יום ראשון, יוני 10, 2007

טעותן

מײַן פֿעטער איז אַן אַדוואָקאַט וואָס פֿאַרטיידיקט סײַ אַנדערע לאָיערס סײַ דאָקטוירים קעגן אָנקלאָגן פֿון קרומער פּראַקטיק (מאַלפּראַקטיס). אַ מאָל האָב איך אָנגעשריבן אויף מײַן ענגליש-בלאָג, נאָכן ענדיקן מײַן ערשטן חודש רעזידענץ, אַז כ'האָב מזל וואָס כ'האָב קיינעם ניט געהרגעט -- אויף וויפֿל איך ווייס. האָט ער איבערגעלאָזט אַ תגובה מיט דער אָבסערוואַציע, אַז אויב איך שרײַב אַזעלכע זאַכן בפֿרהסיא וועט קומען עצעמער און אָנקלאָגן מיך אין געריכט. לעצטנס האָבן מיר זיך געזען אויף אַ שמחה (דווקא מײַן שוועסטערס חתונה!) ווו ער האָט זיך איבערגעטראַכט און געזאָגט, "יעדן [דאָקטער] וועט מען אָנקלאָגן, און ס'איז ניט געפֿערלעך." אין דעם גײַסט וויל איך זיך אַראָפּרעדן פֿון האַרצן, אויף מײַן ווייניק-געלייענטן בלאָג, וועג אַ שרעקלעכן טעות וואָס כ'בין באַגאַנגען (אָדער ניט?) אין שפּיטאָל.

געשען איז דאָס בשעת איינער פֿון די שווערסטע ראָטאַציעס פֿאַר אַ מעדיצינישן פּראַקטיקאַנט (אינטערן): די נאַכט-ראָטאַציע. בײַ בעלוויו-שפּיטאָל לכל-הפּחות איז דאָס אַן אויפֿגאַבע וואָס איז אוממעגלעך אַדורכצופֿירן צו יעדנס סאַטיספֿאַקציע: מע מוז "דעקטן" איבערנאַכטן קרוב צו אַכציק פּאַציענטן, און יעדע צען מינוט ווערט מען געפּיידזשט וועגן ענינים סײַ אומוויכטיק, סײַ נאַריש, סײַ פּיקוח נפֿש בלי שום ספֿק. און דײַן אַרבעט איז אונטערצושיידן צווישן דעם אַלעם אָן משוגע צו ווערן - און אָן האַרצלאָז צו ווערן אין מיטן דער שרעקלעכער דראַמע וואָס איז דאָס לעבן פֿון אַ חולה אין בית-החולים.

מע טראָגט זיך אַרום מיט אַ בינטל פּאַפּירן פֿאַרשריבענע מיט די מינימאַלע ידיעות וועגן די פּאַציענטן. מע מוז אָפֿטמאָל פּרווון דערגיין וואָס מע האָט געמיינט בײַ טאָג ווען מע האָט אַרײַנגעשריבן אַזאַ באַפֿעל אין קאָמפּיוטער.

האַלבע נאַכט -חצות ממש - גיט מען מיר צו וויסן אַז איינער אַ חולה פֿילט זיך ניט-גוט. ניט קיין חידוש, באַזונדערש ווײַל מע האָט אים בײַ טאָג דיִאַליזירט - מיט איין וואָרט, געוואַשן זײַן בלוט כדי עס צו ראַטעווען פֿון די קאַליע-געוואָרענע נירן. דאָס איז געווען אַ נויטפֿאַל, האָט מען אים געדאַרפֿט אַרײַנלייגט, אַרײַנסיליען ווי אַ פֿאָדעם אין אַ נאָדל, אַ טרײַבל אין דער דיך-ווענע.

ניט זעלטן פֿילט מען זיך ניט טויט ניט לעבעדיק נאָך אַזאַ פּראָצעדור. צו די אַלע זאַכן איז זײַן בלוט-דרוק געווען אַ נידעריקער. האָב איך אים געגעבן פֿליסיקייט (זאַלצוואַסער, אַזוי זאַלציק ווי בלוט) און ס'איז אַרויפֿגעגאַנגען.

שפּעטער צו האָב איך ווידער באַקומען אַ פּיידזש אַז דער זעלבער מענטש איז געווען אַ ביסל דיסאָריענטירט. דאָס איז געווען צווי אַ זייגער בײַ נאַכט. געגאַנגען אים זען. ניט דיסאָריענטירט ממש נאָר פֿאַרווייטיקט. זײַן פֿוס, זאָגט ער, טוט אים וויי. האָב איך באַמערקט אַז דער פֿוס איז אַ ביסל קאַלט, האָב איך אים געגבן מאָרפֿין און פּטור אַן עסק.

אויף מאָרגן, אויפֿן וועג אַרויף צו דער אַרבעט מיטן עלעווייטאָר, טרעף איך דעם טאָג-אינטערן פֿאַר יענעם פּאַציענט. איך באַגריס אים פֿרײַנדלעך. "געהערט?" גיט ער מיר אַ זאָג. "מע האָט אים געדאַרפֿט אָפּהאַקן זײַן פֿוס . . ."

דאָס הייסט, אַז ווען מע האָט אַרײַנגעלייגט דאָס דיִאַליזיר-טרײַבל האָט מען ניט-בכיוונדיק אַרײַנגעוואָרפֿן אַ בלוט-פֿאַרגליווערונג אין דער אַרטעריע פֿון זײַן פֿוס, וואָס האָט דאָס בלוט פֿאַרשטאָפּט. ווען דער פּאַציענט האָט באַקלאָגט זיך פֿאַר ווייטיק איז דאָס געווען די סיבה. די קעלט פֿון זײַן פֿוס איז געווען אַ סימן.

און איך האָב דאָס אַלץ פֿאַרזען.

איך האָב זיך געלאָזט שערן אויף יענעמס פֿוס...

אין תגובות:

הוסף רשומת תגובה