דאַכט זיך אַז אַ ביסל אַן אויפֿקלערונג איז נייטיק פֿאַר אייניקע.
אין בין יאָ אַ פֿרומער ייִד - בעסער געזאָגט אַז איך פּרוּוו זײַן אַן ערלעכער. כ'בין חלילה ניט קעגן חסידות, חסידים אָדער אַפֿילו חרדישקייט. וואָס יאָ, זייער דרך איז ניט פֿאַר מיר.
און כ'האַלט אויך ניט אַז אָרטאָדאָקסיע אָדער חרדישקייט איז אַן אידעאַל צו וועלכן איך טויג ניט צוליב מײַנע חסרונות, און ווען איך וואָלט זיך פּשוט באַמיט וואָלט איך געטויגט. כ'בין אַן אויסגעשפּראָכענער אלו-ואלוניק, אַ פּלוראַליסט וואָס האַלט אַז אונדזער מאָזאַיִקל קען נאָר האָבן אַ קיִום מיטן אָנטייל פֿון אַ צאָל (כאָטש ניט אַלע) שיטות: חרדים, ייִדישיסטן, ישׂראלים דתּי-לאומי, חרד"ל, מסורתּיים און חילונים, פֿרומע ייִדן איבערן גאַנצן ספּעקטרום אין איינעם מיט די דורכאויס וועלטלעכע.
איך האַלט אַז מײַן דרך פֿאַרמאָגט גוואַלדיקע מעלות, ווען ניט וואָלט איך געביטן. נאָר ס'איז ניט דער איינציקער.

אשריך!אשריך אז דו האסט פאר זיך אויסגעקליבן א וועג אין לעבן וואס איז פאסיק פאר דיר; אשריך וואס דו ביסט גענוג קליג און ברייט צו פארשטאנען אז נישט איין וועג איז פאסיק פאר אלע יידן; און אשריך וואס דו פרובירסט צו זיין אן ערלעכע (מיט ערפאלג- בין איך זיכער) -- ווייל ווער קען היינט וואגן צו זאגן אז ער איז פרומער פון דער צווייטער, צי ווייסט דער ייד יענעמס אלע גוטע צי נישט גוטע מעשים. נאר גאט אליין קען שאצן און אונדז באמת בטיטולען.
השבמחקא דאנק!
השבמחק