ווי געוויינטלעך איז בײַ מיר סײַ דאָס סײַ יענץ. איך גלייב אַז אישוס זײַנען וויכטיק, און אידעאָלאָגיע/פֿילאָסאָפֿיע/צוגאַנג איז ניט מוותּר צו זײַן באַזונדערש ווען עס גייט די רייד וועגן דעם גורל פֿון אַזאַ לאַנד ווי אונדזערס. צוריקגערעדט אָבער ווייסט יעדער מענטש אַז די פּערזענלעכקייט קען פּועלן ווען שיינע רייד (אָדער שיינע געדאַנקען) טוען גאָרניט אויף.
אַ מאָל איז פּשוט שווער צו וויסן ווען דער עיקר איז מידות און ווען ס'איז מעשׂים. סײַ אָבאַמאַ סײַ הילאַרי וואָלטן געווען ערשט-קלאַסיקע פּרעזידענטן. פֿאַראַן קליינע אונטערשיידן אין זייער פּאָליטיק און גרויסע אין זייער פּערזענלעכקייט. כ'הייב ניט אָן צו וויסן וועלכע זײַנען מער וויכטיק. הילאַרי האַלט אַ לאַנגווײַליקע דרשה. איז וואָס? איר מאַן איז אַ מאָל פֿאַרמישט געוואָרן אין ניט-איבער-כּשרע געשעפֿטן. פֿוּן זײַן זײַט איז אָבאַמאַ אויך געווען פּאָני-בראַט מיט עמעצן פֿון שיקאַגעס גרעסטע דלות-פּריצים.
(איין זאַך איז יאָ קלאָר. מק'קיין איז אַ סאָלידער מענטש. אַ שאָד וואָס ער איז אַ רעפּובליקאַנער.)
אפֿשר קענט איר מיר איבערצײַגן פֿאַר וועמען צו שטימען...

דער בערגער מנובל האט נאך אלטס נישט געלינקט צום חרדישן נייעס פלאץ
השבמחקדער דעילי איד!
זאל יעדער זעהן ווער ער איז!
If you think McCain has a correct pesonality, why wouldn't you vote for him? Have you pledged to the Democaratic party? Or is it that NY has a closed primary?
השבמחקBy the way, the Rabbis issued a "patwa" not to vote for candidates supporting gay marriage my choice was limited between Romney, Paul, and Huckabee.
ווײַל כ'האַלט ניט פֿון זײַן פּאָליטיק, דהיינו כ'בין אַ דעמאָקראַט.
השבמחק