציטער איבער דעם אין די תּשובֿה-טעג) אַז מײַן אַהבֿת-ישׂראל צו אים און זײַנע קרײַזן איז ניט בײַ דער העכסטער מדרגה. קען זײַן אַז מע האָט אויף אים אַרויפֿגעלייגט אַן אומיושרדיקן שטראָף.

אַמאָל טוט מען דאָס טאַקע מיט די ווײַס-קאָלנערניקעס מע זאָל ניט מיינען אַז לית דין ולית דיין. און דו ווייסט וואָס? יענע חבֿרה מיינט טאַקע אַז דינא דמלכותא דינא איז קיין מאָל שייך. איז אפֿשר ניט אַזוי אומיושרדיק.

ק"ק: מסכּים מיט אַלעס. מיר ייִדן בכלל און פֿרומע בפֿרט האָבן אַ נאַראַטיוו און רובאַשקין פּאָרט צו דעם גוט. אַ ייִד איז זיך מוסר נפֿש אויף ייִדיש פֿלייש און די אַנטיסעמיטן ווילן אים אַוועקלייגן. ער שפּילט גוט צו מיט די ספֿרים און דער קיטל און מסירת-נפֿש איבער אַ טלית-קטן. אָן בכלל אַרײַנצוגין אין דער יושר ווייסט ער גוט וועלכע ייִדישע קנעפּלעך צו דריקן. ברענגט מען דערנאָך אַ לעווין מיט אַ פּאָר גויים און די פֿרומע שרײַען באַלד אַז אַפֿילו די פֿרײַע און די גויים זאָגן ער איז גערעכט, און אַז די גויים האַלטן ווי אונדז איז דאָך ניט דאָ אַ שטערקערע ראיה.

איך וועל דיר זאָגן אַז חוץ דעם לית דין ודיין און זיך אויסלאַכן פֿון דינא דמלכותא איז בײַ אונדז דער גאַנצער מושׂג פֿון אָפּגעבן דין-וחשבון כּלומר אַקאַונטאַביליטי אין גאַנצן אַ פֿרעמדע. פֿון קינדווײַז אָן נעמט מען ניט אָדער שוואַכע עקזאַמענס. אין ישיבֿות נעמט מען יעדער אָן חוץ די גאָר פֿאַרדאָרבענע, אין שידוכים זאָגט מען אַ ליגן און עס גייט שוין, אין כּולל קען סײַ ווי גיין, מלמדים און טיטשערס זאָגט מען ניט אָפּ, און קרימינאַלע עבֿירות צי ממנות צי סעקסועלע פֿאַרשווײַגט מען אַלס מסירה און "נעבעך אַ שטיב מיט קינדער" וכו'.

און דער פּשוטער מושׂג אַז מע דאַרף אָפּגעבן אַ מאָל אַ חשבון איז המשפּט לאלוקים הוא און רוף מיך צום ונתנה תּוקף.

און דאָס איז דער שווערסטער צו פֿאַרשטיין.

יום שני, אוגוסט 23, 2010

האַרץ-רײַסנדיקע מעדיצינישע באַשלוסן

אויבן האָט איר דעם לינק צו אַן אַרטיקל מײַנעם אין פֿאָרווערטס, אַ שטיקל איבערזיכט איבערן ענין מעדיצינישע באַשלוסן לטובֿת מענטשן וואָס קענען מער ניט באַטייליקן זיך אין אַזאַ באַשלוס. מיר דאַכט אַז די רעדאַקציאָנעלע תּיקונים האָבן היפּש געביטן מײַן מיין, בפֿרט דאָס צוגעבן דאָס וואָרט "אָנשטאָט" אין די לעצטער פּאַראַגראַפֿן, וואָס איז זיכער איפּכא-מסתּבראדיק צו מײַן כּוונה: דייהנו, אַז מעשׂיות וואָס מע דערציילט טאָג טעגלעך זײַנען דווקא יאָ גרונטיק צו פֿאַרשטיין וואָס אַ מענטש האַלט פֿאַר וויכטיק.

האָב איך דאָ ווײַטער אַרײַנגעקלעפּט די ניט-רעדאַקטירטע ווערסיע, איר זאָלט אַליין באַשליסן.

האַרץ-רײַסנדיקע קשיות: ווי אַזוי קען מען מאַכן אַ מעדיצינישן באַשלוס פֿאַר עמעצן וואָס קען שוין ניט?
פֿון שלום בערגער

א מענטש ליגט אין שפּיטאָל-בעט און קען ניט רעדן. די דאָקטוירים דאַרפֿן מאַכן א באַשלוס וועגן וואָס צו טאָן. ווי אַזוי טוט מען דאָס? ווי אַזוי רעדט מען אַרום אַזאַ זאַך מיט דער משפּחה? די ביִאָ-עטישע עסטאַבלישמענט אין שפיטעלער איבער אַמעריקע האָבן מער ווייניקער שוין אָנגענומען אַ רוטין, אַזאַ מין מעניו פֿון אופֿנים ווי אַזוי אַרומצורעדן מיט דער משפּחה אַ באַשלוס. מומחים אין מעדיצינישער עטיק זײַנען אָבער צו ביסלעך געקומען צום אויספיר, אַז אַזאַ קאָנסענסוס טויג מער ניט.

לאָמיר געבן אַ בליק איבער וואָס קומט היײַנט פֿאָר אין רובֿ שפּיטעלער ווען אַ פּאַציענט האַלט גאָר שמאָל, און וואָס מע רעדט איצט אַרום וועגן די פּאַסיקסטע אופֿנים צו מאַכן אַ בײַט אין דעם אָנגענומענעם צוגאַנג.

לאָמיר אָנהייבן מיט דער טרויעריקע סיטואַציע. דער חולה איז שוין א חולה-מסוכּן און ליגט אָן לשון אויפֿן שפּיטאָל-בעט. ווי אַזוי דערגייט מען וואָס ער אָדער זי וואָלט געוואָלט?

מע פֿלעג האַלטן פֿאַר אַן אידעאַל דעם כּלל "די בעסטע אינטערעסן פֿון פּאַציִענט." אלא װאָס, ס'איז נישט אַלע מאָל קלאָר װי אַזױ מע דערגײט יענע "בעסטע אינטערעסן," באַזונדערש אױב דער פּאַציִענט איז נישט בכּוח זײ אױסצודריקן. אָבער נישט נאָר צוליב פּראַקטישע סיבות האָט מען אָפּגעװאָרפֿן יענעם כּלל. עס האַנדלט זיך אין די עטישע יסודות פֿון דער הײַנטיקער ביִאָעטיק, װאָס האָבן זיך היפּש געביטן אין די לעצטע יאָרצענדליקער. צו מאַכן אַ באַשלוס לשם יענעמס אינטערעסן איז חשוד, באַזונדערש אױב מע נעמט אָן פֿאַר זיכער אַז מע װײסט װאָס יענעמס אינטערעסן זײַנען - דאָס שמעקט שױן מיט פּאַטערנאַליזם, װאָס איז הײַנט (נישט בחינם) מער נישט געװוּנטשן.

מיט וואָס פֿאַרבײַט מען די בעסטע אינטערעסן פֿון פּאַציענטן? אין די זיבעציקער יאָרן האָט מען ווידער געפֿונען לעגאַלע באַגרונטיקונגען פֿון 19טן-יאָרהונדערטיקן ענגלאַנד וואָס האָבן געשטעלט אַ דעמאָלט-דרינגיקע פֿראַגע: וואָס טוט מען אויב מע דאַרף האָבן צו טאָן מיט די אינטערעסן פֿון אַן אַזוי גערופֿענעם "לונאַטיקער", וואָס ס´איז אוממעגלעך צו דערגיין וואָס ער וויל איצט?

דעמאָלט איז מען צוגעקומען צום געדאַנק פֿון "פֿאַרביטענעם שׂכל" - דאָס הייסט אַז דער, וואָס מאַכט אַ באַשלוס אין נאָמען פֿון פּאַציענט, זאָל באַשליסן וואָס דער פּאַציענט זאָל האָבן באַשלאָסן ווען ער וואָלט געווען אין שטאַנד צו באַטראַכטן דעם ענין.

ס´איז אין תוך גענומען אַ גרויסע אָננעמעניש. ווען די באָבע וואָלט געהאַט רעדער וואָלט זי געוען אַ טראַמווײַ. און ניט נאָר איז דאָס אַ שווערער הלוואַי-שפּיל. ווען מע פֿרעגט אויס סתּם מענטשן, וואָס וואָלטן זיי געוואָלט ווען דאָס ליגן זיי

אין שפּיטאָל-בעט, זאָגן טייל אַז מע וואָלט דווקא ניט געוואָלט, אַ קרובֿ זאָל "פֿאַרבײַטן זייער שׂכל" און פּרוּוון טרעפֿן וואָס זיי וואָלטן געוואָלט.

פֿאַר די דאָזיקע סיבות איז אויך דער צוגאַנג "פֿאַרביטענער שׂכל" ניט פרײַ פֿון עטישע צי פּראַקטישע מניעות.

איז געבליבן, אַז דער סאַמע בעסטער אַלטערנאַטיוו פֿאָרצושטעלן די אמתע וווּנטשן פֿון פּאַציענט איז אַ צוואה וואָס האָט צו טאָן מיט מעדיצינישע ענינים. אַזאַ "ליווינג וויל" זאָל כּלומרשט זײַן דער סאַמע שפּיץ פֿון די אַלע דערמאָנטע צוגאַנגען, ווײַל ס'איז פּראַקטיש און יחידיש. ניטאָ קיין ניט-געשטויגענע הלוואי-מעשׂיות, ניטאָ קיין פּאַטערנאַליסטישע משחבות וועגן די בעסטע אינטערעסן פֿון פּאַציענט.

אויך אין דעם אזוי-גערופענעם אידעאַל שטעקן אָבער אַ צאָל וויכטיקע פּראָבלעמען. ס'רובֿ פֿון די אָ פּראָבלעמען ווײַזן זיך אַרויס אויפֿן קלאָרסטן אופֿן פֿאַר די וואָס אַרבעטן מיט גוססים: די דאָזיקע צוואות זײַנען מיט איין מאָל צו אַבסטראַקט און צו פּרטימדיק. צו אַבסטראַקט, ווײַל ס'רובֿ פּאַציענטן האָבן קיין אַנונג ניט וועגן די טעכנישע פּרטים פֿון אַ שפּיטאָל אָדער וועגן די טעכנישער פֿונקציע פֿון די מאַכערײַקעס וואָס געפֿינען זיך אין (צום בײַשפּיל) אַ גוט-אויסגעריכטן אינטענסיוון אָפּטייל. דערמאָנט מען אין דער צוואה בלויז נוצלאָזע אַלגעמיינערונגען ווי "איך וויל ניט קיין העלדישע מיטלען" אָדער "איך וויל ניט קיין לעבנס-ראַטעווענדיקע אַקציעס" - וואָס זיי מיינען פֿאַרשיידענע זאַכן פֿאַר פֿאַרשיידענע מענטשן. לאָמיר דאָ אויסניצן די געלעגנהייט זיך צו דערמאָנען אין די אומצאָליקע געלעגנהייטן ווען איך - נאָך אַ רעזידענט-דאָקטער - האָט זיך אַרויסגעשלעפּט די האָר בײַם לייענען די ניט-דורכגעטראַכטע אָנווײַזונגען אין אַזאַ צוואה. הלוואי וואָלטן גוטע כּוונות געווען גענוג!

פֿון דער איבער אַבסטראַקטקייט איז געקומען דער געדאַנק, אַז אפֿשר פֿעלט דווקא אַ געהעריקע ספּעציפֿישקייט אין אַזעכלע צוואות.

איז אָבער מיט דעם געקומען אַ נײַע שוועריקייט וואָס מע האָט מסתּמא געדאַרפֿט פֿאָרויסזאִָגן, דהיינו אַז דאָקטוירים און פּאַציענטן רעדן ניט די זעלבע שפּראַך. אַז אַ רעזידענט-דאָקטער (אָפֿטמאָל ווערט די "מצווה" איבערגעלאָזט דווקא פֿאַר די וואָס זײַנען ניט בײַ די הויכע פֿענצטער) פּרוּווט אויספֿרעגן אַ פּאַציענט וועגן די אַלע אָפּציִעס און צוגאַנגען וואָס וואָלטן געווען טעכניט מעגלעך צום סוף לעבן, קוקט נעבעך דער פּאַציענט ווי אַ האָן אין בני-אָדם. און ווען דער פּאציענט, ווידער, פּרוּווט אַליין ברחל בתּך הקטנה אָנגעבן וואָס מע מעג יאָ טאָן און וואָס מע טאָר ניט טאָן, קומען אויס אַזעלכע סצענאַרן אָן הענט און אָן פֿיס.

מיר דאָקטוירים פֿאַרקײַקלעך די אויגן ווען מיר הערן וועגן פּאַציענטן וואָס ווילן דווקא מע זאָל קוועטשן אויפֿן ברוסט כּדי ווידער אָנצוהייבן דאָס האַרץ, אָבער ווילן לחלוטין ניט קיין אָטעם-טרײַבל דורכן האַלדז -- ווען ביידע זײַנען געקניפּט און געבונדן ווי טיילן פֿון אויפֿמינטערונגס-פּראָצעס. אָדער ווידער ווען אַ פּאַציענט זאָגט אַז מע וויל יאָ װ טרײַבל דורכן האַלדז, נאָר מע וויל ניט צוגעטאָן ווערן צו אַן אָטעם-מאַשין. אַז מע הייבט אָן מיט אַזעלכע פּישטשעווקעס, איז סײַ צו קאָנקרעט סײַ אומפּראַקטיש.

איז מען שוין ניט אַהין און ניט אַהער.

צוליב די אָ טעמים האָט מען אָנגעהויבן צוצוגיין צום ענין פֿון אַן אַנדער קוקווינקל. לאָמיר ניט אַזוי לייגן דעם טראָפּ אויפֿן באַשלוס וואָס מע דאַרף מאַכן. דאָס איז אַוודאי וויכטיק, נאָר וויכטיקער איז, אפֿשר, וואָס פֿאַר אַ פּאַציענט דער חולה איז (געווען), וואָס ער האַלט וויכטיק אין לעבן. מיט אַזעלכע ידיעות קען מען פּרוּוון צונויפֿשטעלן מער אַ גאַנצע בילד פֿון זײַן זיך און דערמיט וואָס פֿאַר אַ באַשלוסן שטימען מיט דעם מענטשנס פּערזענלעכקייט, לויט די וואָס האָבן אים/זי געקענט פֿון דער נאָענט.

ווי אַזוי אָבער קען מען דערגיין וואָס פֿאַר אַ מענטש מ´איז? ס'איז ווי בײַ וועמען. אַ מאָל איז מען אַזאַ מענטש, וואָס איז צוגעוווינט צו אַבסטראַקטע רייד, וואָס קען באַקוועם זיך אַוועקזעצן, נעמען אַ פּען אין דער האַנט און איבערגעגעבן אן אַזוי-גערופֿענע עטישע צוואה קינדער און קינדסקינדער.

ניט יעדער אָבער איז אַזאַ. וויכטיקער איז אפֿשר מודה צו זײַן, אַז אַלע האָבן געוויסע זאַכן בשותּפֿות, און איינס פֿון זיי איז שאַפֿן און דערציילן מעשׂיות וואָס שפּיגלען אָפּ ווער מ'איז און וואָס מע האַלט פֿאַר וויכטיק.

אַפֿילו מיר זײַנען ניט געניטע שרײַבערס אָדער סובטילע דענקערס, אַפֿילו מיר האָבן ניט ליב צו לייענען אָדער טראַכטן אויף אַ טעאָרעטישן אופֿן וועגן אונדזערע באַגריפֿן, דערציילן מיר מעשׂיות טאָג אײַן טאָג אויס וואָס אונדזערע קרובֿים הערן אויס.

נאָר שפּעטער, ווען מיר ליגן אָן לשון און אָן אויסדרוק ערגעץ אויף א שפּיטאָלבעט, קענען אונדזערע קרובֿים זיך כאַפּן אַז די און די זאַכן האָט ער (צי זי) געהאַלטן פֿאַר וויכטיק.

און דווקא די עקרים (לויט דעם צוגאַנג) דאַרף מען באַטראַכטן ווען מע רעדט אַרום מעדיצינישע באַהאנדלונג. דעם טראָפּ דאַרף מען ניט לייגן אויף די אומקלאָרע פֿאָרויסזאָגונגען, אַ מאָל ניט געשטויגענע, פֿון די מעדיצינישע פּראַקטיקער, נאָר אויף די פּריאָריטעטן פֿון די חולים אַליין, ווי זיי זײַנען דורכגעפֿירט געוואָרן אין טאָג טעגלעכן לעבן.

יום שני, אוגוסט 09, 2010

אַ זומערליד

וואַסער-צעלאָזלעכע זומערפֿאַרבן --
ים און זאַמדן, זון און פּליאַזשע --
און דער חוש אַז אַלץ פֿאַרגיין וועט
בײַ דעם סאַמע שפּיץ פֿון תּענוג.
געדענק זשע איצט אַז יענער עילוי
מיט בילעט אויף עולם-הבא
וועט זיך כאַפּן נאָר בײַם ווידוי
אַז אַ ביקיני איז סאַבאַבאַ.

יום ראשון, אוגוסט 01, 2010

"גלאַטשטיין וואָלט זיך מחייה געווען"

איך ווייס ניט צי דער טיטל איז אַזאַ געלונגענער (דאָס האַרץ זאָגט מיר אַז גלאַטשטיין וואָלט גיכער פֿאַרקרימט מיט דער נאָז אויף אַזאַ חבֿרה) נאָר די אונטערנעמונג און די געזעלשאַפֿט - דאָס יאָ. איך האָף אײַך דאָרט צו זען נאָר טאָמער ניט קענט איר זיך צוהערן אָן-לײַן.

טײַערע חבֿרים,
אויב איר קענט ניט קומען אויף גלאַטשטיין וואָלט זיך מחיה געווען! - אַ צוויי־שפּראַכיקער אָוונט הײַנטצײַטיקע ייִדישע פּאָעזיע קענט איר דאָס זען אויף אײַער קאָמפּיוטער פּונקט (און נאָר) אין דער צײַט פֿון דער פּראָגראַם:
זונטיק, דעם 1טן אויגוסט; 6:00 - 7:45 אין אָוונט. י
bowerypoetrylive.com
די פּראָגראַם

פּאָעזיע און זינגלידער:
שלום בערגער, דזשאַש וואַלעצקי, גיטל שעכטער־ווישוואַנאַט

דוד באָטוויניק, לייזער בורקאָ, דינה וואָלאָך, גרשון ווײַס, יעפֿים וויניצקי, שמואל מאַרדער, דוד פֿאַליק, לאה ראָבינסאָן, מינדל רינקעוויטש

יום שלישי, יולי 13, 2010

מע וועט קיין מאָל ניט וויסן

אַ חבֿר מײַנער האָט געזאָגט אַז די גרויסע ייִדישע שרײַבערס האָבן זיך אַרומגעטראָגן מיט קליינע השׂגות. זיי האָבן זיך באַגנוגנט מיט באַגרענעצטע אַמביציעס, אַ ליד דאָ, אַ ראָמאַן דאָרט, אַ פּיעסע בײַ אַ דריטער געלעגנהייט. וואָס בעט זיך, זאָגט ער, איז אַ לעבנס-פּראָגראַם. אַ טאָלסטאָי דאַרף זײַן, אַ סוצקעווער, אַן אצ"ג.

אַ בײַשפּיל האָט ער געבראַכט. לאָמיר אָנכאַפּן פּרץ, האָט ער געזאָגט, אַז מע לייענט איין שאַפֿונג זײַנס איז ניט אַזאַ גרויסע גדולה. נאָר ווען מע לייענט גאַנץ פּרץ כאַפּט מען זיך אַז -- פּרץ איז פּרץ.

הייסט עס, האָב איך געזאָגט, אַז מיט יעדער שאַפֿונג דאַרף מען ווײַטער אויפֿבויען דעם פּיתום ורעמסס פֿון אייגענעם לעבן. ווי אַ קינדס קלעצל-טורעם וואָס טאַטע-מאַמע ציטערן איבער דער צאָל קלעצלעך, טאָמער איז דאָס קינד חלילה הינטערשטעליק אין זײַן אַנטוויקלונג.

אויב אַזוי אַוווּ זאָל איך האַלטן איצט אין דער סכעמע פֿון מײַן מגדל בבֿל? וווּ איז מײַן צוקוקער וואָס זאָל מיר זאָגן וווּ איך האַלט, צי איך דאַרף ניט אַ קער טאָן אין איין ריכטונג אָדער אַ צווייטער?

איך אַרבעט אויף אַ מאַפּע און דער דזשי-פּי-עס איז ניטאָ. איך פֿאָר און אַלע ריכטונגען זײַנען מעגלעך, גאָרניט קיין מאַרשרוט איז פֿאַרווערט.

איז אויפֿגעשוווּמען די אַלטע מעשה. ברירה קעגן גורל. שאַפֿונג קעגן סופֿיקייט.

פּרץ האָט דען געוווּסט בײַ זײַן לעבן אַז ער איז עס - פרץ? די היסטאָריקער וועלן מסתּמא זאָגן, אַז יאָ, נאָר איך בין מסופּק. האָט ער דען אויך געוווּסט, אַז מע וועט אים בכלל ניט לייענען, ניט קענען לייענען, אין הונדערט יאָר אַרום? אַז כּמעט די איינציקע רייד פּרצס וועט מען הערן בײַ באָנטשע שווײַג אין מויל?

מע שרײַבט - מע לעבט - אומוויסיקערהייט. דער זייגער גייט און ניט דער שטוב ברענט, ניט מע הערט אָדער זעט דעם זייגער. מע האַלט די לאָפּעטע אין דער האַנט און מע בויט און מע בויט ביז מע שפּירט ווי די זון ווערט הייס ווי אַ בלוטאויסגאָס און די ליניעס פֿון דער סכעמע ווערן שוין פֿאַרטײַטשט פֿון אַ נײַגעריקן צוקוקער מיט צוטריט צו אונדזער לעבן, געזען סוף-כּל-סוף כּלפּי חוץ.

עס גייט די רייד וועגן דיר, וואָס דו האָסט אָנגעשריבן, צי עס האָט געטויגט, און וועסט קיין מאָל ניט וויסן דעם ענטפֿער. ניט צי דײַנע שרײַבעכצן האָבן געטויגט, ניט צי דו האָסט געטויגט.

יום שני, יולי 12, 2010

מיר דערציילן טרויעריקע מעשׂיות

מיר דערציילן טרויעריקע מעשׂיות
גליקלעך מיטן תּכלית דערפֿון
מונטער מיט דער כּוונה צו ראַטעווען
טויט איז קיין מניעה ניט
און חורבן גאָר ניט סוף

יום חמישי, יולי 01, 2010

"איך בין ניט קיין חרדי און ניט קיין ספרדי, נאר איך האלט, אז דאס איז א קאמף פאר מענטשן-רעכט אין ישראל. "

מיט א וואך צוויי צוריק האב איך געבעטן אייערע מיינונגען וועגן דער אנגעיינדיקער "פרשת עמנואל". האט א חשובער פעאט זיך גארניט געפוילט אוןהאט גלייך צוגעשיקט א תשובה.

איי, כ'בין 100% ניט מסכים מיט כמעט אלץ וואס ער שרייבט? סיי ווי סיי האב איך דרך-ארץ פאר זיין פאעזיע, און אזוי ווי ער איז דארטן בארץ און איך בין דא בחוץ איז כדאי פון אים צו הערן. זאלן זיך טויזנט בלומען צעבליען.

שלום, א גרוס דיר. איך בין א שטיקל עד-ראייה. ערשטנס איז דאס ניט קיין קאמף צווישן אשכנזים און ספרדים (אויב דו האסט אין זינען נעכטיקע דעמאנסטראציע אין ירושלים און אין אנדערע ישראלדיקע שטעט. ס'איז א קאמף קעגו בג''ץ, דעם בית דין גבוה לצדק, וואס האט איינגעפירט אין אונדזער לאנד א מין דיקטאטור פון "שלטון החוק" (געזעץ-מאכט). דאס איז א פארמאכטער קלוב פון 15 ריכטער (בלויז איינער פון זיי א ספרדישער מיט א יארמלקע). זיי האבן זיך צוגעטשעפעט צו א מיידלשער חרדישער שול בית-יעקב פון עמנואל מיט א תירוץ, אז אריבער זיבעציק פראצענט מיידלעך אויף "מגמה חסידית" זיינען אשכנזישע. תחלית איז דאס א קאמף קעגן אומאפהענגיקער חרדישער בילדונגס-סיסטעם. די ריכטער האבן געשיקט אין תפחסע צעדליקער עלטערן, וועלכע האבן זיך אפגעזאגט צו שיקן זייערע טעכטער אין א "געמישטער" שול, אן א "מגמה". מע האט זיי באשולדיק אין א ראסיזם. הקיצור, אין תפיסה זיינען אריין אויך ספרדים און תימנער. דערצו נאך האט ניט דער בג''ץ קיין רעכט צו משפטן פשוטע בירגער, אלא בלויז אנשטאלטן און באאמטע. זיי האבן געקענט משפטן דאס בילדונגס-מיניסטעריום, נאר ניט די טאטע-מאמע פון א קאנקרעטער תלמידטע.


איך בין ניט קיין חרדי און ניט קיין ספרדי, נאר איך האלט, אז דאס איז א קאמף פאר מענטשן-רעכט אין ישראל. אויב ס'זיינען ביי דיר דא קאנקרעטע פראגן, פרעג.


אַוואַנסירטער ייִדיש־קורס מיט באָריס סאַנדלער

דאָנערשטיק, דעם 22סטן יולי, וועט באָריס סאַנדלער אָנהייבן אַ נײַעם אַוואַנסירטן ייִדיש־קורס ספּעציעל פֿאַר שרײַבערס, וואָס וועט זיך טרעפֿן יעדע צוויי וואָכן בײַם "פֿאָרווערטס" אין מאַנהעטן. ער האָט זיך ברייטהאַרציק אָנגעבאָטן צו לערנען דעם קורס בחינום, אָבער בלויז געציילטע מענטשן וועלן אָנגענומען ווערן — בסך־הכּל 5 ביז 7 אָנטיילנעמער. אַלע אַפּילקאַציעס זײַנען אָנגעלייגט, כאָטש דער קורס איז געצילט ספּעציעל פֿאַר יונגע שרײַבערס. די אַפּליקאַנטן וועלן ווערן אָנגענומען לויט אַ בײַשפּיל פֿון זייער שרײַבן און אַ באַשרײַבונג פֿון זייער ייִדיש־הינטערגרונט

אַלע פֿאַראינטערעסירטע, זײַט אַזוי גוט און שיקט אַזאַ מין באַשרײַבונג און אַ בײַשפּיל פֿון אײַער שרײַבן אויף ייִדיש (אַן אַרטיקל, אַ דערציילונג אאַז"וו) ניט קירצער ווי 200 ווערטער, אויפֿן אַדרעס
leyzertag@me.com

אַלע אַפּליקאַציעס דאַרפֿן אָנקומען פֿאַרן 13טן יולי. ווײַטערע פּרטים וועלן די אַפּליקאַנטן באַקומען צו הערן ביזן 18טן יולי

זאָל זײַן מיט מזל

יום רביעי, יוני 30, 2010

דאָס ניט-באַקוקטע לעבן

כּידוע איז געווען אַ מחלוקת הלל ושמאי וועגן דעם צי איז כּדאַי, דער מענטש זאָל האָבן באַשאַפֿן געוואָרן. איז געבליבן, אַז ניט, נאָר היות ווי מיר זײַנען דאָ זאָלן מיר ממשמש זײַן אונדזער מעשׂים - מסתּמא איז דאָס טײַטש עפּעס ווי "אויספֿאָרשן", באַקוקן.

איז מיר הײַנט אײַנגעפֿאַלן, אַז אַוודאי איז כּדאַי צו באַקוקן די מעשׁים. וואָס זשע דען? ניט נאָר אין די מעשׁים גייט עס, נאָר אין די מעשׂים (און זיך אַרײַנטראַכטן אין זיי) ווי אונדזער זכות-הקיום. ווען ניט דער פּראָצעס פֿון "מישמוש-המעשׂים" וואָלט דער מין מענטש ניט געווען כּדאַי בכלל!

למאַי אָבער? מע קען אויסרעכענען עטלעכע טעמים נאָר עס ווילט זיך הערן אײַערע הסברות. וואָס מיינט איר?

יום חמישי, יוני 17, 2010

פּאָעזיע בפֿרהסיה

איך װעל געבן אַ לעקציע װעגן אונדזער חבֿרה ייִדיש-רעדנדיקע באַלטימאָריאַנער, 7:30 אין אָװנט, דעם 28סטן יוני, אין ברוקלײַן, מאַס', בײַם באָסטאָנער אַרבעטער-רינג. פֿירלײענען װעל איך אױך אַ פּיקאַנטע סעלעקציע לידװאַרג. זײַ אַ פּנים-חדשות!

איר האָט געשריגן אױף בג"ץ? װיל איך הערן פֿון אײַך

צי קען עמעצער עמעצן (װאָס קען עמעצן) װאָס איז בײַגעװען אױף די גרױסע פּראָטעסטן װעגן (גאָט זאָל אָפּהיטן) תּערבֿות צװישן אַשכּנזים און ספֿרדים? ס'װאָלט געװען שײן צו הערן אַ עד-ראײה.

יום רביעי, יוני 16, 2010

אַ פֿרײלעכן בלומסטאָג!

װאָס - רעדוצירט אױף זײערע פּשוטסטע קעגנזײַטיקע פֿאָרעמס -- זײַנען געװען בלומס געדאַנקען װעגן סטיװענס געדאַנקען װעגן בלום און װעגן סטיװענס געדאַנקען װעגן בלומס געדאַנקען װען סטיװען?

ער האָט געמײנט אַז ער האָט געמײנט אַז ער איז אַ ייִד כאָטש ער װײסט אַז ער װײסט אַז ער װײסט אַז ער איז נישט.
פֿון גרױסן ספֿר.

יום ראשון, יוני 13, 2010

אינטערוויו מיט האסידיק רעבעל: צווייטער טייל

דער ערשטער טייל אינטערוויו איז דא.

3. ווען זייט איר ממש אראפ פון דרך? איר קענט דיך דערמאנען אין א געוויסן מאמענט אדער מעשה? וואס איז געווען דער אפרוף פון אייערע טאטע-מאמע/געשוויסטער/רביים?

צום ערשט איז עס אלץ נאר געווען א מחשבה-זאך. איך האב אויפגעהערט גלייבן, אבער איך האב זיך ווייטער געפירט צוממערסטנס מיט די געווענליכע פרומקייטן פון א פרומע/חסיד'ישע פערזאן. איך האב געהאט א פאמיליע, א ווייב מיט קינדער, און עס אלץ אפצולאזן איז נישט געווען קיין פראקטישע זאך. דא און דארט האט זיך געמאכט אז כ'האב געגעסן עפעס נישט-כשר'ס, אדער נישט אין אכט גענומען הלכות שבת, וכדומה. צום ערשט איז מיין חילול שבת געגאנגען נישט ווייטער ווי צו נעמען פון טשאלנט אויפ'ן בלעך פרייטאג-צו-נאכט ווען די פאמיליע איז געשלאפן, אן קיין דאגה וועגן הגסה. צומאל, אז איך האב זיך געטראפן מיט פריינט וואס האבן געהאלטן די זעלבע ווי איך, איז מען געגאנגען עסן אין א נישט-כשר'ע רעסטוראנט. אבער אין שול בין איך נאך געגאנגען ערליך שבת מיט מיינע זון, און געפירט שבת סעודות, געפאסט יום כיפור, געגעסן אין סוכה, וכדומה.

מיט די צייט, בעיקר צוליב פערזענליכע ענינים – אבער אויך טיילווייז וועגן אונזערע צוטיילטע מיינונגען איבער רעליגיע, האב איך אפגעמאכט מיט דאס ווייב זיך צו טיילן. ערשט דערנאך האב איך אנגעהויבן צו לעבן אן אפענעם פרייען לעבנסשטייגער. דאס האט פאסירט בערך צוויי און א האלב יאר צוריק.

מיין מוטער און געשוויסטער האבן – צו זייער אויסערגעווענליכן קרעדיט – אנגענומען מיין נייע לעבנסשטייגער מיט פארהאלטמעסיגע איינגעהאלטנקייט. עס האט זיי שטארק וויי געטאן, אבער קיינער האט מיט מיר נישט אפגעהאקט, אדער זיך אויפגעפירט נעגאטיוו צו מיר, מיר מרחק געווען א.א.וו. מיין פאמיליע איז קליין (מיר זענען נאר פיר געשוויסטער), און מיר האבן זיך אייביג געהאלטן – און האלטן זיך ווייטער – זייער נאנט.
ביי מיין ווייב'ס פאמיליע איז עס זעלבסטפארשטענדליך אנדערש אנגענומען געווארן. מיינע באציאונגען מיט מיטגלידער פון איר פאמיליע זענען צו מיין באדויערן נישט איינגענעם, מילד גערעדט. מיט מיינע קינדער האב איך ווייניג שייכות, אויף א באגרעניצטן פארנעם.

4. ווי אזוי האט איר זיך אן עצה געגעבן מיט אפרייסן זיך פון אייער קהילה? וואס איז דאס שווערסטע פון דעם?

איבערצולאזן די סביבה, ספעציעל א חסיד'ישע מיט איר אייגנארטיגן לעבנסשטייגער, אין וועלכע מען איז ערצויגן געווארן און פארברענגט אלע יארן ביז אהער, איז נישט גרינג. די חסיד'ישע געזעלשאפט, שוין נאך אלע זאכן מיט וואס איך בין נישט מסכים, איז א ווארעמע און היימישע פלאץ. עס איז שווער צו טרעפן אזא ערשיינונג ערגעץ אנדערש איבער די וועלט. מיט דעם אלעם האב איך דערווייל נישט קיין חרטה. די מעגליכקייטן וואס האבן זיך מיר געמאכט במשך די לעצטע פאר יאר האבן מיר, עכ"פ דערווייל, איבערצייגט אז איך האב געטאן א גוטן שריט איבערצולאזן דעם חסיד'ישן לעבנסשטייגער.

5. וואס איז אייער איציקע באציונג צו יידישקייט? אין וואס גלייבט איר? וואס איז אייער צוגאנג צו יידישקייט? עס ציט אייך צו א געוויסן צוגאנג (וועלטעכע יידישקייט? מאדערן-ארטאדאקסיע? "פשוט א ייד"? ציונות?)?

איך בין א "קולטורעלער" איד. אין א געוויסן זין בין איך אויך נאך אלץ א "קולטורעלער" חסיד. די חסיד'ישקייט וואס איז אין מיר איינגעבאקן געווארן פון מיינע קינדערישע/בחור'ישע יארן און אין די ערשטע יארן אלץ יונגערמאן קענען נישט אזוי גרינג אויסוועפן, און באמת פלאן איך נישט עס אפצומעקן.

בנוגע אמונה, איך האב נישט קיין שום נטיה צו קיין שום גלויבונג אדער אידעאלאגיע. איך רעספעקטיר און שפיר א ליבשאפט צו מיין אידישע טראדיציע, איך האב ווארעמע געפילן געפילן צו ארץ ישראל, און איך האלט זיך אלץ א טייל פון כלל ישראל. אבער איך האלט זיך אויך א מיטגליד פון די גאנצע מענטשהייט, און די אלע אויבנדערמאנטע אידישע מושגים זענען נישט מער ווי סענטימענטאלע זאכן, עפעס ווי ווען איינער האט ליב א פאמיליע מיטגליד, אבער פשט איז נישט אז לכבוד דעם מוז ער קען ער נישט האבן קיין געפיל צו מענטשן נישט פון זיין פאמיליע.

6. האט איר עפעס וואס איר וואלט געוואלט זאגן אנדערע וואס ראנגלען זיך מיט די זעלבע ספקות וואס איר האט (געהאט)?

די החלטה זיך אפצוטיילן פון דעם פרומען לעבנסשטייגער איז איינע פון די גרעסטע שוועריגקייטן – אויב נישט די גרעסטע – וואס איך האב געהאט אין לעבן. יעדער מענטש וואס מאכט אזא החלטה שטויסט זיך אן אין זיינע אייגענע ראנגלענישן און שוועריגקייטן, און עס איז שווער צו געבן א כללית'דיגע תשובה וואס זאל זיין צוגעפאסט פאר יעדן וואס נעמט אין באטראכט אזא שריט. זעלבספארשטענדליך אז די וואס האבן שוין אייגענע פאמיליעס מיט קינדער האבן אנדערע שוועריגקייטן פון די האבן נאכנישט חתונה געהאט.

אויב קען מען אבער יא געבן איין עצה פאר די דרייען זיך מיט אזעלכע מחשבות אין קאפ: מאכט זיכער אז איר האט מער-ווייניגער א קלארן פלאן וואו איר ווילט גיין און וואס איר ווילט טאן אין לעבן נאכ'ן איבערלאזן דעם פרומען לעבנסשטייגער. די ערגסטע זאך וואס אזא איינער קען זיך טאן איז אוועקצוגיין אן א קלארן פלאן וואס מען וויל יא טאן.

עס פארלאנגט זיך אסאך כח און קוראזש דורכצוגיין מיט אזא שריט, און אויב מאכט איר יא אפ זיך עס אונטערצונעמען, ווערט נישט געפאלן פון די שוועריגקייטן. צום ענדע איז כדאי נאכצוגיין דעם לעבנס חלום. מען לעבט נאר איין מאל, מען האט נישט קיין צווייטן שאנס.

7. וואס לייענט איר די טעג?

איך האב יעצט געענדיגט "ווארטנדיג אויף די בארבאריאנס," פון דזעי. עמ. קאוטזי, און עס האט אויף מיר איבערגעלאזט א שטארקן רושם. די טעמע איז נוגע שטענדיג, אבער ספעציעל אין אונזער צייט פון אמעריקאנער אימפעריאליסטישע אונטערנעמונגען.

אין נישט-פיקציע ליין איך מערסטנס איבער די היסטאריע פון רעליגיע, ספעציעל די שייכות צווישן אידישקייט, קריסטנטום, און איסלאם. לעצטנס בין איך ספעציעל אינטערעסירט אין די היסטאריע פון די ערשטע יארן פון די קריסטליכע רעליגיע. איך האב נארוואס געקויפט דעם בוך "קריסטנטום: די ערשטע דריי טויזנט יאר", פון דייערמייד מעקולאך, און איך האף עס דורכצוליינען אין די קומענדיגע טעג. (דער בוך איז איבער טויזנט בלאט דיק!)
אויך ליין איך וועכנטליך פארשידענע מאגאזינען וועגן קונסט, קולטור, און פאליטיק. "הארפער'ס" איז אויסערגעווענליך אינטערעסאנט, און צומאל אויך דער "ניו יארקער." דער "ניו יארק ריוויו אוו בוקס" איז אויך א גוטער קוואל פאר נייעס פון די וועלט פון ליטעראטור און פילאזאפיע.

יום רביעי, יוני 09, 2010

אַן אינטערװיו מיט "האַסידיק רעבעל"

"האַסידיק רעבעל" איז אַ באַװוּסטער בלאָגער, אַ געװעזענער חסידישער יונגער-מאַן װאָס איז אַראָפּ פֿון דרך. ביז נישט-לאַנג האָט ער בלאָגירט און געשריבן אַנאָנים, און לעצטנס האָט ער זיך פּורש-בשמו געװען װי שלום דין. ער װױנט הײַנט אין װיליִאַמסבורג און איך בין דאַנקבאַר װאָס ער האָט מסכּים געװען אױף אַן אינטערװיו מיט מיר.

דאָס איז דער ערשטער חלק. המשך קומט אי"ה.

1. זייט אזוי גוט און זאגט אונדז עפעס וועגן אייערע קינדער-יארן, וואו איר זייט אויפגעוואקסן, וועלכע חסידות, וועלכע ישיבות, אד"גל, וואס פאר אן עלטערן... אין אייער משפחה-לעבן האט איר געהאט פאזיטיווע איבערלעבענישן מיט רעליגיעזקייט/חסידות?

איך בין אויפגעוואקסן אין בארא פארק און געלערנט אין קראסנא חדר. נאך די בר מצוה האב איך געלערנט איין יאר אין מאנטריאל ביים זשיבוי'ער רב, ר' יחיאל מאיר כ"ץ, און דערנאך אין סקווירא ישיבה קטנה אין וויליאמסבורג. פון דארט בין איך נאנט געווארן צו סקווירא חסידות, און געגאנגען לערנען אין שיכון סקווירא, וואו איך האב דערנאך חתונה געהאט, געלערנט אין כולל, און געוואוינט מיט מיין פאמיליע פאר בערך צוועלף יאר.

מיינע עלטערן זענען געווען "נייטראלע" חסידים, נישט געבינדן אפיציעל צו קיין ספעציעלע חסידות; מיין פאטער האט שטארק געשעצט עטליכע רבי'ס -- ספעציעל באבאוו און סאטמאר (קודם דעם בעל דברי יואל און שפעטער דעם ברך משה). ער האט געשעפט חסיד'ישע השפעות פון פילע מקורות, אריינגערעכנט תניא, ליקוטי מהר"ן, און דברי יואל/ויואל משה/א.ד.ג. מיין פאטער איז נפטר געווארן אין תשמ"ח, ווען איך בין אלט געווען פערצן יאר.

מיין ערציאונג כלפי אידישקייט און חסידות איז געווען גענצליך פאזיטיוו. מיינע עלטערן האבן אין מיר אריינגעגעבן א ווארימקייט פאר אידישקייט אן דאס מינדעסטע פארם פון איבערשרעקן אדער נעגאטיוויטעט. מיינע עלטערן זענען געווען שטארק פרום און ערליך אבער מעסיג אין דאס וואס זיי האבן פארלאנגט פון אנדערע, און זיי האבן אריינגעגעבן אין מיינע געשוויסטער און מיר די זעלבע וועלטסבליק.

2. ווען און ווי אזוי האט איר אנגעהויבן שפירן ספקות וועגן פרומען לעבן-שטייגער? און וועגן וואס, גענוי, זיינען (געווען) אייערע ספקות? צי איז געגאנגען אין מחשבות, פירעכצן, דער געזעלשאפט, לעבן-שטייגער, אלץ אדער גארניט פון די?

אלץ בחור אין ישיבה און אלץ יונגערמאן גלייך נאך די חתונה בין איך געווען גאר א פרומער, און איך האב זיך געווייקט אין ספרי חסידות און אין דעם חסיד'ישן לעבנסשטייגער. איך בין אבער פון קינדווייז אן געווען א שטענדיגע ליינער -- פון קראסנא חדר, צו מיין גוטן מזל, האב איך זיך איינגעקויפט א גאנץ פיינעם קענטעניס מיט ליינען און שרייבן ענגליש. צוביסלעך האב איך אנגעהויבן צו ליינען אויף פילע וועלטליכע ענינים, און עווענטועל האב איך זיך אנגעשטויסן אין ליין-מאטעריאל וואס האבן באהאנדלט די נושאים פון רעליגיע. אין אנהייב האט עס מיר נאר אריינגעגעבן ספקות אויף דעם עקסטרעמיזם פון חסיד'ישן לעבנסשטייגער, די בלינדע אמונה, די דערווייטערונג פון וויסנשאפט, און דאס מענטאליטעט וואס זאגט אז אלץ וואס מיר טוען איז כשר און ריכטיג.

מיט די צייט האב איך אנגעהויבן האבן ספיקות אין פארשידענע יסודות אין אמונה ענינים. ווען איך האב אנגעהויבן ליינען וועגן דעם לעבנסשטייגער און קולטור פון פארצייטישע פעלקער, די סעמיטישע שבטים ארום ארץ ישראל, די פארשידענע מצרי'שע גלויבונגען, די פערסישע זארא'אסטריאניזם, איז געווען שווער צו פארקוקן די כמעט-אפענע באווייזן אז די פארשידענע גלויבונגען און פאנאטישע "סופערסטישאנס" האבן אלע משפיע געווען פון איין גרופע מענטשן אויפ'ן אנדערן. איך האב אנגעהויבן ליינען די ביכער פון פארשער אויף די ספרי תנ"ך, 'ביבל-קריטיסיזם', ביבל'ישער ארכעאלאגיע, א.ד.ג. און איך האב אנגעהויבן צו זען די יסודות פון אונזער אלט-ישראל'ישן/אידישן גלויבן אין גאר אן אנדערן ליכט. פון דארט האט זיך מיין אמונה צוטרייסלט אינגאנצן און עווענטועל האב איך אויפגעהערט גלייבן אין סיי וואסערע רעליגיעזע זאכן.

יום שני, יוני 07, 2010

דער פּלאַנעט פֿון צוויי

אויף דעם פּלאַנעט איז אַלץ נאָר צוויי, ניט מער און ניט ווייניקער. מענטשן זײַנען דאָ צוויי, און יעדער האָט איין אויג, איין נאָז. ניט מער. איין האַנט מיט איין פֿינגער.

מיינט איר אַז ס'איז אַזוי גרינג, ס'רעדט זיך נאָר אַזוי. לאָמיר זאָגן מע וויל מאַכן אַ פֿרוכט-סאַלאַט, קויפֿט מען אַן עפּל און אַ באַנאַנע, פֿאַרטיק.

כאַפּט ניט. אויב, צום בײַשפּיל, איר האָט צופֿעליק אַוועקגעשטעלט אַ גלאָז מילך לעבן פֿרוכט, איז אָט: דרײַ עסנס.

מיינט ניט אַז עפּעס ווערט פֿאַרשוווּנדן אָדער אויפֿגעריסן אָדער אײַנגעזונקען אין דער ערד ווי אין קינאָ מיט אַ פֿײַער און אַ זבענק. דער לאַוו אויף צוויייִקייט איז ניט אַזאַ פּראָסטע זאַך. ס'איז אַזאַ געפֿיל, אַזאַ נאָגנדיקע אומצופֿרידנקייט, אַז עפּעס מער ווי צוויי איז שוין דאָ, דאַרף מען צו רעכט מאַכן.

האָב איך דאָרט אַ מאָל געוווינט. (שווער צו זײַן אַ פּראָסטער צוקוקער, ווײַל מע ווערט דאָך צוגערעכנט צום מספּר, אַ צווייטע ראָד צום וואָגן.)

איז מיר גוט, בין איך אויף אַזאַ פּלאַנעט מיט שׂכל, מיט אַ כּלל, ניט הפֿקר.

האָב איך געטראָפֿן אַ מיידל, האָבן מיר געשטעלט אַ חופּה מיט צוויי שטאַנגען. געזאָגט אויף אונדזער איין-אותיקן לשון, "ה___ אַ___"

דאָס קינד האָבן מיר געהאַט סײַ ווי סײַ. וואָס קען מען טאָן? נאָר מיר האָבן זיך איבערגעקוקט יעדן אָוונט, בײַם צווי-פֿיסיקן טיש, און געוווּסט אַז עפּעס איז דאָ ניט גלאַטיק. מוז עמעצער אַוועק לשם צוויייִקייט.

האָבן מיר אָפּגעשטימט. און איידער כ'האָב זיך געכאַפּט האָב איך אַרויסגעפּלאַצט מיט "איך וויל ניט גיין, כ'האָב ליב מײַן היים, איר זײַט מײַן אַלץ..."

איז מײַן אַוועקפֿאָרן באַשערט.

יום רביעי, יוני 02, 2010

ווי אין פּסוק שטייט (פֿיליפּ לאַרקין)

ווי אין פּסוק שטייט
פֿיליפּ לאַרקין
ייִדיש: ש.ב.

זיי מאַכן דיך קאַליע, טאַטע־מאַמע.
סתּם אַזוי, ניט חלילה בכּיוון.
זיי שטאָפּן דיך אָן מיט זייערע פּגמים
און שענקען דיר אייגענע צו, בחינם.

נאָר קאַליע געמאַכט אין זייערע צײַט
האָבן זיי שוטים אין די בעקעשעס
וואָס געהאַלטן אין פּריידיקן הייליקייט
און געווען מיט יעדן אויף מעסערשטעך.

מדור לדור גיט מען איבער בלויז צרות.
וואָס טיפֿער אין ים ווערט אַלץ געשווינדער.
זאָלסט געפֿינען אַ שנעלן וועג אַרויס
און בכלל ניט האָבן קיין קינדער.

יום רביעי, מאי 26, 2010

חיי-שעה

אַ סעקונדע
איז אַ קונדס
בײַם שטענדער
פֿון אַ שטונדע.

יום חמישי, מאי 06, 2010

סטוטשקאָװ איז אַ מוּװי-סטאַר

נאָר אױף יו-טוב: אַ סעריע װידעאָען באַזירט אױף דער לעבנס-געשיכטע פֿון לעקסיקאָגראַף און דראַמאַטורג נחום סטוטשקאָװ. אָנגעשריבן און אופֿגעפֿירט פֿון תּמיד-שאַפֿערישן לײזער בורקאָ.

יום שני, אפריל 26, 2010

האַלבער גאַסט אין שטעטל נײַעם

אין אונדזער שטאָט איז יעדער שטאַרק פֿאַרהאַוועט
קאָרמעט מען מיט יעדער שעה דער שטאָט.
גיט די שטאָט אַמאָל צוריק אונדז הווה
גייט די שטאָט אונדז נאָך נאָך יעדן טראָט.

אין עתיד שוין באַזעצט מען זיך וווּ אַנדערש,
לאָזט מען זיך אַ מאָל פֿויל טראַכטן. ווען
די שטאָט וועט זיך אַנטפּלעקן מיר וואָס נענטער
וועל איך איר מקדיש זײַן זיך ווי געווען.

ביסט אָבער האַלבער גאַסט אין שטעטל נײַעם.
פֿאַרליבט ביסטו געווען אין אַלטן אָרט.
בלײַבסטו אַליין אויף זיך דער בעל-אַחריות
זעלבשטענדיק נעבעך, ניט אויף שטאָטס באַראָט.

יום ראשון, אפריל 25, 2010

"פֿייגל פֿליִען אין פֿינצטער. מאָדנע." נאָך פֿון אסף גבֿרון, תנין פיגוע

וואָס געפֿעלט מיר מערסטנס אויף דער קליינער ליניע נײַן איז דאָס, וואָס זיי זײַנען פּינקטלעך און פֿאַרלאָזלעך מיט דער צײַט . איך בין אין דעם צײַט-פֿעלד, כ'בין אַ מבֿין דערויף. צום בײַשפּיל, דאָס גאַנצע פֿאַרנעמען זיך מיטן געלט און דעם רעשט פֿירט מען אויס אין מיטן דער רײַזע, ניט ווי אויפֿן בוס, וואָס שטייט אין דער סטאַנציע ביז יעדער האָט געענדיקט צאָלן. צום בײַשפּיל, ווי אַזוי זיי בײַטן אויס דאָס געלט מיט אַנדערע דרײַווערס וואָס פֿאָרן צו קעגן-איבער: פֿאַרשטענדיקן זיך אויפֿן ראַדיאָ, גרייטן צו דאָס געלט, עפֿענען דעם פֿענצטער, און ווען זיי פֿאָרן זיך פֿאַרבײַ איינער קעגן דעם צווייטן שטעלט מען זיך אָפּ אויף צוויי מינוט און בײַט אויס. אָדער די פֿלינקקייט פֿון די דרײַווערס -- שנײַדן אָפּ די אויטאָס, איבערכיטערעווען די אויטאָבוסן (וואָס מע רופֿט זיי אויפֿן ראַדיאָ "דזשאַמבאָוס") דורכן פֿאָרן מיטן פֿאַרקערטן וועג, לחקענען צו די סעקונדעס בײַם פֿאָרסיגנאַל, פֿאָרן אַרום פֿאָרגעענג, איבערשנײַדן קליינע געסלעך מחוץ דעם געוויינטלעכן מאַרשרוט, דאָס זײַנען מוטיקע אַקטן וואָס ס'איז אַ פֿאַרגעניגן זיי צוצוקוקן פֿון דער זײַט.

גיורא גואטה האָט מיר אָנגערירט אויפֿן אַקסל. כ'האָב זיך אויסגעדרייט מיט שטוינונג און געזען אַז דאָס איז נאָר ער. איצט האָב איך געלייגט אַכט אַז אין זײַן האַנט האָט ער אַ פּאַלם פּײַלאָט. כ'האָב זיך געטראַכט, וואָס ביסטו משה גרויס? כ'האָב אויך אַ פּאַלם. דאָס איז ניט אין גאַנצן ריכטיק. מײַן פּאַלם איז קאַליע געוואָרן מיט צוויי חדשים פֿריִער.

האָט ער מיר געזאָגט, "הער, אויב עפּעס זאָל מיט מיר געשען, וויל איך דו זאָלסט זאָגן מײַן חבֿרטע אין ירושלים, שולי, כ'וויל דו זאָלסט איר זאָגן..." ער האָט געטראַכט אָבער ניט מצליח געווען צו געפֿינען די ריכטיקע זאַך איבערצוגעבן.
כ'האָב זיך געלאַכט. וואָס רעדט ער? אויב עפּעס געשעט אים? אויך ער הייבט שוין אָן? מילא, אַן אַלטיטשקע, נאָך אַלץ פּאַראַנאָיד פֿון חורבן, נאָר ער? האָב איך אים געזאָגט, "אויב עפּעס וועט געשען, דאַכט זיך מיר ניט אַז דווקא איך וועל בלײַבן כּדי איבערצוגעבן דײַן אָנזאָג. זאָרג זיך ניט, גאָרניט וועט ניט געשען."

"איך װײס אַז גאָרנישט װעט געשען," האָט ער געזאָגט. "נאָר אױב עס װעט יאָ געשען ... אױב דו װילסט, קען איך אױך עפּעס איבערגעבן עמעצן, אַזױ װי, אױב איך ... דו װײסט." האָב איך גלײַך אַ זאָג געטאָן, "נײן." נאָך דעם האָב איך געטראַכט, אפֿשר האָב איך יאָ געזאָלט עפּעס איבערגעבן עמעצן? אפֿשר האָב איך אַזאַ מין צװאָה? אפֿשר זאָל איך טראַכטן װעגן דעם ערנצט און עפּעס איבערלאָזן אײן עמעסדיקע זאַך? אוממעגלעך צו װיסן. כ'האָב געטראַכט אַז װען איך װאָלט עפּעס איבערגעגעבן עמעצן, װאָלט דאָס געדאַרפֿט זײַן דוטשי. פֿונדעסטװעגן. נישט געקוקט אױף דעם אַלעם.

האָב איך זיך געכאַפּט. צו אַל די שװאַרצע יאָר. װעגן װאָס טראַכט איך אױף אַ בוס אױפֿן װעג צו דער אַרבעט? װעגן מײַן צװאָה. װוּהין זײַנען מיר אָנגעקומען? אױפֿן הינטן פֿון אױטאָבוס פֿאַר אונדז איז געװען אַ װעכטער פֿון דער מלכּה און דעם אופֿשריפֿט, "איר פֿאָרט אין אױסלאַנד? נעמט אַ צעלפֿאָן פֿאַר אױסלאַנד." אױפֿן ראַדיִאָ, האָט געזאָגט דעם אינטערװיויִרער דער מענטש װאָס איז געפֿאָרן הינטערן בוס װאָס האָט אופֿגעריסן אין װאַדי ערה, "כ'בין אָפּטימיסטיש. אָפּטימיסטיש, אָפּטימיסטיש, אָפּטימיסטיש." אַ צעלפֿאָן האָט געקלונגען און עמעצער האָט געענטפֿערט. כ'האָב אַרױסגענומען מײַן העפֿטל -- זינט מײַן פּאַלם איז קאַליע געװאָרן בין איך צוריק צום מיטלעלטער -- און פֿאַרשריבן, "קאָנטראָלירן װיפֿל קאָסט דינגען אַ הױז אין נײַ-זײלאַנד. רעדן מיט דוטשי."

כ'האָב געזאָגט דעם בחור, "ביסט אַ ירושלמי? איך אױך, אָריגינעל," נאָר כ'האָב געזען אַז ער טראַכט װעגן אַנדערע זאַכן. זײַנע אױגן זײַנען געװען ערנצט. שפּעטער האָב איך געטראַכט, מענטשן האָבן טײל מאָל אַ פֿאָרגעפֿיל, אַזױ װי מיר האָבן געפֿונען כּלערלײ אָנצוהערענישן װאָס דני לם האָט געזאָגט אײדער ער איז געהרגעט געװאָרן, װי דאָס ליד װאָס ער האָט אָנגעשריבן אַ חודש פֿריִער. װי מע דערצײלט װעגן די סאָלדאַטן װאָס זײַנען געשטאָרבן, אַז בײַ זײער לעצטן טעלעפֿאָן-שמועס האָבן זײ געזעגנט זיך אױף אַ ספּעציעלן אױפֿן, אַז בײַ זײערע לעצטע טעג האָבן זײ געזאָגט זאַכן, האָבן געשפּירט אַז עפּעס וועט אָט אָט געשען. צוריקגערעדט, זאָגן אַלע אַזױ, די גאַנצע צײַט. דו דערמאָנסט זיך פּשוט אין די װאָס זײַנען טאַקע טױט. כ'האָב אױך באַגעגנט רמזים אױף דעם װאָס איך װעל באַלד שטאַרבן. אַ מאָל האָב איך געזען פֿײגל פֿליִען אין פֿינצטער. האָב איך געטראַכט, פֿײגל פֿליִען אין פֿינצטער, מאָדנע. דאָס איז זיכער אַ רמז. און פֿונדעסטװעגן, לעב איך נאָך. אַפֿילו איצט. אַפֿילו נאָך דער קלײנער ליניע נײַן, נאָך שער הגיא, נאָך עמק רפֿאים. נאָך פּהמי.

האָב איך אים געזאָגט, "הער אויף טראַכטן וועגן דעם, זײַ ניט גערירט אין קאָפּ."

ער האָט זיך צעשמייכלט. כ´בין אויפֿגעשטאַנען פֿון מײַן זיצאָרט, אויפֿגעהויבן מײַן האַנט אויף זײַ געזונט און אָן צו זאָגן גאָרניט בין איך אַראָפּגעגאַנגען פֿון מיניבוס. אויפֿן וועגן אַראָפּ האָב איך מער ניט געקוקט אויפֿן שוואַרצלעכן בחור, דעם טעראָריסט. דאַכט זיך אַז כ´האָב אים ניט אָנגעקוקט ווײַל כ´האָב באמת ניט געגלייבט אַז ער איז אַ טעראָריסט, ניט געקוקט אויף דער מעגלעכקייט אַז כ´האָב ניט געקוקט אויף אים כּדי אים ניט צו פֿאַרשעמען.

יום שבת, אפריל 24, 2010

א הארץ-רייסנדיקער מדרש פון מדרש רבה פ´ אמור

צדקתך כהררי אל ההרים מעלין עשבים והצדיקים יש להם מעשים טובים

שטעל זיך פאר ווי נעבעכדיק, ייאושדיק ס´איז דאס מדרשל. די צדיקים זיינען בערג: ריזיק גרויס, אייביק, אומשטערבלעך, הררי אל ממש, ניט אפצומעקן פון פני-האדמה, נאר זייערע מעשים-טובים, זייערע אויפטועכצן אויף דער ערד, ווי גראז! וואס בליט און ווערט פארוויאנעט אין א רגע, וואס איז ניטשיק און גרינג אפגעריסן, וואס ווערט פארקוועטשט פון פיקינקערס און עס-יו-וויס. א רחמנות!

יום חמישי, אפריל 22, 2010

מחובר געווארן אויף וועסטמינסטער-בריק

וויליאַם וואָרדסוואָרט, 1850-1770
מחובר געוואָרן אויף וועסטמינסטער-בריק, סעפּטעמבער 3, 1802
אָנגעשריבן זיצנדיק פֿון אויבן אויף אַ קאָטש, אויפֿן וועג קיין פֿראַנקרײַך.

גאָרניט האָט ניט בײַ זיך די ערד מער הערלעך.
אַ קאַלטע נשמה ער וואָס קען פֿאַרבײַ
אָן ייִראת-הכּבֿוד אַזאַ רירנדע ריאה.
אָט אָ די שטאָט גייט שוין אין אַזאַ הילוך:
פֿרימאָרגנדיקע שיינקייט, שטיל און ליידיק
שיף, טורעם, קופּאָל, טעאַטער, טעמפּל - ליגן
אָפֿענע פֿאַר די פֿעלדער און פֿאַרן הימל;
כּולו ליכט און גלאַנץ, די לופֿט אָן רויך.
שוין פֿריִער האָט אײַנגעווייקט די זון
אין עיקר-פּראַכט אירער טאָל און פֿעלדז און באַרג?
קיין מאָל געהערט, געשפּירט טיף אַזאַ רו!
עס שוועבט די טײַך אויף אייגענעם פאַרלאַנג.
גאָטעניו! עס שלאָפֿט אײַן ממש יעדע שטוב
און אײַנגעשטילט ליגט יענע מעכטיק האַרץ!

יום שלישי, אפריל 20, 2010

אַ קראָקאָדיל-פּיגוע (ייִדיש-איבערזעצונג פֿון אסף גברונס ראָמאַן, קאַפּיטל איינס)

כ'בין אײַנגעשטיגן אין דעם נומער 9 פּונקט ווי יעדן אין דער פֿרי, אויפֿן וועג צו דער אַרבעט. קליינער נומער נײַן איז אַ קאַר-סערוויס אַזוי גרויס ווי אַ מיניבוס וואָס פֿאָרט מיטן מאַרשרוט פֿון נומער 9, דעם בוס. ס'איז אַזאַ מין כּילאַים צווישן אַ בוס און אַ קאַר. אַזוי האָסטו די וועלט און יענע וועלט - די באַשטימטער מאַרשרוט און דער ביליקער פּרײַז פֿון אַ בוס, און די פֿלינקקייט און בייגעוודיקייט פֿון קאַר.

זינט די פּיגועים בין איך געפֿאָרן נאָר מיט דער קליינער ליניע נײַן צו דער אַרבעט און צוריק. אַפֿילו אויב ס'איז געקומען דער בוס נומער נײַן פֿאַר דעם קליינעם נומער נײַן, כ'האָב אים געזאָזט פֿאַרבײַפֿאָרן. אַן אויטאָבוס איז צו אַ גרינגער ציל פֿאַר אַ טעראָריסט. ספּעציעל נומער נײַן, תּמיד כּמעט פֿול, און שוין באַקומען אַ פּיגוע. כ'ווייס ניט אויב איך טראַכט טאַקע אַזוי, אָבער דוטשי האָט בײַ מיר אָפּגענומען אַ שבֿועה. כ'האָב אַלע מאָל געמיינט אַז דער קליינער נומער נײַן וועט קיין מאָל ניט באַקומען אַ פּיגוע. ראשית-חכמה, דאָרט קענען זײַן מאַקסימום צען מענטשן, עלף מיטן דרײַווער. צווייטנס, איז דאָ נאָר איין טיר, פֿון פֿאָרנט, און דער דרײַווער עפֿנט און פֿאַרמאַכט פֿאַר יעדן און זעט פּינקטלעך ווער ס'שטײַגט אַרײַן.

יענעם טאָג בין איך אײַנגעשטיגן בײַם געוויינטלעכן פּלאַץ. געווען איז עס אַרום נײַן אַ זייגער אין דער פֿרי. ס'איז געווען אַ ליכטיקע זון פֿון מיטן האַרבסט, געהאָנגען אין דורכזיכטיקע הימלען, און נאַסע בלעטער האָבן צוגעדעקט דעם עוועניו.

מיר זײַנען געווען אין דיזענגאָף גאַס ווען איין אַלטיטשקע האָט זיך געקערט צו מיר און געזאָגט, "זאָג מיר, יענער קוקט דיר ניט אויס פֿאַרדעכטיקט?" אירע אויגן האָבן מיר אָנגעוויזן אויף אַ שוואַרצלעכן בחור. ער האָט געטראָגן אַ באַוולנעם גרויען הוט און געהאַלטן אַן אָנצוג-טאַש. האָב איך איר געזאָגט, "טרײַבט ניט איבער. ער קוקט אויס בסדר."

נאָר כ'האָב אים ווײַטער אָנגעקוקט. געטראַכט, אַז עקספּלאָסיווע פּאַסיקן זײַנען איצט זייער שטיק. זיכער איז אַזאַ עקספּלאָסיווער פּאַסיק עפּעס דין, וואָס זיי לייגן אַרום דעם קערפּער. קען זײַן אַז אין זײַן אָנצוג-טאַש וואָס ער האַלט ליגט ניט קיין אָנצוג נאָר אַן עקספּלאָסיוו פּאַסיק. האָב איך געזאָגט דער אַלטיטשקע: "ס'איז בסדר גמור. זאָרגט זיך ניט."

די אַלטיטשקע האָט אויף מיר אָנגעקוקט מיט אַ זויערער מינע און זיך געקערט צו אַ צווייטן בחור וואָס זיצט לעבן איר. מיר זײַנען געזעסן אין הינטערשטן טייל, און דער בחור וואָס זי האָט אים פֿאַרדעכטיקט איז געזעסן פֿון פֿאָרנט. די אַלטיטשקע האָט עפּעס געשעפּטשעט צום צווייטן בחור, און ער האָט געקוקט אין דער ריכטונג פֿון פֿאַרדעכטיקטן און נאָך אַ סעקונדע געמאַכט איר אַ באַוועגונג אויף "ניין" מיטן קאָפּ און די אויגן, און אַ באַוועגונג פֿון ביטול מיט דער האַנט. איצט בין איך געווען זיכער. סתּם פּאַראַנאָיד. פֿאַר וואָס איז יעדער אַזוי פֿיל פּאַראַנאָיד אין דער מדינה? שוואַרצלעכע קענען שוין מער ניט אַרויף אויף די באָסעס?

עמעצער האָט זיך באַלאָגט אין שײַכות מיט דעם אַז הײַנט איז שטיל ווי אין אַ בית-עולם. אויפֿן ראַדיאָ האָט מען גערעדט וועגן פּיגוע וואָס איז געווען אין וואַדי ערה. די פּאַסאַזשירן האָבן זיך צוגעהערט שטילערהייט. נאָך דעם איז געווען אַ ליד פֿון כוורת, כ'געדענקט ניט וועלכעס.

בײַם ראָג זשאַבאָטינסקי איז אַראָפּגעשטיגן די אַלטיטשקע. זי האָט ניט אײַנגעשטימט מיט אונדזער מיינונג. אויף איר וועג אַרויס האָט זי געלאָזט פֿליִען אַ לאַנגן קוק אויפֿן שוואַרצלעכן מיטן אָנצוג און דעם באַוולנעם הוט. ער האָט זי צוריקגעקוקט. כ'האָב אין יענער רגע ניט געטראַכט אַז זײַן קוק האָט עפּעס געזאָגט. אויב איך וואָלט געמיינט אַז עפּעס שטעקט אין וואָס זי האָט געטאָן, אַז צוליב זיכערהייט וואָלט געווען מיר כּדאַי אַראָפּצושטײַגן, וואָלט איך דאָס אַוועקגעמאַכט תּיכּף-ומיד. כ'האָב ניט געהאַט די צײַט פֿאַר מער זיכערהייט. אפֿשר ווען איך וואָלט געהאַט עטעלכע מינוט אַוועקצוהרגענען וואָט איך אַראָפּגעשטיגן, נאָר כ'האָב ניט געהאַט. ווער האָט יאָ?

דער צווייטער בחור האָט מיר געזאָגט, "עס דריקט מענטשן, האַ?" ער האָט געהאַט אַ בערדל אויפֿן שפּיץ גאָמבע און גרויסע זונברילן, זילבערנע. די האָר זײַנען געווען בײַ אים גאָלדענע, צוריקגעהאַלטן פֿון הינטן מיט אַ סך דזשעל. קול, אין זײַנע אייגענע אויגן כאָטש. אַ שיינע שמייכל. גיורא. איצט ווייס איך. גיורא גואטה, פֿון ירושלים. איצט ווייס איך אַ סך זאַכן. כ'האָב אים געזאָגט, "אַזאַ פּאַראַנויע. מענטשן זײַנען אין גאַנצן משוגע געוואָרן." נאָך עטלעכע סעקונדעס האָ ער געזאָגט, "ער זעט דיר אויס בסדר, אמת?" האָב איך ווידער אָנגעקוקט דעם שוואַרצלעכן. כ'בין ניט געווען זיכער. ווער קען זײַן זיכער? האָב איך געזאָגט, "יאָ, מיט אים איז ניטאָ קיין פּראָבלעם."

גיורא און איך האָבן אַרויסגעקוקט אין דרויסן, יעדער פֿון זײַן פֿענצטער. האַרבסט, אָבער זון. כ'האָב געזען אַן אַדווערטײַזמענט פֿאַרן מוּווי "מאָנסטערס אינק," און אַ קליינע לאַסטאויטאָ פֿון מילך-פּראָדוקטן גד. אַ בוי-אַרבעטער איז אַרויף און געשריגן, "פֿאַר וואָס האָבן זיך די צוויי פֿריִערדיקע ניט אָפּגעשטעלט פֿאַר מיר?" דער אַרבעטער האָט געהאַט צוויי טעכטער. כ'האָב געלייענט וועגן דעם דערנאָך אויף YNET . ער האָט געזאָגט, "געוואַלד, מענטשן, די צײַט איז מיר טײַער." "די צײַט איז אונדז אַלעמען טײַער, זיסקייט," האָט עצעמער אים געענטפֿערט.


המשך קומט אי"ה
אָריגינאַל
דאָ.

וועל איך אַ מאָל זײַן זיכער צי איך זאָל זאָגן הלל מיט אַ ברכה?

סײַ ווי סײַ אַ פֿריילעכן יום-העצמאות. לכּבֿוד יום-טובֿ, מײַן ייִדיש-איבערזעצונג פֿון מגילת-עצמאות.

.די אומאָפּהענגיקייט־דעקלאַראַציע פֿון מדינת־ישׂראל (מגילת עצמאות)

פֿון דער אָפֿיציעלער בולעטין פֿון מדינת־ישׂראל, נומ´ 1 פֿינף טעג אין אייר תּשח / דעם 15טן מײַ 1948 תּל־אָבֿיבֿ

די פּראָקלאַמירונג פֿון דער גרינדונג פֿון מדינת־ישׂראל (הכרזה על הקמת מדינת ישׂראל)

אין ארץ־ישׂראל איז אויפֿגעקומען דאָס ייִדישע פֿאָלק. דאָ האָט זיך אויסגעפֿורעמט זײַן גײַסטיק, רעליגיעז, און פּאָליטיש געשטאַלט. דאָ האָט עס געפֿירט אַ פֿולשטענדיק מלוכה־לעבן. דאָ האָט עס געשאַפֿן נאַציאָנאַלע און אַלגעמיין־מענטשלעכע קולטור־פֿאַרמעגנס און געגעבן דער גאַנצער וועלט דאָס אייביקע „בוך פֿון ביכער."

נאָך דעם ווי דאָס פֿאָלק איז בגוואַלד פֿאַרטריבן געוואָרן פֿונעם לאַנד, האָבן זיי עס געהאַלטן טײַער וווּ נאָר זיי זײַנען געווען צעזייט און צעשפּרייט. דאָס פֿאָלק האָט ניט אויפֿגעהערט בעטן דעם אייבערשטן און צו האָפֿן זיך אומצוקערן אין זייער לאַנד און דאָרט צו באַנײַען זייער פּאָליטישע פֿרײַהייט.

צוליב דער דאָזיקער טראַדיציאָנעלער און היסטאָרישער פֿאַרבינדונג האָבן ייִדן זיך געריסן אין יעדן דור זיך אומצוקערן און באַזעצן זיך אין זייער היימלאַנד. אין די לעצטע דורות קערט מען זיך אום מחנותווײַז. חלוצים, אומלעגאַלע אימיגראַנטן (מעפּילים) און באַשיצערס האָבן אויפֿגעהאָדעוועט משפּחות, אויפֿגעלעבט זייער העברעיִשע שפּראַך, אויפֿגעבויט דערפֿער און שטעט, און אויפֿגעשטעלט אַ ייִשובֿ וואָס צעוואַקסט זיך וואָס אַ מאָל גרעסער און באַהערשט זײַן עקאָנאָמיע און קולטור, יאָגט זיך נאָך שלום און פֿאַרטיידיקט זיך אַליין, בענטשט אַלע תּושבֿים פֿון לאַנד מיט דער ברכה פֿון פּראָגרעס, און שטרעבט צו מלוכהשער אומאָפּהענגיקייט.

אין יאָר תרנז (1897) האָט זיך פֿאַרזאַמלט דער ציוניסטישער קאָנגרעס אויפֿן רוף פֿון דער וויזיאָנערישן אָנפֿירער טעאָדאָר הערצל, און האָט קאָנסטאַטירט דאָס רעכט פֿון ייִדישן פֿאָלק אויף נאַציאָנאַלן אויפֿקום אויף זײַן לאַנד.

דאָס דאָזיקע רעכט האָט מען אָנערקענט אין דער באַלפֿור־דעקלאַראַציע פֿון 2טן נאָוועמבער 1917, און באַשטעטיקט דורכן מאַנדאַט אין נאָמען פֿון פֿעלקער־פֿאַרבאַנד, וואָס האָט צוגעגעבן אַ באַזונדערע אינטערנאַציאָנאַלן כּוח דער היסטאָרישער פֿאַרבינדונג צווישן דעם ייִדישן פֿאָלק און ארץ־ישׂראל, און צום רעכט פֿון ייִדישן פֿאָלק צו פֿאַרלייגן פֿון דאָס נײַ זייער פֿאָלקסהיים.

דער חורבן וואָס האָט געבושעוועט איבערן ייִדישן פֿאָלק אין דער לעצטער צײַט, אין וועלכן מע האָט איבערגעלאָזט דעם אומקום מיליאָנען אייראָפּעיִשע ייִדן, האָט פֿון דאָס נײַ קלאָר באַוויזן די נייטיקייט פֿון אַ לייזונג אויף דער פּראָבלעם פֿון ייִדישן פֿאָלק, וואָס עס פֿעלט אים אַ היימלאַנד און אומאָפּהענגיקייט, דורך דער באַנײַונג פֿון דער ייִדישער מלוכה אין ארץ־ישׂראל, וואָס וועט ברייט אויפֿמאַכן די טויערן פֿון היימלאַנד פֿאַר יעדן ייִד און וועט צושטעלן דעם ייִדישן פֿאָלק אַ גלײַכבאַרעכטיקטן נאַציאָנאַלן סטאַטוס אין דער ברידערשאַפֿט פֿון פֿעלקער.

די שארית־הפּליטה־ייִדן וואָס זײַנען ניצול געוואָרן פֿון דעם שרעקלעכן נאַצישן אומקום אין אייראָפּע, ווי אויך די ייִדן פֿון אַנדערע לענדער, האָבן ניט אויפֿגעהערט אומלעגאַל אײַנצווואַנדערן אין ארץ־ישׂראל, ניט געקוקט אויף יעדער שוועריקייט, מניעה און סכּנה, און האָבן ניט אויפֿגעהערט צו פֿאָדערן זייער רעכט אויף אַ לעבן פֿון כּבֿוד, פֿרײַהייט און ערלעכער האָרעוואַניע אין היימלאַנד פֿון זייער פֿאָלק.

אין דער צווייטער וועלט־מילחמה האָט דער ייִדישער ייִשובֿ אין לאַנד געגעבן צו שטײַער מיט דער פֿולער מאָס צום קאַמף פֿון די לענדער וואָס האָבן געשטרעבט נאָך פֿרײַהייט און שלום קעגן די כּוחות פֿון נאַצישן רשע, און מיט דער בלוט פֿון זייערע סאָלדאַטן און זייער קעמפֿערישן מי געשאַפֿן פֿאַר זיך דאָס רעכט גערעכנט צו ווערן צווישן די פֿעלקער וואָס האָבן פֿאַרלייגט די אָרגאַניזאַציע פֿון די פֿאַראייניקטע פֿעלקער.

דעם 29סטן נאָוועמבער 1947 האָט די פֿאַרזאַמלונג פֿון די פֿאַראייניקטע פֿעלקער אָנגענומען אַ רעזאָלוציע וואָס האָט גערופֿן צום אויפֿקום פֿון אַ ייִדישער מדינה אין ארץ־ישׂראל. די פֿאַרזאַמלונג האָט געפֿאָדערט בײַ די תּושבֿים פֿון ארץ־ישׂראל, זיי זאָלן אָננעמען די נייטיקע מיטלען פֿון זייער זײַט כּדי אויסצופֿירן די רעזאָלוציע. דאָס דאָזיקע אָנערקענען מצד די פֿאַראייניקטע פֿעלקער פֿון רעכט פֿון ייִדישן וואָלק צו גרינדן זייער מדינה איז ניט בטל צו מאַכן.

דאָס רעכט איז דאָס נאַטירלעך רעכט פֿון ייִדישן פֿאָלק צו זײַן אַ פֿאָלק מיט פֿעלקער צו גלײַך, דער בעל־הבית איבערן אייגענעם רשות אין דער אייגענער סוּווערענער מדינה.

בהסכּם דערמיט האָבן מיר זיך פֿאַרזאַמלט, די פֿאָרשטייער פֿון פֿאָלקסראַט, די רעפּרעזענטאַנטן פֿון ייִדישן ייִשובֿ און דער ציוניסטישער באַוועגונג, אין טאָג פֿון פֿאַרענדיקן זיך פֿון בריטישן מאַנדאַט איבער ארץ־ישׂראל. מיטן כּוח פֿון אונדזער נאַטירלעכן און היסטאָרישן רעכט און אויפֿן יסוד פֿון דער רעזאָלוציע פֿון די פֿאַראייניקטע פֿעלקער, פּראָקלאַמירן מיר דערמיט די גרינדונג פֿון דער ייִדישער מלוכה אין ארץ־ישׂראל, מדינת־ישׂראל.

מיר באַשטימען אַז פֿון פֿאַרענדיקן זיך פֿון מאַנדאַט, הײַנט אויף דער נאַכט, פֿרײַטיק צו נאַכטס, זעקס טעג אין אייר תּשח (דעם 15טן מײַ 1948), און ביז דער גרינדונג פֿון די פּאַסיקע, אויסגעקליבענע אויטאָריטעטן פֿון דער מלוכה בהסכּם מיט דער קאָנסטיטוציע וואָס עס וועט אָננעמען די קאָנסטיטוציאָנעלע פֿאַרזאַמלונג ניט שפּעטער ווי דעם 1טן אָקטאָבער 1948 – וועט דינען דער פֿאָקלסראַט ווי דער דערווײַליקער מלוכה־ראַט, און זײַן אויספֿיר־אָפּטייל, די פֿאָלקס־אַדמיניסטראַציע, וועט מיט זיך פֿאָרשטעלן די דערווײַליקע רעגירונג פֿון דער ייִדישער מלוכה, וואָס וועט אָנגערופֿן ווערן בײַם נאָמען ישׂראל.

מדינת־ישׂראל וועט זײַן אָפֿן פֿאַר עלייה און פֿאַר קיבוץ־גלויות; זי וועט שטיצן די אַנטוויקלונג פֿון לאַנד לטובֿת די אַלע תּושבֿים אירע; זי וועט זײַן פֿאַרלייגט אויפֿן יסוד פֿון פֿרײַהייט, יושר און שלום אין ליכט פֿון דער וויזיע פֿון די נבֿיאים פֿון ישׂראל; זי וועט מקיים זײַן פֿולשטענדיקע געזעלשאַפֿטלעכע און פּאָליטישע גלײַכבאַרעכטיקייט אַלע אירע בירגער אָן אונטערשייד פֿון רעליגיע, ראַסע און מין; זי וועט פֿאַרזיכערן פֿרײַהייט פֿון רעליגיע, געוויסן, לשון, דערציִונג און קולטור; זי וועט היטן די הייליקע פּלעצער פֿון אַלע רעליגיעס; און זי וועט זײַן געטרײַ די פּרינציפּן פֿון טשאַרטער פֿון די פֿאַראייניקטע פֿעלקער.

מדינת־ישׂראל איז גרייט מיטצואַרבעטן מיט די אינסטיטוציעס און רעפּרעזענטאַנטן פֿון די פֿאַראייניקטע פֿעלקער כּדי מקיים צו זײַן די רעזאָלוציע פֿון דער פֿאַרזאַמלונג פֿון 29סטן נאָוועמבער 1947, און וועט אַדורכפֿירן די עקאָנאָמישע פֿאַראייניקונג פֿון גאַנץ ארץ־ישׂראל.

מיר רופֿן די פֿאַראייניקטע פֿעלקער צו געבן אַ האַנט דעם ייִדישן פֿאָלק בײַם בויען די ייִדישע מלוכה און אָנצונעמען מדינת־ישׂראל אין דער ברידערשאַפֿט פֿון פֿעלקער.

מיר רופֿן – אין מיטן דער אַטאַקע וואָס מע פֿירט קעגן אונדז במשך די חדשים – צו די אַראַבישע אײַנוווינער פֿון מדינת־ישׂראל צו היטן שלום און אָנטייל צו נעמען אין אויפֿבויען די מדינה אויפֿן יסוד פֿון פֿולער און גלײַכער בירגערשאַפֿט און פֿולער רעפּרעזענטאַציע אין אַלע אירע אינסטיטוטציעס, סײַ דערווײַליקע, סײַ באַשטיייִקע.

מיר שטרעקן אויס די האַנט אַלע שכנישע מלוכות און זייערע פֿעלקער ווי אַן אָנבאָט פֿון שלום און גוטער שכנימשאַפֿט, און מיר רופֿן זיי צו שטעלן קעגנזײַטיקע פֿאַרבינדונגען פֿון אַרבעט און הילף מיטן אומאָפּהענגיקן ייִדישן פֿאָלק אין זײַן לאַנד. מדינת־ישׂראל איז גרייט צו געבן צו שטײַער אין דער צוזאַמענאַרבעט לטובֿת דער אַנטוויקלונג פֿון גאַנצן מיטל־מיזרח.

מיר רופֿן צום ייִדישן פֿאָלק אין אַלע תּפֿוצות זיך צו סאָלידאַריזירן מיט די ייִדן פֿון ייִשובֿ מיט עלייה און אויפֿבוי, און צו שטיין לעבן אונדז אין גרויסן געראַנגל נאָכן קיום פֿון דער דורותדיקן חלום – גאולת־ישׂראל.

מיט בטחון אין דעם פֿעלדז פֿון ישׂראל שרײַבן מיר אונטער מיט אונדזערע חתימות די דאָזיקע פּראָקלאַמירונג אויף דער זיצונג פֿון דערווײַליקן מלוכה־ראַט, אויפֿן באָדן פֿון היימלאַנד, אין דער שטאָט תּל־אָבֿיבֿ, דעם ערבֿ־שבת, פֿינף טעג אין אייר תּשח, דעם 14טן מײַ 1948.

דוד בן־גורין
דניאל אַוסטער
מרדכי בנטובֿ
צחק בן־צבֿי
אליהו בערלין
פּרץ בערנשטיין
הרבֿ וואָלף גאָלד מאיר גראָבאָווסקי יצחק גרינבוים
ד"ר אַבֿרהם גראַנאָווסקי אליהו דאָבקין
מאיר ווילנער־קאָוונער
זרח וואַרהאַפֿטיג
הערצל ורדי רחל כּהן
הרבֿ קלמן כּהנא
סעדיה כּוֹבאַשי הרבֿ יצחק
מאיר לווין מאיר דוד לווינשטיין
צבֿי לוריאַ
גאָלדע מאירסאָן נחום ניר צבֿי סגל
הרבֿ יהודה לייב הכּהן פֿישמאַן
דוד צבֿי פּינקס
אַהרן זיסלינג
משה קאָלאָדני
אליעזר קאַפּלאַן
אַבֿרהם קאַצנעלסאָן
פֿעליקס ראָזנבליט
דוד רמז
בערל רעפּעטור
מרדכי שאַטנער בן־ציון שטערנבערג
בכור שיטריתּ
ֿמשה שאַפּיראַ
משה שרתּוֹק



יום שני, אפריל 19, 2010

אַן איבערזעצערס פֿאַנטאַזיע-פֿראַגע

פֿון דער גרופּע פֿון אַלע ראָמאַנען אַרויסגעגעבן אויף ענגליש אָדער העברעיש נאָך דער צווייטער וועלט מלחמה, וואָס וואָלט איר צום מערסטנס געוואָלט זען איבערגעזעצט אויף מאַמע-לשון? קיינער זאָגט גאָרניט צו. סתּם אַ פֿראַגע.

יום ראשון, אפריל 11, 2010

אין אָט אָ דער רגע

איך שטיי אין דער נאַכט אַ נאַקעטער
דאָס זשומען פֿון עיר-קאָנדישן
איז אַ צעשווענקטע קייט
צײַטווײַליקע פֿאַרצייכענישן

בין איך פֿאַר קיינעם ניט
דער קרבן, דער כּהן, מזבח
איך קויף דעם קינדס תּמימות
און דעם קלימפּער פֿון מטבע

סודות פֿון ייִדישע "פּאַגאָדעס" און "מאַנדאַלעס"

אַ סך מענטשן, אַרײַנגערעכנט געבילדעטע ייִדן פֿון אַ גאַנץ יאָר, ווערן פֿאַרחידושט, ווען זיי דערוויסן זיך וועגן דער אוניקאַלער אַרכיטעקטור־ און מאָלערײַ־טראַדיציע פֿון הילצערנע שילן, וועלכע איז אַמאָל אָנגענומען געוואָרן אין גאַנץ ליטע און פּוילן, ווי אויך אין אַ טייל אַנדערע ראַיאָנען פֿון מיזרח־אייראָפּע. פֿאַר אַ הײַנטיקן ייִד האָבן די אַלטע מיזרח־אייראָפּעיִשע בתּי־תּפֿילות אַ כּמו־מיזרחדיקן טעם, ווי זיי וואָלטן געשטאַנען נישט אין די ליטווישע שטעטלעך, נאָר ערגעץ אין כינע אָדער טיבעט.

לייענט ווייטער אין פארווערטס (יואל שרייבט ווידער אן א מאדנע-פראוואקאטיווע ארטיקל!)

יום חמישי, מרץ 25, 2010

דיסקורס אויף מעדאָטיק

סטרוקטור
פֿרעסט מײַנע שמייכלען
מײַנע טרערן פּגרן
פֿון קהלשע לאַסקעס.

מאָרגן
גיי איך זיך אָפּזאָגן פֿון דער אַרבעט
איך וועל פֿאַרקויפֿן
מײַנע גרוי-ווײַסע האָלאָוועשקעס
פֿון חורבן-פּשטות.

דעליקאַט
די רעטענישן פֿון סוף וואָכנטאָג
איך לערן זיך שוין שטריקן
כאָטש מײַנע ליימענע פֿינגער שטעכן
מיר טיף אין האַלדז.

יום ראשון, מרץ 21, 2010

בויען אַ בריק צווישן דאָקטער און פּאַציענט

אָפֿט מאָל טרעפֿט זיך, אַז איר גייט צו אײַער דאָקטער און ער פֿאַרשטייט אײַך ניט, אָדער פֿאַרקערט — איר פֿאַרשטייט ניט אים. ס׳איז גלײַך ווי איר רעדט אויף פֿאַרשידענע שפּראַכן. ווי אַזוי פֿאַרטײַטשט מען וואָס איר זאָגט אויף דער שפּראַך פֿון דאָקטער און פֿאַרקערט?

לייענט ווײַטער אין פֿאָרווערטס.

יום רביעי, מרץ 10, 2010

שטאַרבן איז גוט

שטאַרבן איז גוט
מיט געלט.
די תּכריכים וועל איך פֿאַרזעצן
אויף יענער וועלט.
נעם צוויי לוחות
און רוף מיך אין דער פֿרי --
דאָרט וועל איך זײַן מיוחס
אויב ניט דאָ הי.

יום רביעי, פברואר 24, 2010

יום חמישי, פברואר 18, 2010

נאָך ערגעץ צו לייענען מײַנע לידער

אויפֿן אויסטראַליער וועבזײַטל ייִדישע פּאָעזיע (אויף וויפֿל מע קען זאָגן אַז אַ וועבזײַטל האָט אַ פֿיזישן אַדרעס) קענט איר געפֿינען לידער מײַנע מיט איבערזעצונגען. רעקאָרדירונגען פֿון פֿירלייענונגען וועט מען אי"ה באַלד אויפֿלאָדן. אַ דאַנק ענדרו פֿײַערסטאָן פֿון מעלבורן (געשטיצט פֿון מאָנאַש-אוניווערסיטעט) פֿאַר דער אכסניא. לייענט און האָט הנאָה!

יום חמישי, פברואר 11, 2010

איבערזעצונג

יעדער זיצט און זעצט איבער
און מע פֿאַרשטייט ניט
דער ווינט פֿאַרבלאָזט די שפּורן
דער הונט שטייט ניט

אונטערן לאָמפּ זוכט דער שיכּור
זײַנע גלעזער
אפֿשר ווייסט איר ווער'ז דער זוכער
מײַנע לעזער

יום שני, פברואר 08, 2010

א דערקלערונג פאר דער איצטיקער באלטימארער זאווערוכע

ביים דאוונען האב איך געזאגט, "טאטעניו זיסער, לאמיר אנהייבן פון ס'ניי."

פון וואנען זאל איך וויסן אז דער רבש"ע איז א ליטוואק?

יום חמישי, פברואר 04, 2010

אַ ליד לזכר סוצקעווער ע"ה (אָנגעשריבן צו זײַן ווערן אַ בן-תּשעים)

אויף יענעמס מאַפּע

געזוכט האָב איך אַרום־אַרום סימבאָלן
אַזוי ווי יענער בעל־סיגנון, דער שרײַבער
וואָס בלוטיקט אין דער וועלט אַרײַן זײַן לײַב. ער
מאַכט אַלץ פֿאַר סינאָנימען פֿון זײַן נאָמען.

קען זײַן אַז ניט כּדאַי דער וועלט בכלל איז
אין איר אַרײַנטײַטשן מײַן יעדן אבֿר,
לאָפּעטעסווײַז אומקערן פֿרישן קבֿר
דעם באָדן וואָס פֿאַר ווײַנטרויבן און גאַל איז.

געטײַטש זײַנס אויף די וועגן איז מײַן מאַפּע
כאָטש זיך פֿאַרקערן מוז איך אין אַ ריכטונג
וואָס דורכצופֿאָרן איז בלויז דער אײַנריכטונג
וואָס הייסן הייסט עס איך.
איך וועל דערדראַפּען

ביז יענעם ברעג וווּ ס´טרעפֿן זיך די טײַכן
וואָס פֿליסן זיך באַזונדערש אין געלעגערס
ווי צוויי פֿאַרוואָגלטע־פֿאַרלאָדן טרעגערס.
איין וועג, צוויי מאַפּעס, כּפֿלטע פֿאַרגלײַכן.

יום שני, פברואר 01, 2010

די ישׁראל-רעגירונג טרויערט אויפֿן טויט פֿון סוצקעווער...ניט אַזוי שטאַרק

אויף דער לוויה, ווי עס גיט איבער יצחק לודען, האָט געפֿעלט וואָסער ניט איז רעפּרעזענטאַנט פֿון דער ישׂראל-רעגירונג, פֿון דער שטאָט תּל-אָבֿיבֿ, אָדער פֿון העבערישן שרײַבער-פֿאַראיין.
די "טרויערנדיקע" רעגירונג פֿון ישׂראל האָט זיך אָבער נישט צו שטאַרק — נאָר טאַקע אינגאַנצן נישט —איבערגענומען און זיך פֿון דעם צום האַרצן נישט גענומען. זי האָט זיך נישט גענייטיקט אין קיין מיטגעפֿיל, ווײַל זי האָט אין דעם ענין קיין געפֿיל נישט אַרויסגעוויזן. זי האָט אַפֿילו קיין נעקראָלאָג אין די צײַטונגען נישט פֿאַרעפֿנטלעכט, ווי עס פֿירט זיך, געוויינטלעך לגבי אַנדערע אנשי־ציבור אָדער קולטור־גיבורים, וואָס "זינדיקן נישט" מיט קיין ליבשאַפֿט צו ייִדיש.

יום ראשון, ינואר 31, 2010

אַ ליד וועגן אָפּזעץ

אַ ליד וועגן אָפּזעץ
(אויף דער מעלאָדיע פֿון "זי וועט קומען פֿון די בערג")

עס שאַפֿט זיך רעגן אין די וואָלקנס (אין די וואָלקנס)
עס שאַפֿט זי רעגן אין די וואָלקנס (אין די וואָלקנס)
עס שאַפֿט זיך רעגן אין די וואָלקנס
טראָפּלעך ווערן גרויסע טראָפּנס
עס שאַפֿט זיך רעגן אין די וואָלקנס אין די וואָלקנס

האָגל - ברד איז אַ מכּה (איז אַ מכּה)
האָגל - ברד איז אַ מכּה (איז אַ מכּה)
האָגל - ברד איז אַ מכּה
קען ווערן גרויס ווי עפּל טאַקע!
האָגל - ברד איז אַ מכּה איז אַ מכּה

שטיקלעך אײַז קענען פֿאַלן אויך געמישט מיט שניי
שטיקלעך אײַז קענען פֿאַלן אויך געמישט מיט שניי
שניי געמישט מיט שטיקלעך אײַז
וואַרפֿן וואָלט געווען אַ גרײַז
שטיקלעך אײַז קענען פֿאַלן אויך געמישט מיט שניי

וועגן שנייעלעך רעדן די לערערס אין די שולן
וועגן שנייעלעך רעדן די לערערס אין די שולן
זיי כאַפּן אַרום וויפֿל מאָלעקולן?
אַן איינס געפֿאָלגט פֿון נײַנצן נולן!
***(דערפֿאַר זײַנען צוויי שנייעלעך גאָרניט גלײַך!)
וועגן שנייעלעך רעדן די לערערס אין די שולן

פֿון דעם אַלעם ווערט מען נאַס ווערט מען נאַס
פֿון דעם אַלעם ווערט מען נאַס ווערט מען נאַס
לאָמיר טרינקען עפּל קוואַס
און מאַכן בילדער פֿון דער גאַס
פֿון דעם אַלעם ווערט מען נאַס ווערט מען נאַס

בואו עננים (אַ באַוווּסט רעגן־ליד אויף עבֿרית פֿון לאה גאָלדבערג, אויף יידיש

בואו עננים //לאה גולדברג

בואו עננים, הבו גשם לגנים

טיף, טיף, טיפותי,
גשם, גשם לשדותי.
לשיבולת לאילן,
ולפרח הקטן שבגן.

וואָלקנס וואָלקנס קומט שוין גיך, פֿאַר די גערטנער רעגן גיט
קאַפּעט טראָפּנס אָן אַ שיִער
רעגן פֿאַר די פֿעלדער מיר
פֿאַר די ביימער אומעטום
זאַנגען וואָס בליִען רונד אַרום
דער קלענסטער בלום


יום שבת, ינואר 30, 2010

אַ רעצענזיע פֿון טאַובס "וואָס שטילקייט האָט באַלויכטן"

דאָ ווײַטער ברענג איך אַ רעצענזיע אויף אַהרן טאַובס וואָס שטילקייט האָט באַלויכטן. די רעצענזיע איז לעצטנס אַרויס אין נײַעם נומער אויפֿן שוועל.

וואָס איבערזעצונג האָט באַלויכטן
אַהרן טאַובס איבערגעטײַטשטע פּאָעטישער צוגאַנג.

ס'איז נאָך אַלץ מעגלעך הײַנט צו שרײַבן אַ ליד אויף ייִדיש אָן אַן איבערזעצונג, נאָר איך וויל טענהן אַז אַזאַ ליד איז ווייניקער רײַך, ווייניקער אינטערעסאַנט ווי אַ ליד מיט אַן איבערזעצונג. אָ ראַיה האָב איך: די לידער פֿון ירמיהו אַהרן טאַוב, געזאַמלט אין זײַן נײַעם באַנד, וואָס שטילקייט האָט באַלויכטן.

טאַוב איז אַ ייִדישער "גיי"-פּאָעט וואָס איז אויפֿגעוואַקסן אין דער גאָר פֿרומער קהילה, און אַוועק דאַכט זיך סײַ צוליב זײַן "פֿריילעכקייט", סײַ צוליב אַנדערע אונטערשיידן. אָנהייבנדיק אין די צוואַנציקער האָט ער אָנגעהויבן לערנען זיך פֿאָרמעל שרײַבן און לייענען די ייִדישע ליטעראַטור, כאַטש (ווי ער זאָגט אין זײַן נאָכוואָרט) איז די לופֿט פֿוּן זײַנע קינדעריאָרן אײַנגעזאַפּט מיט ייִדיש-לשון. איך וועל ניט איבערחזרן די פֿאָר-געשיכטע פֿון זײַן דיכטערײַ וואָס ער גיט איבער, נאָר גרונטיק איז צו דערמאָנען, אַז בשעתן אַרויסשאַרן זיך פֿון דער חרדישע קהילה האָט טאַוב געאַרבעט ווי אַ קונסט-מאָדעל, "צווישן דער פֿרומער וועלט און דער עראָטישער (אונטער)וועלט וואָס כ'האָב אָנגעהויבן אויסצופֿאָרשן." באַזונדערש האָט אים פֿאַראינטערעסירט קראָקי, "אַ סעריע סקיצעס וואָס לערערס ניצן ווי אַ מין צוגרייטונג אויף די לענגערע געניטונגען." שפּעטער איז טאַובן אײַנגעפֿאַלן, אַז ער קען אַוועקשטעלן די סקיצעס אין סאַמע צענטער פֿון זײַן עסטעטישן אַני-מאמין, אַז קורצקייט און אַקוראַטקייט קענען אַרומצאַמען זײַן פּאָעטישן צוגאַנג.

דער פּועל-יוצא דערפֿון איז דער דאָזיקער באַנד, דאָס צווייטע ביכל לידער טאַובס. איך קען ניט שרײַבן ווי אַ טרוקענער, אומפּאַרטיייִשער רעצענזענט, ווײַל דער פּאָעט גיט מיר אָפּ אַ ברייטהאַרציקן דאַנקוואָרט, און סײַ ווײַל איך האָב זיך באַקענט פּערזענלעך מיטן פּאָעט בשעת זײַנע ניו-יאָרקער יאָרן בײַם יוגנטרוף-שרײַבקרײַז.

נאָר צוהערן זיך צו עטלעכע קירצערע פֿירגעלייענטע לידער צעזייט און צעשפּרייט איז אַנדערש ווי אײַנטיפֿן זיך אין אַ זאַמלונג. איצט פֿאַרשטיי איך וואָס דער מחבר איז אויסן און קען עס פּרוּוון באַרעכטיקן און (קיין חידוש ניט) רעקאָמענדירן דעם לייענער, ניט אָן באַוואָרענישן.

יעדער "קראָקי" (מײַן טערמין פֿאַר די קליינע לידער, ניט טאַובס) איז אַ פינף-שורותדיקע אויספֿאָרשונג אין דער דמיונשאַפֿט פֿון פּאָעט, אָפֿט מעשׂהדיק, אָפֿטער עראָטיש, ס'רובֿ מאָל עוואָקאַטיוו. דאָס ביכל האָט אַ סטרוקטור וואָס לייגט פֿאָר, כאַטש צווינגט ניט אַרויף, אַ סיפּור-מעשׂה, אַ בילדונגס-פּאָעזיע וואָס הייבט אָן מיטן נאַראַטאָרס פּליטה, געפֿינט אַ וועג דורכן זיכּרון, פֿאַרגייט אין סובטילן עקסטאַז פֿון איבערדערציילטן תּשמיש, און דערנאָך (אויב מע קען אַזוי פֿאַרטײַטשן) ווערט אויסגעלײַטערט אין גואלהדיקע טענער.

די טעכניק פֿון די לידער איז שווער פֿעסטצושטעלן בײַם ערשטן קוק, ווײַל דער רעגיסטער (דאָס הייסט די פֿאָרמאַליטעט פֿון לשון) איז אַנדערש פֿון ליד צו ליד - אַ מאָל פֿאַמיליעדיק, ווי אין די שורות:

וואָס פֿאַר אַ נסיעה!
נעם אַרויס דאָס ברויט.
גיי איצט אַרויף, נעם די פֿלוימען מיט.
איך וועל אויסטאָן דאָס שייטל ... אָט בין איך.
טאַטעלע, דו מוזט זײַן שטיל.

און אַ מאָל פּרטים-פֿאַרפֿלאָכטן:

מײַן לעצטע נאַכט מיט דזשאַקאָמאָ גלאַנצט גרין אין מײַנע חלומות:
זײַנע אויגן האָבן באַלויכטן דעם פֿרוכט-באַלאָדענעם טיש און דעם אויסשפּרייט פֿילאָסאָפֿיע בענדער.
ער האָט מיך געטראָגן צו זײַן נאַכט-געלעגער, מחיהדיק צו קליין פֿאַר אונדזער קאָרטשען זיך.
זײַן שמייכל, געקרוינט מיט מילגרוימזאַפֿט, האָט מיך ווײַטער אויפֿגעהויבן.
איך פּוץ אָפּ די סצענע פֿאַר טאָג: נאָך אַלץ אין כּעס, נאָך אַלץ דאַנקבאַר די אַלע יאָרן.

ֿדי צוויי טענער פֿון די אויבן ציטירטע לידער ראַמען אײַן די גאַמע וואָס טאַוב פּרוּווט באַהערשן אין דער קאָלעקציע. ס'איז אַוודאי אַ היפּשע דיסטאַנץ, נאָר די פּראָבירונגען זײַנען געלונגענע. די קלענערע אומפֿאָרמעלע פֿינף-שורותן זײַנען רמזימדיק, ווי רײַזעבילדער אויפֿגעשריבן אויף אַ פֿאָרנדיקן וואַגאָן, בשעת ווידער די קאָמפּליצירטע, שלענגלדיקע זײַנען אָנגעפּיקעוועט מיט מערקווירדיקע אימאַזשן און פֿילטײַטשיקע באַגעגענישן. טאַובס וועלט ווערט באַפֿעלקערט מיט פֿינקלענדיקע צאַרינעס, ליבנדיקע מאָנאַכן, פֿאַרווערנדיקע טאַטעס, זיך-צעקושנדיקע פּאָרלעך, און אַנטלויפֿנדיקע אַרמייען.

מיט אַזעלכע קאָמפּליצירטע לידער, וווּ פֿיל ווערטער און זיך-בײַטנדיקע סענטימענטן ווערן אײַנגעפּאַקט אין געציילטע שורות, קומט אָן שווער דעם קריטיקער אָנצוצייכענען אַן אַלגעמיינע בילד. וועל איך דאָס איבערלאָזן פֿאַר אַנדערע, נאָר איך וויל פּרוּוון ענטפֿערן אויף דער תּמעוואַטער פֿראַגע: אין וועלכע אַנדערע ייִדיש-פּאָעטן דערמאָנען מיר די לידער טאַובס? אין וועלכער ריכטונג קענען מיר ציִען די ליניעס פֿון השפּעה?

דער אָנרחמנתדיקער ענטפֿער איז אונדז אַלעמען צו גוט באַקאַנט, ס'איז אַ קללה און אַ ברכה אין איינעם. די ליניעס פֿון פּאָעטישער ירושה אין ייִדיש זײַנען שוין לאַנג איבערגעריסן געוואָרן פֿון חורבן און רדיפֿות. געבליבן איז הײַנט דער ייִדיש-פּאָעט אין אַ הערלעכן סאָד פֿון פֿרעמדן צוויט, צווישן די דיכטערס פֿון אַנדערע שפּראַכן וואָס נאַשן פֿון די בענעפֿיטן פֿון וואָסער ניט איז מאַיאָריטעט-קולטור. טאַובס ייִדיש-לידער זײַנען נאָוואַטאָריש און וועלן אײַנשפּריצן חידוש אין אונדזער דיכטערײַ. דאָס אַלץ אָבער נעמט זיך ניט פֿון קיין ייִדיש-פּאָעטישע פֿירגייער, כאָטש ניט דירעקט, נאָר פֿון דער הײַנטיקער פּאָעזיע אויף ענגליש.

דאָס איז קלאָר ווי דער טאָג ווען מע לייענט מיט קאָפּ די לידער אין דעם באַנד, אַז אָן איבערזעצן וואָלטן די ייִדיש-לידער ניט געווען מעגלעך. אין דעם איז ניט קיין פּגם. מיר פֿירן שוין אַן איבערגעזעצט לעבן און פּראַקטיצירן אַן איבערגעזעצטע קולטור, פֿאַר וואָס וואָלט די פּאָעזיע געווען אַנדערש?

איז געבליבן די האָפֿענונג אַז די ייִדיש-לידער טאַובס וועלן דינען ווי אַ בריק צו דער באַנײַטער שאַפֿונג וואָס מיר ייִדיש-פּאָעטן פּרוּוון הײַנט אויסשמידן. ס'איז אַן אינספּיראַציע אַז דער וועג איז יאָ אָפֿן. אײַ, די לידער זײַנען ניט אַלע מאָל נאַטירלעך אויף מאַמע-לשון און טראָגן דעם חותם פֿון ווערטער-אוצר? אַפֿילו אָדם-הראשון (לויט די מיטלעלטערלעכע קינסטלערס) האָט געהאַט אַ פּופּיק.


יום שישי, ינואר 29, 2010

די יום-טובֿים און די קרובֿים

די יום-טובֿים און די קרובֿים

עס פֿאַלן אונדז אַרײַן די קרובֿים
פֿאַר שבתים און יום-טובֿים.
װײַל זײ האָבן אונדז שטאַרק ליב
קומען זײ צו אונדז אין שטיב.
יעדע װאָך - דער ליבער שבת
קומען אונדז צו גאַסט די באַבעס.
זיסע חלות פֿריש געבאַקען -
אָדער גיך געקױפֿט - פֿון טאַטן.
און עס פֿלאַקערן-אויף די פֿלאַמען
װאָס שרעקן אָפּ די ליבע מאַמען:
"זאָל מען אױסלעשן אײנס צװײ!"
נאָר עס הערט זיך אַ געשרײ:
װער זשע לױפֿט אַזױ? די באַבעס
װאָס זײ שפּרינגען װי די זשאַבעס
און סטראַשען מיט די גומי-שיך:
נישט טשעפּען אונדז די שבת-ליכט!
מאַכט די מאַמע מיט געװײן
קידוש אױף אַ בעכער װײַן.
פֿילן זיך די קינדער שלאַף
װײַל מע װאַרט אױף טרױבנזאַפֿט.

אַן אַנדער מעשׂה װידער פּסח.
אױסגעטראַכט װער האָט עס? װײס איך.
איר מײנט עס פֿעלן אונדז די פֿרײדן?
הערט מען הײַנט פֿון יעדן זײדן
װאָס ער ברענגט אונדז קאַסטנס שמורה
װאָס צו עסן דאַרף מען גבֿורה
נאָר דער טאַטע קומט צו לױפֿן
װײַל מיט זײדעס קומט דער בראָנפֿן.
זאָגט מען שעהען לאַנג בײַם סדר
העברעיִש װי מע טוט אין חדר.
חד גדיא אַלע מאָל געפֿעלט
און אױך דאָס אַפֿיקומן-געלט.

עס גײט אַ רעגן! כאַפּט אַ שירעם.
גיט אַ גאָס אונדז קרובֿים, פּורים.
מיר הערן פֿון די ברידער-שװעסטער
װאָס האָבן נישט געהערט פֿון אסתּר
נאָר געהערט פֿון המן-טאַשן
און האָבן ליב זײ באַלד צו נאַשן.
פֿאַרשטעלן מיר זיך װי די סטאַרס,
הוליען בחורים אין די באַרס
און מע הערט טײלװײַז מגילה
(בעת מיר זשומען װי די גרילן).

געבליבן זײַנען די תּעניתים
װען מיר פֿילן זיך װי מתים
און די קרובֿים װאָס מיר קענען
װי פֿערדס-פֿוס-פּאָדקעװעס אַן אײדעם.
ראש-השנה אין איר מאַנטל
איז תּוקע אַלטע טאַנטע
און כּל-נדרי איז דער פֿעטער
זיך גיך װידער מתּיר-נדר.
אַבי מע זעט זיך, זאָגט די מאַמע,
אַבי מע זעצט זיך צו צוזאַמען,
אַבי מע קריגט זיך איבער כּלים
און װער קאַרטאָפֿל שױן װעט שײלן,
אַבי מע שלינגט אַראָפּ די תּפֿילה
כּדי נישט האַקן שװערע עבֿרי.

אַלע בלעטערן די חומשים
בעת די ייִדישע חדשים
און עס דרײט זיך אונדזער לוח
נישט פּאַמעלעך, נישט צו גיך.