צו מרדכי שעכטערס יאָרצײַט:
--איך האָב דורכגעלייענט די גאַנצע יידישע ליטעראטור. איך קען אַלעמען און אַלץ. אָבער וואָס פֿאַרמאָגן זיי אַחוץ לשון? פּרצ'ס חסידישע מעשות זיינען אַנעקדאָטן מיט אַ מאָקראַל. עס איז פון דרויסן אריינגעקוקט דורכן שליסל-לאָך און געטאַנצט קדוש. איך וויל קומען פון אינעווייניק. איך וויל באַנייען דעם גאַנצן יידישן געדאַנק. קודם, דאַרפט איר פאַרשטיין, מוזן מיר אָפּשאַפן די גוי'עשע פאַרמעגן. אונזשערס אַ שאַפונג מוז כולל זיין אַלץ: פּאָעזיע, פּראָזע, פילאָזאָפיע, דראַמע, פּסיכאָלאָגיע, אַסטראָנאָמיע, עפּיגראַם - אַלץ. וואָס דאַרפן מיר די קליינע שאַכטעלעך? מיר דאַרפן ווערן אַ שעפערישע ענציקלאָפּעדיע. איר הערט? אַן ענציקלאָפּעדיע. אָבער אַ שעפערישע. איר כאַפּט דעם גוואַדלאָוונעם רעיון? איר האָט אַ מאָל געלייענט דעם בראַצלאַווערס אַ מעשה'לע? אָט איז מיין העלד פון חסידות. איך בין פארליבט אין אים, איך טראַכט וועגן אים גאַנצע טעג. ער איז געווען אַ מחדש און ער האָט ליב געהאַט יידיש. איר ווייסט וואָס איז אַזוינס יידיש? איר האָט כאָטש אַ באַגריף, וואָס פאַר אַ וואונדערלעך לשון דאָס איז?יעקבֿ גלאַטשטיין, ווען יאַש איז געקומען, 1940 (אויסלייג אין אָריגינאַל). עס רעדט אַ (פֿיקטיווער) זעכצן-יאָריקער חסידישער בחור וואָס דער נאַראַטאָר טרעפֿט אין פּוילן.
אין תגובות:
הוסף רשומת תגובה