טײַערע וויקי-ייִדן, איר זײַט מיר ליב און טײַער, נאָר טוט מיר אַ טובה -- דזשאָו ליבערמאַן איז ניט "די גרעסטער פאוער בראוקער אין אמעריקא"! ניט געשטויגן. אפֿילו ניט געגאַנגען צו פֿוס, שוין אָפּגערעדט פֿון "ניט געפֿלויגן".
נאָך עפּעס: איר פֿאַרשטייט כאָטש ווי מאַדנע און . . . אומהיימלעך ס'איז צו רופֿן דעם "פֿריילעכן" פּאַראַד אין ירושלים דעם "תועבה"-פּאַראַד?
אַ מאַל דאַכט זיך אַז צווישן אונדז שטייט אַן אײַזערנע מחיצה. (פּונקט וואָס לייזער בורקאָ שרײַבט אין הײַנטיקן פֿאַרווערטס -- נאָך ניט קיין לינק -- וועגן זײַנע איבערלעבענישן וווינען אין באָראָ-פּאַרק.)
יום חמישי, נובמבר 09, 2006
הירשם ל-
תגובות לפרסום (Atom)
נו צוליב דעם איז דאך דאס גערופען וויקי זאלסט דאס קענען טוישן.
השבמחקשלום,
השבמחקלגבי ליבערמאן'ס כוח נעם דיין טענה צו די מידיע, סך הכל האט וויקיפעדיע גלינקט צו די נייעס אוטלעטס וואס האבן אים געקרוינט אלס פאוער בראוקער, אינקלודינג די ניו יארק טיימס וואס איך גלייב נישט דו האסט מער פיינט זשאו ליבערמאן ווי זיי.
דא האסטו איין עקזעמפל פון סיביעסניוז.
אבער אלע האבן די זעלבע געשריבן.
http://www.cbsnews.com/stories/2006/11/05/ap/politics/mainD8L6KFGO0.shtml
לגבי די מארטש צו דאס איז א ליבליכער אדער א תועבהדיגער?
השבמחקזייט ווען זעהט איר אין דעם א סתירה?
תועבה איז אייביג געווען ליבליך און דאך האט דאס די תורה אזוי גערופן צוליב דעם וואס דאס איז קעגן גאט'ס נאטור.
דא האסטו די טיימס וואס האט זיך געבעטן ביי אירע ליבעראלע ליינער צו ארויסוויילן ליבערמאן איז מודה אז זיין כוח וועט איצט גאר די שטארקסטער צוליב דעם וואס ביידע פארטייען וועלן זיך ביקען און בעטן צו אים אויף יעדע אישו
השבמחקhttp://www.nytimes.com/2006/11/08/nyregion/08lieberman.html?_r=2&adxnnl=1&oref=slogin&adxnnlx=1162985422-2FYEZqBb7m9OMFHDWvOlgg&oref=slogin
װאָס הײסט „גײס” ? גײז
השבמחק?
אין די ארטיקל "שטאלץ פאראד" ווערט נישט דערמאנט "תועבה". איך קאנטראליר נאר אויף די ארטיקלען און נישט אויף די נייעס ווייל אונדזער ציל איז צו בויען אין יארן ארום אן ענציקלאפעדיע און די נייעס איז נאר א מיטל צו אריינבריינגען נייע מיטטיילערס. ווען אין די ארטיקלען ווערן דערמאנט "תועבה" טויש איך דאס גערן צו "שטאלץ". און "שמוץ" צו "געשלעכט" אא"וו.
השבמחק