אין הײַנטיקן פֿאָרווערטס, כאָטש נאָך ניט אָן-לײַן.
אַ שבת, וואָס יעדער קען מסכּים זײַן דערמיט
וועגן שבת איז דאָ ווייניק וואָס פֿאַרשריבן שוואַרץ-אויף-ווײַס אין ישׂראלס געזעצן-רעקאָרד. ניט אין קאָנסטיטוציע ווײַל - ישׂראל האָט ניט קיין קאָנסטיטוציע. ניט אין די "תּוך-געזעצן" אויך ניט, ווײַל, ווי געוווסט, איז דער איצטיקער געזעלשפֿטלעכן צוגאַנג לגבי שבת באַזירט אויף וואָס ווערט גערופֿן דעם "גרויסן קאָנסענסוס". כאָטש דאָס איז מסתּמא אַ פֿאַלשער טערמין. (וועגן די טעכנישע פּרטים, דאָס הייסט, ווער עס מעג יאָ אַרבעטן שבת על-פּי געזעץ, ווערט יאָ געבראַכט אין דער לעגיסלאַציע, נאָר דאָס איז אויסער די גרענעצן פֿוּן דעם אַרטיקל.) יענער "קאָנסענסוס" איז דערמיגלעכט געוואָרן בשעת די פֿריסטע יאָרן פֿון דער נײַער מדינה, צווישן דער רעגירונג און די חרדים. זינט דעמאָלט אָבער האָבן זיך פֿאַרברייטערט די שפּאַרונקעלעך אין דער ברעטער פֿון דער געזעלשאַפֿט אויף ריזיקע תּהומען. לעצטנס האָט אַ ישׂראלדיקע כּלל-אָרגאַניזאַציע, צוזאַמען מיט אַ זיך-וואַקסנדיקער צאָל שטיצערס אין לאַנד, זיך אונערגענומען מאַכן אַ רעפּאַראַטור.
לאָמיר אָבער אָפּטרעטן אַ מינוט און באַקוקן דעם ענין פֿון אַן אַלגעמיינעם קוקווינקל. וואָס פֿאַר אַ לאַנד וועט, אָדער דאַרף, מדינת-ישׂראל ווערן?
די שאלה איז ניט קיין פּוסטע, ווײַל "אַ ייִדישע! וואָס רעדסטו?" איז ניט קיין גענוגנדיקער תּשובֿה. פֿאַראַן אַ סך אופֿנים, ווי אַזוי אַ לאַנד ווי ישׂראל קען באַצייכנט ווערן ווי אַ יידישעס. אַרומגערעדט דעם ענין באַריכות האָט אין אַ צאָל אַרטיקלען און בוכקאַפּיטלען דער פּאָליטישער דענקער מײַקל וואַלצער, וואָס איז פֿאַרבונדן מיט פּרינסטאָן-אוניווערסיטעט און אַ באַוווסטער לינקער פֿילאָסאָף. ער הייבט אָרויס, אַז ישׂראל (אַ מעגלעכע ישׂראל) וואָלט מען געקענט רופֿן "ייִדיש" אויף אַ שטרענגערן און אַ לויזערן זין. לויט דעם שטרענגערן (אָדער "מחמירדיקן") וואָלט אַ ייִדישע מדינה נאָר געווען אַזאַ ווו אַ געוויסע טראַדיציאָנעלער, ייִדישלעכער באַגריף "
וואָלט געהייסן. די הלכה וואָלט געוויזן דעם וועג, און ניט-ייִדן וואָלטן במילא געווען צווייט-קלאַסיקע בירגערס (ווײַל גוייִם ווערן בדרך-כּלל דאָך ניט אַרײַנגענומען אין דער ייִדישער מלוכה על-פּי דין, סײַדן זיי נעמען אָן די שיבֿעה מיצוות בני נח).
אויפֿן צווייטן עק ספּעקטרום געגפֿינט זיך אַ ייִדישע מדינה לויט אַ ליבעראַלן צוגאַנג -- ווו ייִדישע סימבאָלן, אַ ייִדישע שפּראַך, און געוייסע אַנדערע ייִדיש-קולטורעלע עלעמענטן דינען ווי די באַשטאַנדטיילן פֿון דער מלוכהס ייִדישער אידענטיטעט.
פֿאַר וואָס אַ ליבעראַלער צוגאַנג בכלל? ווײַל ניט יעדער אין אַ מלוכה וועט מסכּים זײַן מיט (צום בײַשפּײַל) אַ חרדישער ייִדישקייט, כּדי באַרעכטיקטערהייט אַרויפֿצוצווינגען דאָס אויף אַלע ייִדן. און ניט אַלע ייִדן וואָלטן מסכּים געווען, אַז אַזאַ מלוכה זאָל דווקא הייסן "די ייִדישע מלוכה" ווײַל פֿון דעם וואָלט געווען אַרויסצודרינגען, אַז דאָס קען מען אָנרופֿן די ייִדישקייט מיט דער הא-הידיעה. דאָס הייסט, אַז מיטן סאַמע ייִדישן כאַראַקטער פֿון דער מדינה וואָלט אינדאָרסירט געוואָרן איר סאָרט יהדות.
צוריקגערעדט, דאַרף זײַן עפּעס אַ ייִדישע סימבאָליסטיק, אַניט וואָס איז דער שׂכל - פּראָסט און פּשוט - פֿון רופֿן די מדינה אַ ייִדישע?
בקיצור: אין פֿופֿציק יאָר אַרום וועט ישׂראל זײַן מער ווי פֿראַנקרײַך (ווו דער קירך איז אַ ניט-תּמיד-אָפּגעשאַצטער זכר פֿון אַמאָל) אָדער אירלאַנד (ווו דער קירך איז אַן אַקטיוויער, און אַמאָל אין פֿלוג אַפֿילו הערשוויליקער, שפּילער אויף דער פּאָליטישער בינע)?
אַפֿילו מער דראָבנע קענען זײַן די דעבאַטעס איבער מלוכהשע סיבאָליסטיק. ווי אַזוי קען מען פֿאַרשטיין כּשרות - הלכהשע חיוב אָדער קולטורעלער-רעליגיעזער סימבאָל? און אויב דאָס צווייטע, וויפֿל כּשרות דאַרף מען אַרויפֿצווינגען אויף יענעם כּדי אויפֿצוהיטן דעם סימבאָל? (גלאַט) כּשר פֿלייש? חסידישע שחיטה? בלויז חלב ישׂראל דערצו? אין לדבר סוף!
(און לאָמיר ניט אַרײַנגיין אין דער גאָר אָנגעווייטיקטער דיסקוסיע, וועגן דעם פּלאַץ פֿון ניט-ייִדן אין דער ייִדישער מדינה. ביז אַ געוויסער מאָס איז יושרדיק אײַנצופֿירן סימבאָלן וואָס רעפּרעזענטירן ניט די אידעאַלן פֿון גאָר אַלע תּושבֿים - למשל וואָלט געווען לעכערלעך אָנצוקלאָגן די רעגירונג וואַשינגטאָן פֿאַרן אײַנפֿירן דעם 25סטן דעצעמבער ווי אַ פֿעדעראַלער יום-טובֿ. נאָר הייסן אַלע אַראַבער פֿאַרמאַכן זייערע רעסטאָראַנען יום-כּיפּור וואָלט געווען איבער די מאָס. ווו צייכנט מען אָן די ליניע?)
ווי זשע געפֿינט מען אַן אויסוועג פֿון די פֿאַרפּלאָנטערטע, זיך-סותר-זײַענדיקע דעפֿיניציעס פֿון מלוכהשע ייִדישקייט? ווי אַזוי געפֿינט מען אַן ענטפֿער וואָס וועט נושׂא-חן זײַן בײַ ישׂראלים פֿון וואָס מערערע געזעלשאַפֿטלעכע שטריכן?
איז אַ ברכה, וואָס ישׂראל איז אַ דעמאָקראַטיע און ניט (ווי טייל וואָלטן מסתּמא געוואָלט) אַ טעאָקראַטיע, אָדער גאָר -- אַ לאַנד ווי אַמעריקע, וואָס האָט כּלומרשט אַוועקגעשטעלט אַ צעטיילונג-וואַנט צווישן רעליגיע און מלוכה, ווען אויפֿן אמת איז איין רעליגיע, פֿאַרן רובֿ תּושבֿים, געקניפּט און געבונדן מיט דער מאַיאָריטעט-קולטור, בשעת אַנדערע זײַנען אויב ניט שפֿל, איז זיכער פֿוּן צווייטן קלאַס.
צווישן די צוזאָגנדיקסטע אַנוויקלונגען פֿון דער ישׂראלדיקער דעמאָקראַטיע זײַנען די ערנצטע באַמיִונגען אַריבערצואוואַרפֿן אַ בריק צווישן די פֿרומע (אָדער חרדים) און פֿרײַע, ניט נאָר כּדי צו דערמעגלעכן אַ קאָ-עקזיסטענץ, נאָר פֿון ס'נײַ אַוועקצולייגן די יסודות פֿוּן דער מלוכה אויף אַ זיכערן אופֿן: גענוג ייִדישלעך צו זײַן ווערט דעם נאָמען "ייִדישע מדינה", נאָר אָן צו באַצווינגען ישׂראל-בירגערס נאָכצוגיין אַ געוויסער שיטה יהדות.
אין דעם פּרט מוז מען דערמאָנען די אַרבעט פֿון דעם "בונד גאַוויסאָן-מעדאַן" (אויף עבֿרית: אמנת גביזון-מדן), אַן אָרגאַניזאַציע וואָס שטייט הינטער אַ ריי געזעלשפֿטלעכע איניציאַטיוון אין שײַכות מיטן דאָזיקן ריס צווישן פֿאַרשיידענע ישׂראל-שיכטן. וועגן שבת איז זייער צוגאַנג אַזאַ: אַ מכריעדיקע רו פֿון דער ישׂראל-געזעלשאַפֿט האַלט, אַז שבת איז אַ וויכטיקער טאָג אין זייער לעבן, אין זינען פֿון רוען זיך פֿון דער אַרבעט און פֿאַרברענגען מיט משפּחה און פֿרײַנד. אויף אַזאַ קאָמפּראָמיס-באָדן קען מען פּרווון אונטערשיידן צווישן די געשעפֿטן וואָס זײַנען נייטיק צו בלײַבן אָפֿן שבת, און די, וואָס זײַנען ניט שבתדיק. אָפֿן וואָלטן געווען טראַנספּאָרט-מיטלען, פֿאַרווײַלונגס-לאָקאַלן, עסן-געשעפֿטן, און אַוודאי געזונט- און זיכערהייט-אַנשטאַלטן (פֿוּן שולן און בתּי-מדרשים שוין אָפּגערעדט!). פֿאַרמאַכט וואָלטן געווען מער קאָמערציעלע געשעפֿטן, למשל קליידערקראָמען און אַנדערע לאַחדים- פֿירמעס.
אין די פּרטים ליגט דער טײַוול, ווי מע זאָגט, און אַ סך טײַוולאָנים לאָקערן אַוודאי אויפֿן געזעץ-פּראָיעקט אין כּנסת (וואָס ביז די יום-טובים איז נאָך ניט פֿאַרפֿאַרטיקט געוואָרן). נאָר ווער וואָלט געמיינט אַז חרדים און פֿרײַע וואָלטן זיך צונויפֿגעקומען אין איין צימער כּדי מסכּים צו זײַ אויף אַ פּשרה לטובֿת שבת (ווי ס'איז געשען אין דער סעסיע כּנסת)? ס'איז ניט גר זאבֿ אם כּבֿשׂ נאָר ס'איז גאָרניט ווײַט.
אין תגובות:
הוסף רשומת תגובה