יום רביעי, ספטמבר 05, 2007

אַ פֿאַרמאַכטע "קרעטשמע"

ווי אַן עקספּערימענט (באַמערקט אַז דאָס וואָרט פֿאַר עקספּערימענט אויף עברית איז נסיון!), האָב איך אַרויפֿגעלייגט אויף היימישע קרעטשמע אַ שטיקל פֿון מײַן ראָמאַן, צו זען צי מע וועט כאַפּן אַ קוק.

אָדער, בעסער געזאָגט, געפּרוווט אַרויפֿגלייגן. די פֿאַרוואַלטונג האָט מיר קודם-כּל געשיקט אַ העפֿלעך בריוול אַז מע דאַרף גוטהייסן דעם אינהאַלט ווײַל כ'בין אַ נײַער אָנטיילנעמער. מהיכא-תיתי!

דערנאָך אָבער האָב איך באַקומען אַן ענטפֿער: מע וועט ניט לאַזן אַרויפֿלייגן מײַן זאַך ווײַל (א) איך בין ניט פֿון זייער קאָמוניטי, און (ב) היימישע ייִדן רעדן און שרײַבן ניט אַזוי (ניט קלאָר ווי געמיינט "אַזוי") וועגן אַזוינע זאַכן, געמיינט סעקס אד"גל מסתמא, כאָטש סעקס איז דאָ זייער ווייניק אין דעם ראָמאַן.

בקיצור, מע האָט מיר ניט געגעבן רשות איבערצוגעבן זייער בריוול, נאָר ס'איז זייער אינטערעסאַנט. איך קען עס אײַך שיקן אויב אויר ווילט.

דאַרף איך געפֿינען אַן אַנדער בינע.

4 תגובות:

  1. אנונימי11:45 AM

    כל הכבוד על החייאת השפה היידית.
    חזקו ואמצו

    השבמחק
  2. זיי געזונט און שטארק...

    א גיט גיבענשט יאר

    איטשע בער

    השבמחק
  3. אַוודאי אַ מעגלעכקייט. נאָר איך וואָלט געוואָלט זוכן אַ פּלאַץ מיט אַ גרעסערן עולם, אויב איך קען.

    השבמחק