אַ פֿרײַנד האָט מיר געגעבן צו וויסן, אַז געדרוקט האָט מע אין אַלגעמיינער זשורנאַל אַ שטיקל מײַנס וועגן דעם "אײַ-סי-יו", אלא וואָס, מחמת איזה סיבה האָט מען עס ניט איבערגעגעבן אויפֿן וועב. מילא, איך קען עס פּאָסטן דאָ:
אַ סך היינטיקע אידן קענען עמעצן וואָס איז אַ מאָל געלעגן אינעם "איי-סי-יו". שטעלט זיך די פֿראַגע: צי איז לטובה אָדער לרעה די "אינטענסיווקיייט" פֿון "אינטענסיוו קייר יוניט"? ווען דאַרף מען שטעלן אַ סוף-פּסוק און זאָגן גענוג שוין - מע קען ניט היילן, מע דאַרף בעסער לייגן דעם טראָפּ אויף דעם ענדגילטיקן סוף? ווען ווערן די בעסטע כוונות פֿון די דאָקטוירים ניט קיום-המיצווה פֿון רפּא ירפּא נאָר מניעות פֿון אָ רויקן ענד? און וואָס איז די ראָלע פֿון די משפּחות -- אָפּצושלאָגן דעם זיכערן טויט, אָדער בלית-ברירה שטייען אויף דער זייט, אָן כוח צו טאָן גאָרניט? וואָס איז די ראָלע פֿון משפחות וואָס זיינען ניט-ווילנדיקע "געסט" אין איי-סי-יו, און ווי קען מען פּלאַנירן פֿאַר מע מוז אַריין?
דאָ וועל איך איבערגעבן ניט די חיזוק-ווערטער פֿון אַ רב, ניט די האַרבע דיבורים פֿון אַ דערפֿאַרענעם איי-סי-יו דאָקטער, נאָר די איינדרוקן פֿון אַ פּשוטן מעדיצינישן אינטערן (רעזידענט פֿון ערשטן יאָר), וואָס אַרבעט אַ מאָל אין איי-סי-יו און האָט וואָס צו זאָגן לשם באַלאַנץ און לשם עצות.
איינס באַמערקט זיך תיכף-ומיד ווען מע אַרבעט אינעם "איי-סי-יו." ס'איז אַ וועלט פֿון אַן איינציקן געבאָט: "איר מוזט כסדר עפּעס טאָן." קודם טאָן, און שפּעטער פֿרעגן. אייער זיידע - רחמנא לצלן -- ווערט וואָס שוואַכער פֿון אַ לונגען-אָנצינדונג -- און מע ברענגט אים צו פֿירן אין איי-סי-יו, אַפֿילו ער האָט אין דער זעלבער צייט צען אַנדערע מחלות וואָס מע וועט ניט אויסהיילן. און ער איז קיין עין-הרע כמעט אַריין אין די ניינציקער. איז אַ שפּיטאָל בכלל דאָס ריכטיקע אָרט פֿאַר אים - און דער איי-סי-יו על-אַחת-כמה-וכמה? מע שטעלט ניט די פֿראַגעס, מע ברענגט אים צו פֿירן מיט דער שנעלקייט פֿון אַן אַמבולאַנס און די אַגרעסיווקייט פֿון אַ מחנה שטורעם-חיילות. און אַז מע שטעלט זיך יאָ פֿרעגן אַזוינע האַרבע קשיות, ווערט מען גערופֿן אַ פֿאַרראַטער, אַ שטיצער פֿון "רחמנות-מאָרד" אָדער נאָך ערגערע זאַכן.
אָט זיינען אַ פּאָר קשיות וואָס מע וואָלט געדאַרפֿט פֿרעגן -- ביי זיך אַליין אָדער ביי די עלטערן, ווען "מע" צי יענער ליגט שוין אין שפּיטאָל אָדער ווען איז נאָך בקוו-הבריאות -- וועגן וואָס מע וויל. עס קען זיין, אין אייערע קרייזן, אַז די דאָזיקע ענינים מוז מען אַרומרעדן, אָדער פּראָסט-און-פּשוט איבערגעבן, אַ פּוסק. נאָר אויך ווען מע האָט צו טאָן מיט אַ פּוסק דאַרף מען האָבן אין זינען וואָס מע וויל.
1. ווי באַקוועם זיינען מיר מיט אַן איי-סי-יו? קען זיין אַז איר זייט קיין מאָל ניט געווען אין אַזאַ אָפּטיילונג. אויב איר האָט ווייטערע קרובים וואָס ליגן חלילה אין אינטענסיווער אָפּטיילונג, נעמט די טרויעריקע "געלעגנהייט" צו זען וואָס דאָרטן טוט זיך. גייט זען די מאַשינען, די טרייבלעך, און (מאידך גיסא) די מוראדיק שאַרפֿע און עפֿעקטיווע קראַנקן-שוועסטערס און דאָקטוירים. פּרואווט פֿארשטיין אייערע אייגענע איינדרוקן, זייט אָרנטלעך מיט זיך אַליין וועגן אייערע געפֿילן. רעדט וועגן זיי, אויף וויפֿל עס לאָזט זיך, מיט רבנים און דאָקטוירים. איר וועט זײן איבערראַשט וויפֿל מע וויל העלפֿן און אַרומרעדן.
2. וויפֿל צייט וואָלט איר "געוואָלט", אייער קרוב זאָל ליגן אין איי-סי-יו? אַוודאי וויל קיינער ניט, אַז עמעצער זאָל ליגן אין "אָפּטיילונג". וואַרשיינדלעך אָבער, אַז מע נעמט אין באַטראַכט די הצלחות פֿון היינטיקע מעדיצין, און וויפֿל מיר אידן פֿאַרלאָזן זיך אויף דאָקטוירים, אַז אייער זיידע אָדער עלטער-באָבע וועט דאָרט ליגן. מע וועט אים/זי פֿארבינדן צו די היי--טעקססע מאַשינען וואָס גיבן-צו חיי-שעה בעת זיי נעמען-צו רו. און דער דאָזיקער טרויעריקער מצב קען זיך ציען חדשים לאַנג דורך פֿילע רונדערס אַריין און אַרויס פֿון שפּיטאָל. מוזט איר, פֿריער ווי שפּעטער, אַרומרעדן מיט אייערע ליבע וואָס זיינען שוין אין די יאָרן און פֿרעגן זיי וואָס זיי ווילן. מיט די ידיעות קענט איר דעמאָלט טראַכטן וועגן --
3. ביי וועלכן רב ווילט איר פֿרעגן די שאלות, און ווען ווילט איר זיי פֿרעגן? אויב איר לייענט דאָס, אויב איר לייענט בכלל דעם אַלגעמיינער, איז וואַרשיינדלעך אַז איר זייט אַ פֿרומער איד. מסתמא איז אייער פֿרומקייט אַנדערש פֿון מיין פֿרומקייט. פֿונדעסטוועגן אָבער, איז איין זאַך אמת: איר פֿרעגט ניט אַ שאלה ביי אייער רב יעדן רגע פֿון טאָג און נאַכט. טייל באַשלוסן מאַכט איר אַליין, און איר ווייסט פֿון פֿריער, ווען איר זייט שוין גרייט צו פֿרעגן אַ שאלה, ביי וועלכן רב איז כדאַי צו פֿרעגן, און ביי וועמען איז אַרויסגעוואָרפֿענע צייט.
אַז איר האָט שוין די פֿראַגעס אין קאָפּ, לייג איך פֿאָר איר זאָלט טראַכטן וועגן זיי. בשעת איר טראַכט, האַלט אין זינען די מעשיות פֿון מענטשן וואָס איר האָט ליב געהאַט וואָס זיינען אַוועק, און ווי אַזוי זיי זיינען געשטאָרבן. פֿרעגט ביי זיך: צי וויל איך שטאָרבן אַזוי? אָדער אַנדערש?
דאָס קומעדיקע מאָל ווען איך שרייב וועגן דער טעמע וועל איך אי"ה קומען מיט אייגענע מעשיות פֿון חולים וואָס כ'האָב געטראָפֿן, וועגן "גוטע טויטן" און "שלעכטע טויטן", וועגן אומגליקן און - פֿאַר וואָס ניט? - נסים און ברכות וואָס האָבן זיך געטראָפֿן אין דעם איי-סי-יו, ווו אַלץ קען זיין "אינטענסיוו", אַפֿילו דאָס אַוועקגיין אין דער אייביקייט.
אין תגובות:
הוסף רשומת תגובה