יום חמישי, אוקטובר 26, 2006

שוין גענוג געהערט וועגן וויקיפּעדיע?

איבערן האַלדז?

וועט איר ניט וועלן לייענען מײַן אַרטיקל וועגן דער ייִדיש-וויקיפּעדיע, אין הײַנטיקן פֿאָרווערטס.

דערהײַנטיקונג: מע האָט געפֿרעגט אונטן פֿון וואַנען נעמט זיך מײַן אינפֿאָרמאַציע וועגן דער צאָל באַזוכער צו ייִדיש-וויקיפּעדיע (הונדערטער אַ חודש בערך). געפֿונען האָב איך דאָס אויף די סטאַטיסטיק-זײַטן, וואָס זײַנען גראָד איצט צום באַדויערן פֿאַרמאַכט.

יום רביעי, אוקטובר 25, 2006

וואָס פֿאַר אַ ייִדיש איז "עכט"?

אַ דאַנק אבישי פֿאַרן שיקן מיר אַ לינק צו אַ הויך אינטערעסאַנטער דיסקוסיע אויף וויקיפּעדיע. די רייד גייט וועגן אַ געוויסער שאלה, ד"ה: צי זאַל מען "איבערמאַכן די קעפּלעך לויטן גערעדטן ייִדיש און ניט די "ייֵוואָ-כללים"? אין תוך גענומען, פֿאַרשטייט זיך, איז דאַס פּשוט אַ נײַער גילגול פֿון אַ "קלאַסישן" שמועס וואָס גייט אַן שוין מער ווי הונדערט יאָר בײַ ייִדיש-ליטעראַטן. וואָס דאַרף זײַן די פֿאַרבינדונג צווישן דער גערעדטער שפּראַך און דער שרײַבשפּראַך?

נאַך אינטערעסאַנטער זײַנען די אָננעמענישן פֿון די קאָמענטירער, למשל אַז די וועלטלעכע ייִדיש-אויסגאַבעס באַציִען זיך צו וויקיפּעדיע מיט שאַנד.

אַרומגערעדט אויך האָט איינער אַ לייענער מײַן סטיל שרײַבן, בזה-הלשון:

מיר האבן שוין דערלעבט די גרויסע האפענונג אז די אידישיסטן וועלן דא קומען אין בארייכערען. קוקט די באטיילונגן פון באנוצער:שלום בערגער וועט איר זעהן אז ער רעדט נישט קיין אידיש. ער רעדט עפעס א שפראך וואס ער אליין פארשטייט נישט. זעה קענסער אדער עידס און זאג מיר צו דו האסט נישט קאפוויי נאכן ליינען... ווייסט פארוואס? ניין איך בין נישט קיין דאקטער, אבער מען דארף נישט האבן קיין דעגרי צו פארשטיין אז פאר נייע באגריףן וואס סייענס דאקטערייי, און קאמפיוטער טעכניק האט באשאפן איז נאך נישט געווען די צייטן פון ייוו"א כללים זיי צו געבן נעמען, און די אלע נעמען וואס שלום בערגער געט זיי איז פון זיין בויך ארויס אז קיינער וואס רעדט היינט אידיש און איז נישט קיין דאקטער קען נישט פארשטיין נישט קיין חילוק וויפל שעות און טעג מען לייגט אריין צו ליינען איין שורה. דער כלל פון אונזער גערעדטער אידיש. וואס אידן רעדן. איז אז פאר נייע ווערטער איז דאס פונקט ווי די גוי ארום אונז רופן דאס. סא א סעל איז נישט קיין קאמער, ווייל רוב אידן ווייסן נישט וואס מיינט א קאמער. און א סעל האבן זיי שוין געהערט הונדערטע מאל א טאג. א.א.וו. דער איינציגסטער פראבלעם ווערט דאן אז ארץ ישראל אידן מיט אמעריקאנע אידן האבן אן אנדער אידיש, נו. איז דען דאס נישט אמת? און ווער איז די עתיד פון וויקיפעדיע די אמעריקאנע אידיש צו די איזראעלי אידיש? איך מיין אז דאס איז נישט קיין דעבאטע אז אחוץ די קנאותדיגע סאטמאר קרייזן און אפילו זיי אליינס רעדן מער היברו ווי אידיש, בשעת אין אמעריקע רעדן די אידיש רעדענדיגע אידן מער אידיש און כמעט נישט קיין ענגליש. און אויף סייענס איז היברו רוב מאל מער נוטה צו ענגליש ממילא וועלן די איזראלי אידיש רעדנדיג זיך קענען מיט די טערמינען ווי סעל, ווייל עס איז מער נאנט צו היברו ווי קאמעריל.

יום שישי, אוקטובר 20, 2006

געזוכט: חסידישער זשורנאַליזם

הלוואַי וואָלט געווען אַ ייִדיש-אויסגאַבע וואָס גיט זיך אָפּ מיטן גרינטלעך אויספֿאַרשן חסידישע נײַעס, אויף אַ זשורנאַליסטישן ניוואָ. ניט חלילה כדי צו פֿאַרשוואַרצן דאָס פּנים בײַ די חרדים אלא וואָדען -- אַזאַ מין אויספֿאָרשערישקיייט איז לטובת-כלל. ניט דער סענסאַציאָנאַליזם אָדער סתם שונד פֿון די ערגסטע בלאָגס נאָר אויך ניט די פּוסטע הוראַס פֿון די אָרגאַנען. (דער פֿאָרווערטס קען ניט דינען אַזאַ ציל, צום באַדויערן. צו אין דרויסן.)

יום שני, אוקטובר 16, 2006

פֿילאַקטעריעס

מיט פֿרייד האָב איך באַקומען דעם נײַעם נומער ווײַטער. איבערגעלייענט און געטיילט דעם חנעוודיקן קאַרטון מיטן מיידעלע. נאָר איינס האָט מיך ממש פּריטשמעליעט -- פֿארן וואָרט "לוויה" דער טײַטש "טרויערצוג". וואָס איז דאַס -- אַ מרה-שחורהדיקע באַן? עס דערמאָנט מיך אין אַלטן וויץ: דער גוי פֿרעגט וואָס איז דאָס וואָס מע לייגט אויפֿן אָרעם, און דער ייִד זאָגט "פֿילאַקטעריעס"...