דער בלאָג לענגועדדזש-העט (וואָס כ'לייען ממש יומם-ולילה) האָט לעצטנס איבערגעגעבן די בשׂורה-טובֿה אַז דאָס אָקספֿאָרדער ענגליש-ווערטערבוך האָט דערהײַנטיקט די עטימאָלאָגיע פֿאַרן באַרימטן "עף-וואָרט." שטעלט זיך די פֿראַגע: ווי זאָגט מען פֿאָק אויף מאַמע-לשון?
ראשית-חכמה דאַרף מען אַוודאי מאַכן פּינקטלעכער. וואָס מיינט עס טאַקע צו זאָגן "ווי זאָגט מען [אַ געוויס וואָרט]"? מע קען זוכן דאָס וואָרט וואָס דינט די זעלבע פֿונקציעס (נוצן) אויף דער געוווּנטשענער שפּראַך. פֿאַרן דאָזיקן וואָרט איז דאָס אָבער ניט גרינג, ווײַל (ווי ענגליש-רעדערס ווייסן) איז פֿאָק נוצלעך, און ווערט באַניצט, אין כּפֿל-שמונהדיקע קאָנטעקסטן. וועל איך זיך באַגרענעצן צו דער טעמע: וואָס ניצט מען אויף ייִדיש אין דעם קאָנטעקסט, ווען מע רופֿט אויס "פֿאָק!" אויף ענגליש?
איך רעד דאָ (פֿאַרשטייט זיך) בתּורת פּוק חזי, דאָס הייסט דעסקריפּטיוויסט, ניט נאָרמאַטיוויסט.
אויף העברעיֵש, למשל, איז מער ווייניקער קלאָר (פֿון דעם אָקספֿאָרדער העברעיִש-ענגליש-ווערטערבוך, ווי אויך דורך תּורת-גוגל) אַז דער עקוויוואַלענט איז "כּוס אמק", כאָטש דאָס דינט אַ ביסל אַ ברייטלעכן פֿעלד (דער טײַטש דערפֿון איז ניט . . הם . . . סאַלאָן-פֿעיִק), כאָטש טיילמאָל באַניצט מען זיך טאַקע מיטן אַמעריקאַנישן "פֿאָק". ("שיט" איז אויך ניט אומגעהערט בײַ דובֿרי-עבֿרית, כאָטש דאָס איז שווער צו גוגלען צוליבן פּלאָנטערניש מיט שַיָט, טײַטש "זעגלערײַ". "בולשיט" איז גרינגער צו געפֿינען, ווי די וועלט ווייסט.)
מיר דאַכט זיך, אַז דאָס וואָרט וואָס אַ ייִדיש-רעדער וואָלט אויסגערופֿן אין אַ פּאַסיקן קאָנטעקסט (צום בײַשפּיל, מע גיט אַ זעץ מיטן האַמער אויף דער גראָבער פֿינגער) איז טאַקע - פֿאָק.
נאָר וואָס זשע מיינט איר?

גאנץ פיין שלום, זייער א גראטענעם ארטיקל.
השבמחקאיך האב דווקא געקלערט וועגן דעם אויך (נישט נאר דער ספעציפישן ווארט נאר אזעלכע אויסדריקן).
און איך בין נישט הונדערט פראצענט מסכים מיט אייך. איך פרעג אייך - אין פוילן און ליטא, האבן זיי נישט געהאט קיין שעלטן-ווערטער? איז דאס ניישט א טייל פון דער רייכטום פון יידיש וואס מיר ווילן באלעבן אין טאגטעגליכן לעבן? מע קען אלעמאל אריינמישן אן ענגלישע ווארט, אבער ס'טויגט נישט אז ס'קומט אנשטאט אן עכטער יידישער...
ס'איז שיין צו זעהן ווי הער דאקטאר מיניסטער שאלאם זאכארארי בערגער איז פארנומען מיט אזעלכע קינדערישע נארישקייטן.
השבמחק... און דאס הייסט שוין אויפגעקלערט און געלערנט.