איך דערמאָן זיך אין מײַן ערשטער אַקאַדעמישער קאָנפֿערענץ, וואָס איז פֿאָרגעקומען מיט זיבן-אַכט יאָר צוריק. כ'בין אַרומגעגאַנגען אין אַ מצבֿ ערגעץ צווישן פּריטשמעליעט און באַוווּנדעריש. נאָר איין רעדנער, האָב איך געוווּסט, איז מער ווי אַ ביסל גערירט. ער שטייט בײַם שטענדער, גאַנץ ערנצט, און רעדט וועגן דער (בײַ אים) קאָנקרעטער מעגלעכקייט, אַז ביאָ-טעראָריסטן זאָלן פֿאַרכאַפּן און פֿאַרשפּרייטן מוסטערן פֿון טייטלעכע ווירוסן כּדי אַרויסצורופֿן אַ קאַטאַסאראָפֿע. ווי אויסטערליש האָט דאָס געקלונגען!
פֿאַרשטייט זיך, אַז יענע קאָנפֿערענץ האָט מען אָפּגעהאַלטן אין די נאַיִווע, רעלאַטיוו זאָרגלאָזע טעג פֿאַר "נײַן-עלעווען." און איך בין נאָך געווען אַ סופּער-נאַיִווער גראַדויִר-סטודענט.
איצט ווייסט יעדער אַז מאַסן-אומגליקן, זאָלן זײַן טעראָריסטישע צי סטיכישע, זײַנען אַ לעבנספֿאַקט, דאַרף מען שוין אין פֿאָרויס פּרוּוון אויספּלאַנירן ווי אַזוי די געזונט-אינסטאַנצן זאָלן זיך אָפּרופֿן אין אַזאַ פֿאַל. דער ניו-יאָרקער שטאַטישער געזונט-דעפּאַרטמענט האָט אין שײַכות דערמיט לעצטנס אַרויסגעגעבן אַ פּלאַן כּדי צו באַשטימען דעם אָפּרוףֿ אויף אַן אינפֿלוענצע-עפּידעמיע.
דאָ גייט די רייד ניט וועגן דעם געוויינטלעכן פֿלו וואָס ברענגט מיט אַ קאַפּעדיקער נאָז, אַ הוסט, און אַ פּאָר טעג אין דער היים לעבן דער טעלעוויזיע און אַ שיסל יויך. ווען מע פּאָרט שוין צוזאַמען די ווערטער "פֿלו" און "עפּידעמיע" (דאָס צווייטע איז נאָר חל אויף אַ ברייט-פֿאַרשפּרייטער קראַנקייט אין אַ געוויסע ראַיאָן) האָבן מיר צו טאָן מיט דעם אינפֿעקטיוון שרעקן פֿוּן הײַנטיקן יאָרצענדליק: דעם פֿייגלפֿלו, דעם אומבאַשטעלטן אימפּאָרט פֿון אַזיע.
לאָמיר לאָזן אין אַ זײַט דעם שמועס איבער דעם, צי אַזאַ פֿלו איז טאַקע אַ ממשתדיקע סכּנה. עס קען זײַן אַז ניט, באַזונדערש צוליב דעם, וואָס די צאָל פֿאַלן טייטלעכע פֿייגלפֿלו צווישן מענטשן פֿאַרקלענערט זיך יעדע יאָר זינט 2006, און דער "סופּערווירוס" וואָס האָט פֿריֵער אָנגעוואָרפֿן אַ שרעק אויף געזונט-פּראָפֿעסיאָנאַלן איז דאַכט זיך נאָך ניט אויפֿגעקומען.
דאָס הייסט ניט אָבער אַז מע מעג זיצן מיט פֿאַרלייגטע הענט. מע דאַרף פּלאַנירן. און צו זײַן אַ חכם - ניט דערנאָך, נאָר הײַנט, מיינט צו זײַן אַ רואה את הנולד, פֿאָרויסצוזען מעגלעכע פּראָבלעמען. די דאָזיקע פּראָבלעמען נעמען אַרײַן ניט נאָר מעדיציננישע נאָר אויך עטישע פֿראַגעס. אויב עס בושעוועט אַן עפּידעמישער פֿלו, ווערן טייל פֿון די ערשטע קרבנות די עלטערע און פֿריִערדיק קראַנקע וואָס וועלן לײַדן פֿון שווערע אָטעם-פּראָבלעמען. סײַ הײַנט, סײַ אין אַזאַ אומגליק ווי אַ פֿלו-עפּידעמיע וואָלט געפֿעלט גענוג אָטעם-מאַשינען, כּדי יעדער פּאַציענט וואָס דאַרף זיי האָבן זאָלן זיי באַקומען.
מיט איין וואָרט: מע וועט דאַרפֿן ראַציאָנירן. און ד"ר טיִאַ פּאַועל, אַ באַאַמטע פֿון דעם ניו-יאָרק שטאַטישן געזונט-אָפּטייל און אַ מומחה אין דער מעדיצינישער עטיק, האָט אָנגעהויבן טראַכטן וועגן דעם. ווי אַזוי טיילט מען אויס די דאָזיקע אַטעם-מאַשינען? ווער ועט מאַכן אַזוינע באַשלוסן? וואָס זײַנען די יסוד-פּרינציפּן?
אין אַן אַרטיקל אין ניו-יאָרק טײַמס ווערן אויסגערעכנט די ראָשי-פּרקים פֿון דער סטראַטעגיע, וואָס די מיטגלידער פֿון איר קאָמיטעט האָבן אויסגעאַרבעט. זיי זײַנען הלכה-למעשׂהדיקע פֿירלייגן פֿאַר אַ ניט-געוווּטשענעם נויטפֿאַל, וואָס מע וויל זיך בעסער ניט אַרײַנטראַכטן אין דעם.
דער שווערסטער פּונקט אויפֿצוהייבן איז אָט וואָס: די גרופּע לייגט פֿאָר אַז ס'וואָלט ניט געווען רעקאָמענדירלעך געבן אָטעם-מאַשינען די גאָר אַלטע און קראַנקע, ווײַל דווקא זיי וועלן מסתּמא ניט איבערלעבן דעם אויסבראך פֿון פֿלו-עפידעמיע .אין דעם פאל וואָלט געווען די גרעסטע עבֿירה צוצובינדן צו אן אָטעם-מאַשין אַ מענטש וואָס מע קען ניט אָפּבינדן ווײַל ער וואָלט דאָס ניט איבערגעלעבט. בקיצור, מוז מען ראַציאָנירן די אָטעם-מאַשינען, באַשליסן וועלכע קריטעריעס מע וועט ניצן צו באַשטימען מי יחיה ומי ימות.
מיט וועלכע קריטעריעס וואָלט מען געווען מעדיציניש ניט פּאַסיק געבונדן צו ווערן צו אַן אָטעם-מאַשין? לויט דער גרופּעס רעקאָמענדאַציעס: אָפֿטמאָליקע האַרץ-אָפּשטעלונגען, פֿאַרשפּרייטער ראַק, אָדער ערנצטע ברען-וווּנדן. דערעיקר אָבער (שטרייכט אוטער די גרופּע) איז ניט די רשימה קריטעריעס נאָר דער פּראָצעס פֿון דיסקוסיע וואָס דאַרף פֿאָרקומען אַרום דער דאָזיקער-פּלאַנירונג. צווישן אַנדערע דאַרף מען אַרומרעדן די דאָזיקע האַרבע קשיות: צווישן די וואָס זײַנען יאָ (לויט די אויבן דערמאָנטע קריטעריעס) פּסיק געבונדן צו ווערן צו אַן אָטעם-מאַשין אין פֿאַל פֿון אַ פֿלו-עפּידעמיע, ווער זײַנען בילכער - די ייִנגסטע צי די עלטסטע? די וואָס האָבן די מערסטע יאָרן אין דער צוקונפֿט, צי די, וואָס זײַנען מסתּמא די קרענקסטע און "דאַרפֿן" מער געראַטעוועט ווערן?
די דאָזיקע דיסקוסיע דערמאָנט אין די קלאַסישע ייִדישע מקורים וואָס רעדן אַרום ווי אַזוי אויסצוטיילן קנאַפּע מעדיצינישע רעסורסן (זע דעם אַרטיקל פון משה סאָקאָל אין דעם זשורנאַל פֿון פֿאַרבאַנד פֿון ייִדישע לימודים פֿון 1990). פֿאַראַן אָבער אַן אונטערשייד צווישן די קלאַסישע הלכהשע דיסקוסיעס און די דאָזיקע מעדיצינישע-עטישע פֿראַגעס: כאָאש די דאָזיקע מעשׂיות (למשל די באַרימטע אין בבֿא-מציאה וועגן איין וואַסערפֿלאַש פֿאַר צוויי מענטשן אין מדבר) האָבן צו טאָן מיט אַ רעסורס וואָס וועט באַשטימען לעבן אָדער טויט. אין דעם פֿאַל אָבער האָט מען צו טאָן מיטן אויסטיילן אָטעם-מאַשינען. דאָס באַשטימט ניט קליפּ און קלאָר לעבן אָדער טויט, נאָר די צאָל יאָרן וואָס מע וועט (אפֿשר) דערגרייכן. איז דאָס אַ ביסל מער קאָמפּליצירט ווי טיילן זיך מיט איין וואַסערפֿלש אָֿדער וועמען צו ראַטעווען פֿון געפֿעקנקעניש (ביידע סוגיות אין דער גמרא).
ביז די דאָזיקע קשיות ווערן ניט אײַנגעזעצט קען מען דערווײַל נאָר מסכּים זײַן מיט דער רעקאָמענדאַציע, אַז באַשטימען אין פֿאָרויס דאַרף מען ספּעציעלע מומחים, וואָס וועלן זיך אָפּגעבן (אין פֿאַל פֿון אַן אמתער פֿלו-עפּידעמיע) מיט די עטישע-ראַציאָנירונג-פֿראַגעס. און לאָמיר ניט האָבן אַזעלכע צרות

יוש רעב שלום'קע איך ווער צעפלאצט זעקס ציינער שוין פארלארן בשעתן זיך הארגענען די געהירן צו ליינען דיין לאנגען תורהלע אויף ספאניש אידיש.
השבמחקשוין שוין אפשר שטעלסטו אן ענגלישן לינק צום ניו יארק טיימס ארטיקל פון וואס דו רעדטס?
א דאנק פון פארויס.
מזל טוב פאר דיין נייע געבוירענע קינד זאלסט זעהן פיל נחת מיטן ווייב אינאיינעם געזונדערהייט עד מאה ועשרים שנה!
געשטעלט דעם לינק. נאָר בתּשובֿה:
השבמחק"ספּאַניש ייִדיש"? דאָס איז נײַ.
איינע פֿון מײַנע פֿיל שרײַבערישע חיסרונות איז צו שרײַבן ניט גענוג קלאָר. ביטע גיט מיר צו וויסן וועלכע פֿראַזעס/אויסדרוקן/ווערטער האָבן מיט זיך פֿאָרגעשטעלט די גרעסטע שוועריקייטן.
בפֿרט לשם נײַגעריקייט וואָלט איך געפֿרעגט, צי איר האָט זיך באַנוצט מיט אַ ווערטערבוך? אַזוי טוען "אַפֿילו" געבילדעטע לייענערס פֿון ענגליש וואָס טרעפֿן אָן אויף אַ וואָרט וואָס איז זיי נײַ אָדער פֿרעמד. אויב ניט - פֿאַר וואָס ניט?
אַ דאַנק פֿאַרן תּגובֿה.
איז אזוי די 2 ווערטערביכער אנליין זענען פון וויינרייך און פון הארקאווי.
השבמחקהארקאווי'ס איז צו אלט דערפאר האט דאס נישט די 'נייע' מעדעצינישע טערמינען פון וואס דו שרייבסט.
די וויינרייך איז דאך אן אידישיסטישער באצווינגער וואס די חסידים זענען ביי אים נישט געווען עקזעסטירענד. - און איר אנליין פארעם איז אויך זייער ארים.
צום לעצט דארף איך נישט קיין ווערטערבוך ווייל מיר באנוצען אויף כמעט אלע מעדעצינישע טערמינען דאס ענגלישע ווערטער דערפאר.
די ווערטער וואס דו שרייבסט איז אייגן'ס-געמאכטע און קיינער פון די היינטיגע אידיש רעדענדיגע וואס זיי זענען אלע חסידים נוצן דאס נישט.
אבער א דאנק פארן פאוסטן די ענגלישע ווערסיע
א גוטן מועד (האט דען דיין אידישיסטישער אויסגעשפילטער ווערטערבוך א טייטש אויף דעם אידישן וואונטש?)