צוויי אונטערנעמונגען וואָס כ'בין בײַגעווען די לעצטע פּאָר טעג האַבן אויף מיר געמאַכט אַ גרויסן אײַנדרוק.
זונטיק האָב איך געזען און געהערט אַ ביסל פֿונעם שלושים פֿון מרדכי שעכטער ז"ל. צווישן די בעלי-הספּדים איז געווען פּראָפֿ' דוד ראָסקעס, וואָס שעכטער האָט אים געשיקט אַ רירנדיק בריוו ווען ער איז געווען נאָך אַ בחור. שפּעטער -- ווידער מיט שעכטערס עצות -- איז ראָסקעס געווען צווישן די גרינדערס פֿון יוגנטרוף. הײַנט איז ער אַ חשובער פּראָפֿעסאָר און קריטיק פֿון ייִדישער ליטעראַטור בײַ דזשיי-טי-עס. ראָסקעס איז באַוווּסט פֿאַר זײַן כוח-הדיבור. דאָך אין דעם פֿאַל איז געווען עפּעס וואָס כ'בין ניט געווען מסכים דערמיט. ער האָט גערופֿן שעכטער אַ רעוואָלוציאָנער, דער וואָס פֿאָדערט בײַ אַנדערע די זעלבע וואָס בײַ זיך. און דאָס איז זיכער אמת. דערצו נאָך איז ער אָנגעקומען צו לשון-המסורה, און באַצייכנט שעכטערן ווי אַ מקובל. ווי אַזוי? ווײַל, לויט ראָסקעסן, מיר געפֿינען זיך אין דער תקופֿה פֿון שבירת-הכלים, נאָכן גרויסן קאַטאַסטראָף פֿון חורבן-אייראָפּע. אין דעם פֿאַל, לויט דער קבלה, פֿאָדערט זיך אַ צימצום, אַן אײַנצאַמונג וואָס וועט באַגרענעצן דעם גריייך פון כביכול. אַ שיינער אימאַזש, נאָר ניט פּאַסיק, ווײַל דער קבלהסטישער מעטאַפֿאָר טרעפֿט ניט דעם וויכטיקן פּרט פֿון שעכטערס נײַ-שאַפֿונגען און זײַן אומפּשרותדיקער אדעאָלאָגיע. ער האָט ניט געוואָלט אײַנצאַמען אָדער אײַנמויערן זיך ווײַל יענע וועלט איז אויסגעשניטן געוואָרן, נאָר פֿאַרקערט - ער האָט געוואָלט וואָס מער שאַפֿן, וואָס מער "יוצר זײַן". די קבלה איז אַ רײַכער מקור אומפֿאַרגעסלעכע אימאַזשן וואָס קען אָפֿט מאָל פֿאַרפֿירן.
איז אַפֿילו ווען מע גייט אַוועק נאָכן אויפֿטאָן עפּעס ממשושתדיקס, האָט מען ניט קיין דעה איבער די הספּדים. קא משמע לן.
צוריקגערעדט אָבער, און פֿון אַ ניט-ייִדישן קאָנטעקסט, האָב איך געזען פּונקט אַזאַ אינספּירירנדיקן משל פֿון פּרוון בכיווניק פֿאַרזיכערן, אַז די ירושה וואָס מע לאָזט איבער איז נעענטער צו דאָס, וואָס מע וויל שאַפֿן. דאָ גייט די רייד וועגן אַ קאָנפֿערענץ וואָס איז די וואָך אָפּגעהאַלטן געוואָרן, דעם אמת זאָגנדיק אַ ווידערטרעפֿונג פֿון די דאָקטוירים וואָס האָבן זיך גראַדויִרט פֿון ניו-יאָרקער אוניווערסיטעטס פּראָגראַם פֿון "פּרײַמערי קייר" (וואָס מע קען אפֿשר טײַטשן ווי "ערשטיקע מעדיצין"). על רגל אַחת איז די ערשטיקע מעדיצין באַזירט אויף עטלעכע פּרינציפּן: 1. דער עיקר איז דער פּאַציענט, ניט די קראַנקייט; 2. דער צוגאַנג פֿון דאָקטער מוז זײַן אויפֿן סמך פֿון דער וויסנשאַפֿטלעכער ליטעראַטור; און 3. דער דאָקטער פּרוווט בויען אַ באַציִונג מיטן פּאַציענט במשך פֿון צײַט.
וואָס איך וויל דאָ זאָגן איז אָבער אַז אויף דער קאָנפֿערענץ זײַנן אויפֿגעטראָטן עטלעכע מוסטער-גראַדואַנטן כדי צו רעדן אַ ביסל וועגן זייערע קאַריערעס. און -- ווי אַנדערש איז געווען יעדנס לעבן! וויפֿל אָפּציעס זײַנען דאָ אויפֿן וועלטל! וויפֿל פּראָבלעמען זײַנען דאָ צו באַזיגן און ווי ווייניק צײַט איז פֿאַראַן! לא עליך המלאָכה לגמור ולא אַּתה פֿויליאַק. דאַרף איך סײַ פֿאָרזיכטיק אַדורכטראַכטן די אונטערשיידן וואָס איך קען מאַכן, סײַ בלײַבן בטוח אַז טיר און טויער בלײַבן אָפֿן, ניט געקוקט אויב מע גייט מיט אומקאָנווענציאָנעלע וועגן.
דאָס אַלץ: בילאַנצירט אין דין, אמת און שלום; מיט תורה, עבודה און גמילות-חסדים. אַ שאָד אָבער, וואָס קיין "הילכות-לעבן-דיזײַן" איז ניטאָ אין שולחן-ערוך . . .
יום רביעי, מרץ 21, 2007
הירשם ל-
תגובות לפרסום (Atom)
אין תגובות:
הוסף רשומת תגובה