יצחק לודען, וואָס שרײַבט געוויינטלעך קלוג און קלאָר, זאָגט אין הײַנטיקן פֿאָרווערטס:
שטעלט זיך די פֿראַגע: וואָס טוט אַן אַמעריקאַנער וואָס ער באַקומט ניט דעם רעזולטאַט וואָס ער וויל פֿון די דאָקטוירים? ער קלאָגט זיי אָן אין געריכט. מע קען רעדן וועגן דעם, ווי אַזוי צו רעפֿאָרמירן דעם קאַליע-געוואָרענעם סיסטעם (אַטול גאַוואַנדע האָט עצות) נאָר אַרויסהייבן וויל איך אָט דאָס:
אַמעריקאַנער פֿאַרלאָזן זיך אויפֿן געריכט צו פּסקענען וועגן מעדיצינישע טעותן טיילווײַז צוליב דעם, ווײַל ס'איז (מער) ניט דערלויבט אין עפֿנטלעכן לעבן אַרויסווײַזן ניט-מסודרדיקע עמאָציעס. ניט מע טאָלערירט מהומות אויף די גאַסן, ניט מע לאָזט אַרײַן די אומצופֿרידענע מאַסן אין ווײַסן הויז אָדער אין סיטי-האַל-פּאַרק אָן אַ געחתמטער אַפּליקאַציע.
מײַקל וואַלצער, דער אַמעריקאַנער פּאָליטאָלאָג (און שרײַבער צומאָל וועגן די פּאָליטישע יסודות פֿון מדינת-ישׂראל) האָט געשריבן וועגן דער פֿאַרבינדונג צווישן civil society (דער בירגערלעכער געזעלשאַפֿט) און civility (העפֿלעכקייט אָדער איידלקייט). וואָס מער בירגערלעך ס'ווערט אַ געזעלשאַפֿט, דאָס הייסט וואָס מער געזעצן און כּללים און תּקנות ווערן אָנגענומען און פֿאַרצייכנט פֿון פֿאָלק, אַלץ ווייניקער "ווילד" ווערט די עפֿנטלעכע געזעלשאַפֿט. געווען אַ מאָל, למשל, ווען די וואַל-קאַמפּאַניעס פֿאַר די אַמעריקאַנער אַמטן זײַנען געווען ממש ראַיאָטן, מיט געשלעגן אויף די גאַסן און מאַסן-צוזאַמענשטויסן צווישן שטיצערס פֿון צווי צדדים. הײַנט אָבער איז דאָס אַלץ מער געזעצלעך, אָדער מער טרוקן - אײַנגעצאַמט פֿון תּקנות און תּקני-תּקנות. אַ געזעלשאַפֿט פֿון געזעצן איז ניט אַזוי לעבעדיק. על תּקרא חירות אלא חרות.
אפֿשר מיט טייל אישוס דאַרף זײַן אַלע ווײַלע אַן איבערמאַכונג פֿון די כּללים, אַ לויז-מאַכונג פֿון די געזעצן, כּדי די געזעלשאַפֿט זאָל ווידער אויסלאָזן איר פֿרוסטראַציע אויף אַ נײַעם און שעפֿערישן אופֿן.
דער איצטיקער צושטאַנד אין מיטעלן מיזרח קאָן ווערן פֿאַרגליכן, להבֿדיל, צו די נישט זעלטענע פֿאַלן פֿון אָנווענדן כּוח קעגן דאָקטוירים און קראַנקנשוועסטער אין די שפּיטעלער: עס טרעפֿט אַלץ אָפֿטער, אַז גאַנצע כאַמולעס, קרובֿים פֿון אַ קראַנקן, נישט זײַענדיק צופֿרידן פֿון זײַן באַקומענער באַהאַנדלונג, רײַסן זיך אַרײַן מיט כּוח אין שפּיטאָל און לאָזן אויס זייער צאָרן אויף דעם מעדיצינישן פּערסאָנאַל.אינטערעסאַנט איז, וואָס כ'האָב קיין מאָל ניט געלייענט וועגן אַזעלכע "ניט זעלטענע" אַרײַנברעכונגען אין אַמעריקאַנער שפּיטעלער. אין אַנדערע לענדער (בדרך-כּלל דריטוועלטיקע) - יאָ. און מע קען אָננעמען פֿון לודענס פֿאַררופֿן זיך אויף דעם, אָז אַזוינע געשעענישן זײַנען טאַקע פֿאַרלאָפֿן אין ישׂראל.
שטעלט זיך די פֿראַגע: וואָס טוט אַן אַמעריקאַנער וואָס ער באַקומט ניט דעם רעזולטאַט וואָס ער וויל פֿון די דאָקטוירים? ער קלאָגט זיי אָן אין געריכט. מע קען רעדן וועגן דעם, ווי אַזוי צו רעפֿאָרמירן דעם קאַליע-געוואָרענעם סיסטעם (אַטול גאַוואַנדע האָט עצות) נאָר אַרויסהייבן וויל איך אָט דאָס:
אַמעריקאַנער פֿאַרלאָזן זיך אויפֿן געריכט צו פּסקענען וועגן מעדיצינישע טעותן טיילווײַז צוליב דעם, ווײַל ס'איז (מער) ניט דערלויבט אין עפֿנטלעכן לעבן אַרויסווײַזן ניט-מסודרדיקע עמאָציעס. ניט מע טאָלערירט מהומות אויף די גאַסן, ניט מע לאָזט אַרײַן די אומצופֿרידענע מאַסן אין ווײַסן הויז אָדער אין סיטי-האַל-פּאַרק אָן אַ געחתמטער אַפּליקאַציע.
מײַקל וואַלצער, דער אַמעריקאַנער פּאָליטאָלאָג (און שרײַבער צומאָל וועגן די פּאָליטישע יסודות פֿון מדינת-ישׂראל) האָט געשריבן וועגן דער פֿאַרבינדונג צווישן civil society (דער בירגערלעכער געזעלשאַפֿט) און civility (העפֿלעכקייט אָדער איידלקייט). וואָס מער בירגערלעך ס'ווערט אַ געזעלשאַפֿט, דאָס הייסט וואָס מער געזעצן און כּללים און תּקנות ווערן אָנגענומען און פֿאַרצייכנט פֿון פֿאָלק, אַלץ ווייניקער "ווילד" ווערט די עפֿנטלעכע געזעלשאַפֿט. געווען אַ מאָל, למשל, ווען די וואַל-קאַמפּאַניעס פֿאַר די אַמעריקאַנער אַמטן זײַנען געווען ממש ראַיאָטן, מיט געשלעגן אויף די גאַסן און מאַסן-צוזאַמענשטויסן צווישן שטיצערס פֿון צווי צדדים. הײַנט אָבער איז דאָס אַלץ מער געזעצלעך, אָדער מער טרוקן - אײַנגעצאַמט פֿון תּקנות און תּקני-תּקנות. אַ געזעלשאַפֿט פֿון געזעצן איז ניט אַזוי לעבעדיק. על תּקרא חירות אלא חרות.
אפֿשר מיט טייל אישוס דאַרף זײַן אַלע ווײַלע אַן איבערמאַכונג פֿון די כּללים, אַ לויז-מאַכונג פֿון די געזעצן, כּדי די געזעלשאַפֿט זאָל ווידער אויסלאָזן איר פֿרוסטראַציע אויף אַ נײַעם און שעפֿערישן אופֿן.
אין תגובות:
הוסף רשומת תגובה