אַגבֿ דעם 12טן און דעם 26סטן (ביידע זונטיקן) דאַרף איך געבן שמועסן אויף ענגליש און ייִדיש בײַ דער קדימה-געזעלשאַפֿט וועגן די שײַכותן צווישן מעדיצין און ייִדישקייט. קומט און וואַרפֿט פּאָמידאָרן!
יום רביעי, יולי 01, 2009
איך פֿאָר אין מעלבורן
אַגבֿ דעם 12טן און דעם 26סטן (ביידע זונטיקן) דאַרף איך געבן שמועסן אויף ענגליש און ייִדיש בײַ דער קדימה-געזעלשאַפֿט וועגן די שײַכותן צווישן מעדיצין און ייִדישקייט. קומט און וואַרפֿט פּאָמידאָרן!
יום שלישי, מאי 19, 2009
דע בעל איז בראקען, רינג הארדער
אויף דער טיר האָט מען געהאַט צוגעקלעפּט אַ שילד מיטן אָנגעפּאַטשקעטן אויפֿשריפֿט: דע בעל איז בראָקען. רינג האַרדער.אַ פּאַראַדאָקס, האָט זיך סעמי געטראַכט. אויב דער גלאָק איז קאַליע, וואָס איז דער שׂכל פֿון בכלל געבן אַ דריק דערויף? און אויב עס האָט יאָ אַ שׂכל צו דריקן שטארקער, ווי זשע קען מען זאָגן אַז דער גלאָק איז קאַליע?
סעמי און מירל לערנען בחברותא...אין א פרעמדן ארט.
יום ראשון, מאי 17, 2009
אַ יאָר שוין אויף דער וועלט
דײַן ווייכינקער גוף, ווי אַ צוקערקע
ליגט מיר אויף די הענט.
דײַן שמייכל שוועבט מיר פֿאַר די אויגן
אַפֿילו דורך די הײַנטיקע טונקעלע טונעלן
וווּ מײַן געמיט פֿאַרברענגט.
איך דערוואַרט נסים פֿון דיר.
דאָס איז אַ ברכה
און איך צי עס ניט צוריק
אויס מורא פֿאַר מליצה.
איך האַלט פֿון מליצה
און דו ווערסט אַ ליד.
יום חמישי, מאי 14, 2009
די פּראָפֿעסיע האָט נאָך נישט באַװיזן צו פֿאַרנעמען אַלע מײַנע חושים
יום ראשון, מאי 03, 2009
געפערלעכע גרײזן װעגן חזיר-פלו
אין "דער אידישער װעלט" שרײבט מען אַז "די סוויין פלו (דבר אחר פלו) האט זיך שנעל צושפרייט אין לעצטע פאר טעג, בעיקר אין מעקסיקאו, וואו עס האט שוין אומגעברענגט איבער 100 מענטשען".
אפשר זאָל מען אַ ביסל אױספאָרשן אַן ענין אײדער מע נעמט זיך שרײבן װעגן דעם? דער אמת איז נישט אַזױ סענסאַציאָנעל, גאָט צו דאַנקען.
צו פּאַראַפראַזירן װאָס כ'האָב אָנגעשריבן אױף מײן ענגלישן בלאָג:
1 . ביז אַהער איז נאָך נישט קלאָר װי שלעכט עס קען װערן. אָדער - אַנדערש געזאָגט - צי ס'װעט װערן שלעכט בכלל. קען זײן אַז מיר האָבן דאָ צו טאָן מיט סתּם אַ פלו.
2 . די גרענעצן פון דער גענעטיק: כאָטש מע קען אָפּלאָדן די סעקװענצן פון דעם װירוס װײסן מיר גאָרנישט דערפון װעגן דעם װי אַזױ עס צעשפּרײט זיך און װײניק װעגן װי געפערלעך עס װעט װערן.
3 . דאָס אַלץ איז אַן אײזערנער בײשפּיל פון דעם, װי אַזױ מע טראַכט װעגן ריזיקעס. די דאָזיקע ריזיקע איז נאָענט און שרעקיק און דערפאַר צוגענגלעך צום מורא אױף אַן אפן װאָס װײניקער "צוגענגלעכע" ריזיקעס זײנען נישט (אױטאָ-עקצידענטן, מאַלאַריאַ).
צווייטער מאראטאן געווידמעט יידישער פאעזיע (דניאל גלאי)
צווייטער מאראטאן געווידמעט יידישער פאעזיע
תל-אביב 2009
טייערע פריינד
מיר פלאנירן דורכפירן אין תל-אביב דעם 24טן 25טן און 26טן דעצעמבער 2009, א מאראטאן געווידמעט יידישער פאעזיע, וואס וועט באשטיין פון יידישע לידער אין מקור און איבערזעצונגען "צו און פון" פארשיידענע שפראכן.
אויב איר פלאנירט צו באזוכן ישראל אין אט דער תקופה, אדרבא קומט און נעמט אנטייל אין אונדזער פראיעקט. גיט אונדז צו וויסן וואס גיכער און דעמאלט קאנען מיר פרווון אייך אריינשטעלן אין פראגראם.
ביטע , פארשפרייט די ידיעה צווישן פריינד און פאראינטערעסירטע.
מיט חברשאפט
דניאל גלאי – פארזיצער
יום שבת, מאי 02, 2009
יום שני, אפריל 20, 2009
אַמאָליקע יום־טובֿים: פּסח, 1996
אין כּמעט יעדער שטאָט אין מזרח־אייראָפּע בין איך געלאָפֿן צו דער חב"ד־שול. מ'איז דאָרטן געווען פֿרײַנדלעך, כּשר, בריייטהאַרציק מיט דער אַכילה, און גרייט אָנצובאָטן (אָדער אויסצוזוכן) אַ נאַכט־געלעגער.
אין קיִעוו זײַנען די גאַסן געווען באַביימערטע, ניסנדיק־פֿילפֿאַרביק, באַפּוצט מיט אַלטע לײַכט־קאָלירטע בנינים, און מיט נעמען נאָך גענאָדיצישע שׂונאי־ישׂראל.
סוף־כּל־סוף האָב איך זיך דערשלאָגן צו אַ דירה, מיט צוויי טשודאַקישע מיטוווינערס. (און איך בין גלײַך מודה, אַז סך־הכּל איז די צאָל טשודאַקעס געווען...דרײַ.) איינער אַ דינער לאָקש, מיט קוים־געצוואָגענע, צעלאָזטע האָר, אַלע מאָל מיט אַ בייסבאָל־קאַשקעט ("מעטס") אויפֿן קאָפּ. אַלע מאָל מיטן "יחי" אויף די ליפּן.
דער צווייטער אַ פֿעטער ישיבֿה־בחור, אָדער - פּינקטלעכער געזאָגט - האָט געזאָלט לערנען אין ישיבֿה אין "ארץ־ישׂראל" (די טערמין "מדינה" הערט מען קוים־קוים אין געוויסע קרײַזן) נאָר צוליב איזה סיבה איז זײַן פּאַספּאָרט אויסגעגאַנען און אים איבערגעלאָזט אויף הפֿקר אין אוקראַיִנע.
גערעדט האָט ער נאָר וועגן דרײַ זאַכן. א. געלט; ב. צוריקפֿאָרן אין ישׂראל, סטראַטעגיעס פֿאַר; און ג. קאָכערײַ.
ער איז געווען אָבסעסירט מיט קאָכן, אינגרעדיענטן, קוואַליטעט, מויל־געפֿיל, געווירצן. ניט אויף אַ פֿײַנשמעקערישן, סאַלאָנישן אופֿן, נאָר ווי דער זון פֿון דער אוקראַיִנעטשקע וואָס האָט אים געבוירן. געווען איז ער אַ גר, און זײַן גומען האָט געלעכצט נאָר נאָך די היימישע טעמען פֿון קיִעוו. ניט איין מאָל האָב איך געפּרוּווט אים דערקלערן, אַז אונדזערע ייִדישע אָבֿות האָבן גענומען זייערע קאָכערײַ גראָד פֿון זעלבן באָדן.
ער איז געקומען מיט מיר אין גרויסן קיִעווער שטאָטמאַרק כּדי צו פֿאַרזיכערן, אַז די מאַרק־פֿרויען זאָלן מיך ניט אָפּנאַרן.
אָנגעקומען פּסח, האָט ער מיך ניט געלאָזט אָנרירן אַ בעזעם אָדער אַ שמאַטע. ער האָט מורא געהאַט, אַז אַן אַמעריקאַנער ייִד וואָס לייענט טרייף־פּסול און דאַוונט זײַט בײַ זײַט מיט נשים קען נאָך פֿאַרחמצן זײַן דירה אויך. דאָס פּסכדיקע קאָכערײַ האָט ער מיר אויך ניט געלאָזט פֿאַרקאַליעשטשען.
איך געדענק ניט וואָס מיר האָבן געגעסן (ווי פּאַראַדאָקסאַל ס'זאָל ניט קלינגען) נאָר איך דערמאָן זיך אין דער נשמהדיקער צופֿרידנקייט וואָס האָט מיך אַרומגעכאַפּט נאָכן ערשטן ביס און מיך ניט פֿאַרלאָזט ביז הבֿדלה.
אויפֿן ערשטן סדר האָט זײַן מאַמע, די גויע, געבראַכט אַ ריזיקע אַרבוז. די ווײַן האָט ער זי ניט געלאָזט אָנרירן.
יום ראשון, אפריל 05, 2009
װי אַזױ לערנט מען חסד?
יום שישי, אפריל 03, 2009
יום רביעי, מרץ 25, 2009
שעכטער־אַזכּרה: ווי באַניצט זיך אַ ייִדישיסט מיט דער תּורה־ירושה?
מער קאָנקרעט האָט גערעדט שׂרה־רחל שעכטער, אַ מיטאַרבעטערין אין פֿאָרווערטס, וואָס האָט איבערגעגעבן עטלעכע זכרונות פֿון טאַטן און זײַן ניט־פּשוטער באַציִונג צו טראַדיציאָנעלער ייִדישקייט. איין מעשׂה וועט קענען דאָס באַלײַכטן. צו זיבעצן יאָר האָט שׂרה־רחל זיך אינטערעסירט אין רעליגיע, ווי אַ סך צענערלינגען, און איבערגעלייענט עטלעכע ביכער אויף דער טעמע. איז זי שפּעטער צוגעגאַנגען צום טאַטן און געפֿרעגט אים וואָס ער מיינט וועגן גאָט.
האָט ער אומגעדולדיק אַ זאָג געטאָן: "וואָס דרייט איר מיר אַ קאָפּ מיט די שאלות?! ווייסטו ניט אַז איך בין אַן אַטעיִסט?"
זי האָט דאָס ניט געוווּסט. "אויב אַזוי, טאַטע," האָט זי געפֿרעגט, "פֿאַר וואָס מאַכסט קידוש און המוציא יעדן פֿרײַטיק־נאַכטס?"
האָט ער געענטפֿערט: "צוליב אײַך!"
* * *
מער אַקאַדעמיש, נאָר ניט ווייניקער לעבעדיק, האָט גערעדט דוד־אליהו פֿישמאַן אויף דער טעמע "די פּראָבלעם פֿון רעליגיע און סעקולאַריזם בײַ וועלטלעכע ייִדישיסטן: אַ היסטאָרישן אַנאַליז." פֿאַר זײַן אויסגאַנגפּונקט האָט ער דערמאָנט אַ היסטאָרישע פֿאַרגלײַכונג צווישן די פֿאַרשיידענע שטראָמען פֿון ייִדישן נאַציאָנאַליזם. בשעת דער ציוניזם, כאָטש ניט על־פּי רובֿ אַ פֿרומע באַוועגונג, האָט געהאַט אַ פֿרומען פֿליגל (דער מזרחי) האָט דער ייִדישיזם קיין רבנישע צווײַג ניט געהאַט, פּשוט דערפֿאַר, וואָס פֿון דער שיטה האָבן זיך געפֿונען ווייניק אָפּקלאַנגען אין דער אַלטער טראַדיציאָנעלער ליטעראַטור.
די פֿראַגע איז אָבער, וואָס האָט דער ייִדישיזם געירשנט, אָדער געוואָלט ירשענען, פֿון דער רעליגיעזער קולטור. געקליבן ווי זײַן מוסטער האָט פֿישמאַן חיים זשיטלאָווסקי, וואָס האָט געמאַכט נע־ונד פֿון אידעאָלאָגיע צו אידעאָלאָגיע דורך זײַן גאַנץ לעבן. נאָר געבליבן איז ער כּסדר בײַ איין זאַך: כאָטש ער האַלט ניט פֿון דער טראַדיציאָנעלער רעליגיע (וואָס האָט אַרומגעכאַפּט אַ "פֿאַלשע וויסנשאַפֿט") און ער האָט ניט געגלייבט אין גאָט, האָט ער יאָ געהאַלטן פֿאַר נייטיק אָפּצושאַצן און דערקענען וווּ מע מעג אויסניצן די ירושה. "מיר מעגן אַלץ", האָט זשיטלאָווסקי געזאָגט. "מיר מעגן אַפֿילו טרויערן תּישעה־באָבֿ" און פּראַווען נאָך אַנדערע יום־טובֿים, אויב "מע געפֿינט אין זיי אַ מענטשלעכן געדאַנק." נאָר טייל זאַכן (למשל פּורים, וואָס ער האָט געהאַלטן פֿאַר "לײַכטזיניק") האָט ער געהאַלטן פֿאַר נייטיק אויסצוּוואָרצלען ווי דער גערטנער וואָס גייט אַדורך דעם גאָרטן פֿון דער טראַדיציאָנעלער רעליגיע כּדי אָפּצוטיילן סולת פֿון פּסולת.
אין דעם פּרט, האָט פֿישמאַן באַמערקט, איז זשיטלאָווסקי גאָר ענלעך צו יעדן מאָדערנעם ייִד, וואָס מוז אויסקלײַבן וואָס צו האַלטן, וואָס צוצופּאַסן, און וואָס צו פֿאַרלאָזן.
בײַם סוף האָט ער אָנגעצייכנט אַ פֿרוכטפּערדיקן קאָנטראַסט צווישן זשיטלאָווסקי און י.ל. פּרץ. בשעת זשיטלאָווסקי האָט דווקא געוואָלט אויסקלײַבן און ניט אויסגעמיטן האַרבע פּסקים, האָט פּרץ (טאַקע ווי דער ערשטער פֿאָרשלאָג אויף דער טשערנעוויצער קאָנפֿערענץ פֿון 1908) געוואָלט לאָזן איבערזעצן די הויפּטווערק פֿון דער רעליגיעזער ליטעראַטור פֿון לשון־קודש אויף ייִדיש, אָנהייבנדיק פֿון תּנך און מדרשים.
* * *
ס'איז מיר אויסגעקומען אַ שטיק געזונט צו זען ווי יוגנטרוף־מיטגלידער זײַנען אויך געווען אויף דער אַזכּרה. מע זאָגט, אַגבֿ, אַז דער ייִוואָ וועט אויפֿלאָדן דעם טעקסט פֿון די רעדנערס אויפֿן אינטערנעט.
יום שלישי, מרץ 24, 2009
משלוח-מחילות
נוצלעך אבער וואלט געווען צו האבן בשותפותדיקע מחילה-פעקלעך ערב יום-כיפור (אדער תעניתים) - מע זאל קענען פארשרייבן זיך אויף א רשימה אונטערן קעפל "חטאתי עוויתי פשעתי". א שאד, וואס ניט יעדער אין שול וואלט געקענט עפנטלעך מודה זיין צו זייערע עוולות...
יום שלישי, מרץ 17, 2009
איך אַרבעט בײַ אַ פּראַקטישע שטעלע
יעדע צען מינוט אָבער
טרייסלט זיך די ערד אונטערן שרײַבטיש
און געפּגרטע פּאָעטן שטעקן די קעפּ אַרויס
פֿון אַ רויכיקן גרוב.
איך קום צו גיין
יעדן טאָג באַצײַטנס.
נאָר אויף דער וואַנט צווישן קאָמפּיוטער און רעסײַקלינג
הענגען די ידיים
פֿון אַ קײַכעדיקן שׂרף.
איך פֿאָלג אַלע באַווײַזן
פֿון אײַזערנער ממשות
און באָד זיך בדמיון
אין פּלעווע-ימען
יום שני, מרץ 09, 2009
גראַמען-טאַשן
עד דלא ידע
יש מצב גרוע בשושן הבירה,
יום ראשון, מרץ 01, 2009
מוחל טובֿות, אָדער זאָל גאָט אָפּהיטן פֿון הײמישע רײד
היימיש גערעדט, האבן ערליכע אידן קיין טראפ הנאה פון דעם גאנצן צענטער. אדרבה דאס הארץ בלוטיגט צו זעהן וואסערע סארט ביכער עס פלעגן אמאל ארויסקומען אין אידיש. די אלע ליינער האבן געשטאמט פון ערליכע הייזער, נאר די טומאת אמעריקע האט זיי אראפגעברענגט לדיוטא התחתונה. רוב פון די ביכער זענען געשריבן געווארן דורך פרייע און סעקולערע שרייבער, כאטש אז די צענטער אנהאלט אויך היבש אסאך כשרע און היסטארישע ביכער.
עס ווייטאגט צו זעהן וויאזוי עס זענען געווען אמאל אזויפיל אידן וואס האבן נישט געהאלטן ביי גארנישט. נאכמער איז ווייטאגלעך ווען מען טראכט אריין און מען זעהט אז פון די אלע אידן איז קיין זכר נישט געבליבן. די קינדער זייערע זענען שוין אויפגעוואקסן אלס געהעריגע גוים, און די אייניקלעך ווייסן ניטאמאל אז זיי זענען אידן. די צענטער איז א ריכטיגע זכר לחורבן אמעריקע, און א מציבה שטיין פאר די דאזיגע דורות וואס זענען אינגאנצן אונטערגעגאנגען. היינטיגע צייטן וועט מען נאר טרעפן אידיש רעדענדע, ביי אונזער היימישע קרייזן. דארט טוט ב”ה אידיש ווייטער בליעהן און עס קומען צו יעדן טאג נייע ביכער און צייטונגען אויף די אידישע שפראך, אלעס אויסגעהאלטן על פי תורה, צו דערקוויקן ערליכע אידישע נשמות.
דער שול-נודניק
יום רביעי, פברואר 25, 2009
ביִאָ-עטיק און הלכה, אָדער, צי איז נייטיק אַ ייִדישע מעדיצינישע עטיק?
וואָס מער אָבער איך פֿאַרגלײַך די וועלטלעכע און הלכהש-ייִדישע צוגאַנגען צו די וויכטיקסטע ענינים פֿון דער מעדיצינישער עטיק (ווי אַזוי באַשיצט מען דעם פּאַציענט אין זײַנע באַציִונגען מיט דאָקטוירים? ווי ווײַט קענען די געזונט-אַרבעטער גייען, ווען זיי טוען זאַכן צום חולה בעל-כּרחו? ווי אַזוי צעטיילט מען די געזונט-רעסורסן פֿון אַ דעמאָקראַטישער געזעלשאַפֿט אויף אַ גערעכטן אופֿן?) איז די מאָדערנע הלכה נאָך ניט מסוגל צוצוגיין צו די פּראָבלעמען מיט די נייטיקע מכשירים. אָפֿט מאָל פֿאַרשטייט מען ניט די מציאות, און די אויטאָנאָמיע וואָס יעדער פּאַציענט ווערט גאַראַנטירט הײַנט צו טאָג אין יעדן געזונט-באַגעגעניש.
אַזאַ אויטאָנאָמיע האָט מען ניט פֿאָרויסגעזען, ניט אין דער גמרא און ניט אין שלחן-ערוך. צו דערצו, ווערט דערקענט אין דער הלכה אַן אונטערשייד צווישן אַראָפּנעמען אַ באַהאַנדלונג און ניט אָנהייבן אַ באַהאַנדלונג - מותּר איז (בדרך-כּלל) ניט אָנהיייבן אַן אָטעם-מאַשין, אָבער ניט אָפּשטעקן אַזאַ מאַשין.
די פּראָבלעם איז, וואָס אַזאַ אונטערשייד איז ניט צו פֿאַרטיידיקן. די צוויי כּמו מינים אַקטן פֿירן צום זעלבן עפֿעקט.
בין איך געבליבן אין אַ פֿאַרלעגנהייט ווי אַ פֿרומער ייִד, ווי זאָל איך אײַנפֿירן מײַן הלכהש לעבן אין דער מעדיצינישער עטיק ווען איר השקפֿה איז ניט איינשטימיק מיטן "האידנא"?
יום ראשון, פברואר 22, 2009
טויטע חזירים, טויטע מענטשן
猪吃死人肉, 人吃死猪肠.
zhū chī sǐrénròu , rén chī sǐzhūcháng
猪不嫌人臭, 人反道猪香.
zhūbùxián rén chòu , rén fǎn dào zhū xiāng
猪死投/抛*水内, 人死掘地藏.
zhūsǐ tóu/pāo* shuǐnèi , rénsǐ juédìcáng
彼此莫相啖, 莲花生沸汤.
bícǐ mò xiāng dàn , liánhuā shēng fèitāng
חזירים עסן טויטע מענטשן, מענטשן חזיר-קישקעס עסן
ניט חזירים מיינען מענטשן שטינקען, מענטשן אַ חזיר-קישקע שמעקט
חזירים טויטע וואַרפֿט מען אין וואַסער, מענטשן טויטע באַגראָבט מען טיף
ווען זיי וועלן זיך מער ניט עסן, אין זודיקן וואַסער דער לאָטוס בליט
יום שני, פברואר 16, 2009
"די איינציקע קולטור־פֿאַרבינדונג צווישן דער מדינה און די תּפֿוצות איז אַ רעליגיעזער פֿאָרמאַליזם"
אַוודאי איז די אויסווירקונג פֿון מדינת־ישׂראל אויף דער ייִדישער וועלט אַ קאָלאָסאַלע, אָבער די אויסווירקונג איז נאָר פֿון עמאָציאָנעלן כאַראַקטער. מדינת־ישׂראל גיט די ייִדן אין דער וועלט אַ נאַציאָנאַל אונטערבעטעכץ, זיי זאָלן זיך פֿילן נאָרמאַל, ווי עס פֿילן זיך אַנדערע מינדערהייטן אין די לענדער, הגם זיי זענען ווײַטער: דזשו, כודיִאָ, זשוּיִף. פֿאַר דעם דאָזיקן גוטן געפֿיל רעקאָפּענסירן די ייִדן אין דער וועלט דער מדינה מיט פֿינאַנציעלער און פּאָליטישער שטיצע. קיין דירעקטע קולטור־געמיינשאַפֿט מיט ישׂראל האָבן זיי נישט. זיי קענען נישט לייענען און לייענען נישט די העברעיִשע פּרעסע (אויב עס קומען אָן העברעיִשע צײַטונגען אין די ייִשובֿים זענען זיי פֿאַר די "יורדים" פֿון ישׂראל); די העברעיִשע ליטעראַטור לייענען זיי נישט און קענען זי נישט, העברעיִש טעאַטער קומט נישט צו זיי און די פֿײַערלעכקייטן פֿון דער מדינה ווערן אין די ייִדישע ייִשובֿים געפֿירט נישט אין ייִדיש, נישט אין העברעיִש, נאָר אין דער לאַנדשפּראַך. די איינציקע קולטור־פֿאַרבינדונג צווישן דער מדינה און די תּפֿוצות איז אַ רעליגיעזער פֿאָרמאַליזם, געפֿלעגט פֿונעם אויסערן־מיניסטעריום. ווי אַ המשך פֿון דער "תודעה יהודית" — אין ישׂראל. די אַקטיווע רעליגיעזע טעטיקייט און חינוך אין די תּפֿוצות ווערט דאָמינירט דורך דער חב״ד־באַוועגונג, וואָס איר צענטער איז אין ברוקלין.
יום שני, פברואר 09, 2009
דער גאָרטן פֿוּן צען טויזנט ביכער
עטלעכע באַמערקונגען:
א. ווער זײַנען די אָפּלאָדערס, און ווער באַקומט די מאָדנערע ברירות אויפֿן מעניו? יהואש ווי יהואש, נאָר פֿאַר וואָס 52 אָפּלאָדונגען פֿאַר משה נאַדירס אין ווילדן ווערטערוואַלד? מסתּמא אַ קלאַס, נאָר וועלכער קלאַס לערנט דאָס געשלעכטס-לעבן?
ב. ווער זײַנען די הויפּט-באַניצערס פֿון דאָזיקן רעסורס? מסתּמא פֿאָרשערס, די זעלבע וואָס באַניצן זיך מיט די גרויסע אַקאַדעמישע ביבליאָטעקן, מיט אַ בינטל שאר-ירקות (די וואָס ווילן לייענען וועגן סעקס אָדער שאַך).
ג. אַוודאי וועלן זײַן די, וואָס טענהן אַז אַזאַ אוצר שטעלט מיט זיך פֿאָר אַן אייגנאַרטיקע געלעגנהייט אויפֿצולעבן די ייִדישע ליטעראַטור בײַם סתּם לייענער. צום באַדויערן, ס'איז ניט וואָס דער ריזיקער נאָכפֿרעג נאָך, למשל, שלום-עליכמס ווערק האָט מען ניט געקענט באַפֿרידיקן ביז ס'איז אונטערגעקומען אַן אַמהערסט אויף דער וועלט. גאַנץ פּשוט: מע לייענט ווייניק ייִדישע ביכער, און מע וועט מן-הסתּם ניט לייענען מער צוליב דער גרויסער עפֿנטלעכער זאַמלונג. נאָר די וואָס ווילן יאָ לייענען וועט זיי אָנקומען גרינגער צו געפֿינען.
ד. איך וויל פּרוּוון בלאָגן וועגן ביכער וואָס וועקן אויף מײַן נײַגער.
ה. אָ דאָנק ביכער-צענטראַלע! איר האָט זיך אויסגעקויפֿט פֿון מײַן סקעפּטיציזם.
יום ראשון, פברואר 08, 2009
מרדכי צאנין ע"ה
יום חמישי, פברואר 05, 2009
קען הײַנט זײַן אַ ייִדישע פֿילאָסאָפֿיע? טייל 2
אויב ניעל גילמאַן האַלט אַז אַ ייִדישע פֿילאָסאָפֿיע קען הײַנט דינען נאָר אַן אַפּאָלאָגעטישן צוועק, איז עמאַנועל לעווינאַס זיכער וועגן איין זאַך: אַנדערע רעליגיעזע געדאַנקען־סיסטעמען דאַרפֿן זיך צופּאַסן צו דער ייִדישער. איין חסרון: לעווינאַס בײַט איבער היפּשע טיילן פֿון דער ייִדישער מחשבֿה אויף אַן איינציקן פּרינציפּ: מע זאָל אָנערקענען און טײַער האַלטן דעם "אַנדערן", געמיינט דעם מיט-מענטש. אַזאַ באַגריף נעמט זיך מסתּמא פֿון דער אייראָפּעיִשע דיאַלעקטיק צווישן "זיך" און "יענעם", וואָס צעמישט דעם אַמעריקאַנער - מיר ווייסן (בדרך-כּלל) אַז דער זיך ווערט אויסגעפֿורעמט צו ביסלעך פֿון קינדווײַז אָן דורך אָנצאָליקע באַציֵונגען מיט אַנדערע מענטשן. מיר פֿאַרשטייען ניט וווּ עס שטעקט דער אינטערעס אין זיך-און-יענער.
לעווינאַסעס סטראַטעגיע, לויט הילאַרי פּאָטנאַם, איז צו פֿאַרבײַטן פֿראַנץ ראָזענצווײַגס גאָט אויף דעם זיך.
איז צוויי סטראַטעגיעס: גילמאַנס טענה אַז די ייִדישע פֿילאָסאָפֿיע שטייט הײַנט אויף די ראַנדן, און לעווינאַסעס פֿאַרייִדישונג פֿון דער גאַנצער מאַפּע.
אין זײַן שמועס האָט ריטשערד קליימען אָבער פֿאָרגעלייגט אַן אַנדער צוגאַנג. פֿאַר אָ מרא-מקום האָט ער גענומען אַ מאמר חז"ל (ב"מ נט:):
אמר רב חננא בריה דרב אידי מאי דכתיב (ויקרא כה) ולא תונו איש את עמיתו עם שאתך בתורה ובמצות אל תונהוטײַטש: "...'און איר זאָלט ניט נאַרן איינער דעם אַנדערן', דאָס הייסט איינער וואָס איז מיט דיר [עם איתּו] אין תּורה און מיצוות." די טענה איז אַז מע מעג יאָ אָפּנאַרן ייִדן (ועאכו"כ גוייִם) וואָס זײַנען ניט אַזוי אָפּגעהיט אין מיצוות ווי מיר. מיר האָבן אָבער די אינטויִציע (על כּל פּנים מאָדערנע ייִדן) אַז אַזאַ צוגאַנג איז אַ פֿאַלשער. ווי אַזוי זאָלן מיר זיך אָפּגעבן אַ דין-וחשבון דערמיט אין קאָנטעקסט פֿון דער ייִדישער טראַדיציע, ניט אָפּאָלאָגעטיש און ניט מיטן אַוועקמאַכן די גאַנצע טראַדיציע, באשר אַלע ענטפֿערס זײַנען שוין באַוווּסט על-פּי שׂכל?
טענהט קליימען:
די הײַנטיקע ייִדישע מחשבֿה דאַרף הײַנט אָנהייבן ניט מיטן זוכן דעם אוניווערסאַלן אמת (ווײַל אויב אַזוי וואָס איז שׂכל פֿון ייִדישקייט?) נאָר גיכער מיטן זוכן אַן אָרט און ראָלע פֿאַר דער אַתּה-בחרתּנודיקייט: צי קען טאַקע זײַן אַ באַזונדערע ייִדישע עטיק, אָדער באַגריף פֿון גאָט, וואָס נעמט אין באַטראַכט אונדזער יחידישע געשיכטע? אַז מע שטעלט שוין די פֿראַגע וועט מען שוין נייגן זיך צו אַ פּלוראַליסטישער עטיק און טעאָלאָגיע, וואָס [טייל] לייעקענען אָפּ. אַזאַ באַציִונג מיט אַנדערע וויזיעס איז אָבער נייטיק און פֿרוכפּערדיק.ווײַטער וועלן מיר אי"ה פּרוּוון דערקלערן, וווּ קליימען זעט די ראַמען פֿון די ייִדישע וויזיעס.
יום חמישי, ינואר 29, 2009
איך בין פארליבט אין מיין גוגל-פאן
יום שני, ינואר 26, 2009
מער וועגן שניי
אין מיטן פֿאַרשנייטן גאָרטן
מוז זײַן אומבאַדינגט וואָר, ניט טייל
פֿון געמעל צי אַ בלומען-חלום.
איך עס. מיטן שוואַכן אויג
זע איך אין דרויסן די בלום.
פֿרעג איך מײַן קאָפּ. קיין ענטפֿער.
דער זע-חוש בלײַבט ניט שטום.
אַ פּערפּעלע בלום בלײַבט אַ קשיא.
כ'ווער ניט קליגער ווי תּמיד.
די פּערפּעלע בלום נעמט מתפּלל זײַן
בײַם ווײַס-באַדעקטן עמוד.
יום חמישי, ינואר 22, 2009
מע זוכט ווייטער
יום שלישי, ינואר 20, 2009
לײַוו-בלאגינג די איינשווערונג
יום שני, ינואר 19, 2009
ערבֿ אײַנשווערונג
טאָג
אין יענע טעג איז מען געווען אַ ביסל פּויעריש.
צוליב יענעם צעמישעניש האָט מען טאַקע געביטן די שפּראַך. די שפּראַך-וועד האָט פֿאַרבאָטן, מע זאָל אָנרופֿן געוויינטלעכע טאָג טעגלעכע זאַכן נאָך ליטעראַרישע אויסגאַבעס. "טאָג" איז מער ניט געווען אַ דערלאָזלעך וואָרט, ווי אויך "איד" אָדער "נײַעס." יעדער האָט מסכּים געווען אַז די שרײַבערס זאָלן האָבן די בכורה, די ווערטער וואָס זיי קלײַבן אויס מעגן זיי האַלטן אויף אייביק.
פֿאַרשטייט איר שוין פֿאַר וואָס "פּוטער"איז אַ בעסט-סעלער מאַגאַזין מיט מעשׂיות פֿון עלעגאַנט-באַקליידטע רבייִשע אייניקלעך, און "פֿלאָדן" איז פּאָרנאָגראַפֿיש - ניט צו פֿאַרהיטן.
פֿאַראַן לײַדער די ווערטער וואָס די ליטעראַטן האָבן ניט אויסגעכאַפּט, וואָס דרייען זיך אַרום פּוסט-און-פּאַס ווי נשמתין ערטילאין. זשאַווער גלאָצט זיך אויס די אויגן אויף זיך אַליין אין שפּיגל יעדן אין דער פֿרי ("פֿאַר וואָס האָב איך קיינעם ניט אינטערעסירט?"). טויט האָט געמיינט אַז די איראָנישע יונגע-לײַט וועלן זיך אָנכאַפּן אין אים. נאָר פֿאַרפֿאַלן.
יום ראשון, ינואר 18, 2009
חסידישע פֿרויען-זשורנאַלן שאַפֿן הנאָה, גיבן עצות, רופֿן אַרויס קריטיק
זיי האָבן מער ווייניקער דעם זעלבן אינהאַלט: מעשׂיות פֿון משפּחות, פֿרויען און קינדער געהאָלפֿן געוואָרענע פֿון גרויסע אומגליקן דורך אמונה, תּורה-לערנען, אָדער שמירת-שבת; עצות-רובריקן; דערציילונגען בהמשכים מיט פֿרויען וואָס מאַכן אַדורך משפּחה-צרות; און לעבעדיקע בריוו אין רעדאַקציע. מע טאָר אויך ניט פֿאַרגעסן אין די רעצעפּטן און קינדער-בײַלאַגעס. בײַ די ענגליש-שפּראַכיקע אויסגאַבעס זעט מען אָפֿט מאָל "האַשעם", בײַ די ייִדישע -- "אויבערשטער." זעלטן ווען זעט מען אַ בילד פֿון אַ פֿרוי, און זיכער ניט פֿון די מחברים. אַפֿילו די פֿרויען וואָס אַרבעטן פֿאַר די דאָזיקע זשורנאַלן באַצייכנט מען טיילמאָל נאָר מיטן ערשטן אות פֿון פֿאַמיליע-נאָמען.
נאָר דעם דאָזיקן מוסטער קען מען בײַטן צו דינען פֿאַרשידנערליי חסידישע לייענערס. "בינה" ("די וואָכנשריפֿט פֿאַר דער ייִדישער פֿרוי") איז גלאַנציק און קוקט אויס דורכויס פּראָפֿעסיאָנאַל לויטן נוסח פֿון די "דרויסנדיקע" זשורנאַלן ווי פֿאַמילי סוירקל אָדער גוד האַוסקיפּינג. דער סטיל שרײַבן איז היימיש און סענסיטיוו, ווי אויך זשורנאַליסטש פֿאַכמעניש. די פֿאָטאָגראַפֿיעס (אַרײַנגערעכנט אַוודאי די וויכקטיע קולינאַרע בילדער) זײַנען אויך פֿריש און צוצייִק. "משפּחה" איז ווידער שאַרפֿער, מער פּאָליטיש געשטימט. אין דעם נאָוועמבער-נומער איז געגאַנגען אַן עדיטאָריאַל מיטן קעפּל: "באַראַק אָבאַמעאַ דער פּאַגאַן."
די זשורנאַלן "מעלות"און "צײַטשריפֿט" (וואָס פֿאַרמאָגט אַ פֿאַמיליע-בײַלאַגע) זײַנען אפֿשר שוין מער באַקאַנט אונדזער לייענערס. די ייִדיש-וויקיפּעדיע (געשריבן רובא דרובא פֿון "הײַמישע" ייִדן) באַצייכנט די אויסגאַבע, אויף אַ באַרעכטיקטן אויב ניט איבעריק ברייטהאַרציקן אופֿן, ווי "אָרעם אין גראַפֿיק ווי רײַך אין גראַמאַטיק" - ד"ה ס'איז ווײַט ניט אַזוי געפּוצט ווי "בינה" אָדער "משפּחה." ס'איז אָבער מער תּמימותדיק, מיט אַ קלאַסישער אָפּגעזונדערטער פֿרומקייט וואָס איז נושׂא-חן. צײַטשריפֿט איז אַן אויסגאַבע מערסטנס פֿאַר מענער וואָס גיט אַרויס אַ בײַלאַגע פֿאַר פֿרויען.
חיים ווײַנבערגער איז דער אַרויסגעבער פֿון צײַטשריפֿטס פֿרויען-בײַלאַגע. "אין דער בײַלאַגע איז אונזער ציל צו צושטעלן אינטערעסאַנטע, באַלערנדע – און גאַנץ אָפֿט, מוסר און מידות – אַרטיקלעך פֿאַר היימישע פֿרויען. [דער טיראַזש איז] בערך 7,000. עס איז ב"ה כסדר געשטיגן".
מ., 30 יאָר אַלט, איז אַ חסידתטע פֿון באָראָ-פּאַרק, אַ ווײַב, מאַמע, און לייענערין פֿון מאַגאַזינס, באַזונדערש שבת. "כ'פֿלעג קויפֿן בינה, איצט לייען איך משפּחה. כ'לייען אויך וואָוג, גוד-האַוסקיפּינג, רידערס דײַדזשעסט, פֿעמילי סוירקל. כ'האָב ליב זייערע עצות, אַמאָל זײַנען זיי זייער גוט. כ'האָב ליב זייערע פֿאָרלייגן וועגן דער שטוב, ווי צו באַפּוצן."
וואָס איז דער אונטערשייד צווישן די "היימישע" און די וועלטלעכע זשורנלן וואָס זי ליייענט? "רידערס דײַדזשעסט האָט אמתע מעשׂיות מיט אמתע פֿאַרקטן. ייִדישע [ד"ה חסידישע] מעשׂיות - איר קענט עפּעס טאָן וועגן דעם און עפּעס אָפּלערנען דערפֿון." זי גיט צו, "כ'זע באמת ניט קיין פּראָבלעם מיט זיי [די ניט-חסידישע פֿרויען-זשורנאַלן]. קען זײַן אַז טייל באַמערקונגען דאָרטן זײַנען ניט הונדערט פּראָצענט כּשר. אַ סך וואָלטן געלייענט די היימישע מאַגאַזינס אָבער ניט גוד האַוסקיפּינג. עס ווענדט זיך אין אײַער מדרגה [פֿון חומרא]."
חנע מייזער, אַ גראַדויִר-סטודענטקע אין ייִדישער ליטעראַטור בײַ קאָלומביע וואָס איז געוואָרן אַ חסידתטע, האָט ניט ליב די ייִדישע זשורנאַלן צײַטשריפֿט און מעלות, ווײַל "זיי צעדרייען די קאָפּ און נעמען צען בלעטער צו שרײַבן אַ הקדמה צום ענין. כ'האָב אויך ניט ליב דעם חרדישן ייִדיש-שרײַבסטיל. עס איז צו מעלאָדראַמאַטיש. איך בין מער צוגעוווינט מיין איך צום סטיל פֿון די ענגלישע זשורנאַלן. איך רעד יעצט ייִדיש טאָג טעגלעך אַזוי איז עס מיר ניט נייטיק צו לייענען ייִדיש אויף טשיקאַוועס."
ווי ווירקן די וועלטלעכע זשורנאַלן אויף די חסידישע? וואָס דרינגט אַרײַן דורך די מויערן אַרום באָראָ-פּאַרק? אָדער "בינה"? ווײַנבערגער (דער רעדאַקטאָר פֿון צײַטשריפֿטס פֿרויען-בײַלאַגע) וואַרפֿט אָפּ אַזאַ השערה פֿון צווישנבאַציִונג. "פֿאַרוואָסס לייענען פֿון דער נישט-אידישער וועלט ווען עס איז דאָ גענוג א רײַכע שפֿע בײַ אונדז? בצירוף, וואָס די געדאַקען און שריפֿט פֿון ערליכע, היימישע פֿרויען קומען זיכער אַרויס פּאסיקער און קלאָרער ווי עס איז צו אונדזער גײַסט."
דאָרט ליגט אָבער דער הונט באַגראָבן, זאָגט קטלא קניא, אַ פּאָפּולערער ייִדיש-בלאָגער (וואָס שרײַבט אונטער אַ תּלמודישן פּסעוודאָנים) וואָס קריטיקירט די חסידישע קהילה פֿון אינעווייניק.
"ווי ווײַט איך הער פֿון לייענערס שווערן זיי זיך ביי דעם. כּלומר, זיי האָבן א געפֿיל אַז וואָס שטייט דאָרט איז תּורת לאָקשן און זאָגן עס נאָך מיט דער זעלבער קריטיקלאָזע געפֿיל וואָס זיי האָבן עס אַרײַנגעאָטעמט. איך מיין אַז דער אָפֿנקייט פֿונעם מאַגאַזין, דאָס הייסט אַז עס פֿאַרנעמט זיך מיט מער ווי גאַנץ שמאָלער חרדישע ענינים, הא גופֿא איז איר פֿאַרמאַכטקייט. די לייענערס קענען זיך פֿאָרשטעלן אַז מיט דעם האָבן זיי יוצא געווען גאַנץ מסכת וויסנשאַפֿט און נײַעס אָן דער שמוץ און כּפֿירה פֿון די גוייִשע צײַטונגען. אַזאַ חרדישע קונץ פֿון אײַנרעדן זייערע עולם אַז כּסדר טוט מען פֿריש פֿאַרשאַפֿן דאָס רעדל 'און אפֿילו די גוייִם שטייען און גאַפן'".
מ.ס צוגאַנג איז אַ תּכליתדיקער. "יעדער פֿרוי און יעדער מאַן איז אַנדערש - זיי האָבן ליב אַנדערע זאַכן. די פֿרויען האָבן ליב פֿרויענזאַכן, יעדער פֿרוי האָט ליב רעדן וועגן קינדער, און רעצעפּטן, און עצות. דאָס איז עס."
פֿאַר פֿיר דאָלאַר קען דער דרויסנדיקער, אָדער די חסידתטע, הנאָה האָבן צווישן אַנדערע פֿון "בינה"ס לאָקשן-רעצעפּטן. די בילדער זײַנען באַטעמט.
יום חמישי, דצמבר 25, 2008
Happy Holidays
איז אײַנגעוויקלט
אַ האַנט וואָס שטויסט
רייד וואָס נודזשען
אויגן קוים־קוים פֿאַרטרערטע.
נאָר מאַך זיך ניט הערנדיק
און נעם אָן מיט ליבשאַפֿט.
בענטש מיט דײַן פֿײַערטאָג
די געמישטע געפֿילן פֿון אונדזער באַקאַנטשאַפֿט.
יום חמישי, דצמבר 18, 2008
געשנייענישן, 2
צווישן הוילע ביימער־ריטער
שפּאַנט מײַן מלאך, שפּאַנט דער היטער
פֿון די ערשטע, שטומע ווייען ...
ֿאונטער הויכן, הייסן הימל,
אויף באַזונטע ברייטע ווײַטן
שוועבט מײַן יוגנט אַ פֿאַרשײַטע
אין אַ גאָלדן קאָרן־רעמל.
שנייען, ברייטן, הימלען קלאָרע --
אײַך מײַן ערשטע, אײַך מײַן לויטערע אַזכּרה!...
--דוד האָפֿשטיין, 1912 (פֿון ליד "ערשטע באַוווּנדערונג")
יום רביעי, דצמבר 17, 2008
פּאָפּולערסטע זוך־טערמינען
איך מוז אײַך אַנטוישן. כ'בין ניט הײַמיש און כ'בין ניט סעקסי.
יום שלישי, דצמבר 16, 2008
געשנייענישן, 1
יום שני, דצמבר 15, 2008
קען היינט זיין א יידישע פילאסאפיע?
יום שישי, דצמבר 12, 2008
יום חמישי, דצמבר 11, 2008
קלמן דממה דקה
יום שלישי, דצמבר 09, 2008
דער בלאָגער פֿרעגט אַן עצה
וואָס וואָלט איר געטאָן? מקריבֿ זײַן דעם אמת אויפֿן מזבח פֿון גוט-ברודערשאַפֿט, אָדער פֿאַרקערט?
יום רביעי, דצמבר 03, 2008
"דאָס ייִדישע קול": פּראָגראַם וועגן דער שחיטה אין מומבײַ
אַן אינטערוויו מיט מלך ווישוואַנאַט, וועגן זײַנע פּערזענלעכע איבערלעבונגען אין שײַכות מיט דער פֿרישער טראַגעדיע אין אינדיע, וועט אָפּגעהאַלטן ווערן אויף דער באָסטאָנער ראַדיאָ-פּראָגראַם "דאָס ייִדישע קול."
מיטוואָך, דעם 3טן דעצעמבער (טאַקע הײַנט)
8:30-7:30 אין אָוונט
די סטאַנציע:
WUNR 1600 AM (Brookline, MA)
מע קען עס אויך הערן אין אַ דירעקטן שטראָם דורך yiddishvoice.com אָדער wunr.org
יום ראשון, נובמבר 30, 2008
שווער צו לעבן מחוץ די מויערן . . .
צווייטער פּרוּוו
אַלע ווערטער אָפּגעפּטרט
ס'האַלט אַזוי שמאָל
דאַרף מען שאַפֿן ס'וועלטל אַ צווייט מאָל
אָן וואָסער ניט איז זאָג
ווערט טאָג - טאָג
און ירח אָן אַ
הקדמה ווערט לבֿנה
יום שישי, נובמבר 28, 2008
טענקסגיווינג, צידוק-הדין און מומבײַ
ברוך דיין אמת, אויף וויפֿל דאָס איז ווערט.
יום רביעי, נובמבר 19, 2008
Naco קעגן Fresa
יום שני, נובמבר 17, 2008
איז געזונט-רעפֿאָרם אַן אײַנרעדעניש?
רעפֿאָרם אײַלט זיך ניט אין וואַשינגטאָן
די טעג דאַכט זיך מיר אַז כ'בין איינער פֿון די איינציקע געזונט-פּראָפֿעסיאָנאַלן אויף דער וועלט וואָס האָט ניט קיין היימיש-אויסגעטראַכטן פּלאַן צו רעפֿאָרמירן די צעבראָכענע געזונט-סיסטעם. דאָס איז אַוודאי אַליין אַ סימן, אַז יעדער ווייסט ס'איז צעבראָכן. דער געוויינטלעכער פּאַציענט האַלט ניט מיט מיט דער גאַנצער דיסקוסיע פֿון געזונט-רעפֿאָרם. איז וואָס קען מען דערוואַרטן פֿון די קומעדיקע פּאָליטישע איבערקערענישן? וועלן זיי דערפֿירן צו פֿאַרבעסערטע געזונט און קאָנטראָלירטע הוצאָות? לאָמיר זײַן אײַער וועגווײַזער דורכן רחבֿותדיקן וואַלד פֿון געזונט-פּאָליטיק.
פֿאַראַן אַ צאָל צוגאַנגען צום רעפֿאָרמירן די געגזונט-סיסטעם, נאָר יעדער פֿון זיי דאַרף זיך אָפּגעבן מיט צוויי מעגלעך פֿאַטאַלע פּראָבלעמען. עס פֿעלט געזונט-פֿאַרזיכערונג כּמעט פֿופֿציק מיליאָן אַמעריקאַנער, און די געזונט-הוצאָות האַלטן אין איין שטײַגן. צום באַדויערן, ניט געקוקט אויף וואָס טייל עקספּערטן (און קאַנדידאַטן) זאָגן, איז כּמעט אוממעגלעך צו לייזן ביידע פּראָבלעמען מיט אַ מאָל. גאַנץ פּשוט: דעקן מער מענטשן קאָסט געלט, און אַפֿילו ווען די איצטיקע סיסטעם וואַרפֿט אַרויס געלט אויף אַ ניט-עפֿעקטיווער, צעטרענצלערישער סיסטעם, איז דאָס אײַנגעשפּאָרטע געלט ניט גענוג נאָכצוקומען די באַדערפֿענישן פֿון די ניט פֿאַרזיכערטע.
און ווי אַ צוגאָב צו די צוויי אויבן דערמאָנטע פּראָבלעמען, אָפֿט אַרומגערעדטע אין דער פּרעסע, איז דאָ נאָך עפּעס אַ סוד פֿאַר גאַנץ בראָד: די געזונט-סיסטעם בכלל איז אַרום און אַרום אַ צווייטקלאַסיקע. מיר צאָלן מער פּער מענטש ווי אַ סך אַנדערע לענדער און די פּועל-יוצאס דערפֿון זײַנען קלאָגעדיקע, פֿון די צייכנס פֿון אַ פֿונקציאָנירנדיקער געזונט-סיסטעם האָבן מיר צווישן די נידעריקסטע פֿון די רײַכערע לענדער.
וואָס טוט מען?
לייענט דעם המשך.
יום שני, נובמבר 10, 2008
אײַער פֿאָרווערטס אין 45 סעקונדעס, נאָוועמבער 7, 2008
שיקל פֿישמאַן: אַאַאַאַאַאַאַאַאַאַאַ! עק וועלט! לויייייייפֿט!
מרים האָפֿמאַן: האָט איר געהערט די מעשׂה וועגן מײַן אָנקום אין פֿאָווערטס? יאָ? וועל איך דערציילן ווידער.
הרבֿ אהרן בן-ציון שורין: בת-מיצוות. פֿע! טרייף!
יום ראשון, נובמבר 09, 2008
לויטן אַלטן שטייגער
מוז דער שׂכל ברענגען
פֿרייד און נײַגער.
נאָר באַלאַגערט הײַנט פֿון פֿליישיקע הערצער
ווערן די יאָרן, בעת די שעהען הענגען,
וואָס לענגער אַלץ קערצער.
איך טאַנץ מיט מײַן טאָכטער שפּאַסיק אַרום
ניט מעטאַפֿיזיש ניט נאָסטאַלגיש
נאָר רעאַל ווי טוי-טרערן פֿון פֿרימאָרגן-בלום.
גייען זיך די טענצערס פֿונאַנדער.
אָן חשק מוז זי גיין שלאָפֿן.
אירע אָטעמס פֿלעכטן זיך נאָך אַנאַנדער.
יום חמישי, נובמבר 06, 2008
מיר גיבן אַרויס קינדער-ביכלעך. . . נאָר ווער לייענט? (אַ שמועס אין פֿילאַדעלפֿיע דעצעמבער 4)
דרעקסעל-אוניווערסיטעט
Stern Judaic Studies Seminar Room, Room 302, Hagerty Library
פֿילאַדעלפֿיע
9:30 פֿ"מ
ביכלעך אויך צו קויפֿן און לאָזן אויטאָגראַפֿירן!
כ'האָף אײַך דאָרט צו זען - נאָך פּרטים ב"נ אין גיכן.
יום שלישי, נובמבר 04, 2008
יום ראשון, נובמבר 02, 2008
דאָס לעבן פֿון אַ צײַטונג
נאָר ווער לייענט? אין זעלבן נומער, אַ סטאַטיסטיק וואָס רופֿט בײַ מיר אַרויס מער עגמת-נפֿשׂ ווי די ירידות פֿון דאַו-דזשאָונס: דער טיראַזש-באַריכט. אַ ביסל מער ווי 3,500, און די טענדענץ - אַראָפּ.
פֿאַר וואָס ניט נאָכגיין דעם מוסטער פֿון קריסטיען סײַענס מאָניטאָר און אַריבערגיין לחלוטין צום אינטערנעט-נוסח? אויפֿנעמען דעם 21סטן יאָרהונדערט מיט אָפֿענע הענט?
די קאַנאַדער ייִדן האָבן שׂכל
עלאַברעק: לידער פון נייעם יאָרטויזנט
אפֿשר קענט איר עלאַברעק ווי דער אינטערנעט-בעל-אכסניא פֿאַר אַ צאָל פּאָעטן. כאַראַקטעריסטיש פֿאַר זײַן באַשיידנקייט, אַז אין זײַן מעלדונג האָט ער דערמאָנט ווייניק וועגן זיך.איז אָט:
* פּראָפֿעסאָר בײַם אינדיאַנער-אוניווערסיטעט
*יורש פֿון באַוווּסטן פּאָעט יוסף קערלער
*שמועסדיק-פֿרישער, שפּילעוודיקער מחבר פֿון פּאָעמעס און לידער וואָס בעטן אַ נאָענטן אויפֿמערק.
קויפֿט זײַן בוך! (אָבער וווּ?!)
יום שישי, אוקטובר 31, 2008
סדר תפילות של יום האלאווין
יום שלישי, אוקטובר 28, 2008
יום ראשון, אוקטובר 26, 2008
אונדזער באַשוי מיט הילאַרי ק.
ווי קומט עס אַז אַ גרופּע דאָקטוירים, ניט פֿון די הויכע פֿענצטער, רעדן מיט דער באַרימטער הילאַרי ראָדדהאַם קלינטאָן (ד., נ"י) וועגן געזונט-פּאָליטיק?
הלמאַי זאָל איך לייקענען? איינע פֿוּן אונדז איז אַ יחסנטע, איר טאַטע אַ חשובֿער געלטשאַפֿער פֿאַר איידזש-אַר-סי. האָבן מיר פּראָטעקציע, און אַ געגאַרטע געלעגנהייט פֿאָרצושטעלן אונדזערע געדאַנקען איינער פֿון דעם סענאַטס געזונט-מומחים.
זײַנען מיר נתפּעל געוואָרן. אויפֿגענומען האָט זי אונדז אויף אַ וואַרעמען אופֿן, געגעבן קאָנקרעטע עצות ווי אַזוי מיר קענען צונויפֿזאַמען פּאָליטישע כּוחות צו שטיצן אונדזער אישו: שטיצע פֿאַר אַלגעמיינער מעדיצין ווי אַ פֿאַך און אַ צורך פֿאַר אַמעריקעס קראַנקע, אָרעמע-לײַט, עלטערע לײַט און אימיגראַנטן.
און מיר האָבן אַראָפּגענומען אַ בילד... איר זעט מיך?
גײַסטיקע לידער-מחשבֿות פֿון אַן אַנאָנימען פּאָעט
יום ראשון, אוקטובר 05, 2008
פֿירן פֿירסטו די וועלט, אַזאַ יאָר אויף מײַנע שׂונאים (ב)
ווען יעקבֿ האָט וואַנדאַן געגעבן צו פֿאַרשטיין אַז ס'קאָן ניט זײַן קיין פֿרײַער אָפּקלײַב אָן שלעכטס און אַז ס'קאָן ניט געבן קיין גנאָד וווּ ס'איז ניטאָ קיין אומרעכט, איז זיך אים, יעקבֿן, פֿאָרגעקומען אַז דאָס איז דער באַשייד, אָבער די דאָזיקע תּשובֿה האָט זיך אים איצט אויסגעוויזן צו־גלאַטיק און ווי אַ שטיק לעסטערונג. קאָן ניט דער באַשעפֿער אַנטפּלעקן זײַנע מידות אָן הײַדאַמאַקעס? מוזן דערפֿאַר עופֿעלעך באַגראַבן ווערן לעבעדיקערהייט?אָדער ווי אַ הײַנטיקער פֿילאָסאָף וואָלט אפֿשר געזאָגט: לאָמיר צוגעבן אַז פֿרײַער אָפּקלײַב מוז קאָ-עקזיסטירן מיט שלעכטס, נאָר פֿאַר וואָס דווקא מיט אַזוי פֿיל שלעכטס? וואָלט גאָט ניט געקענט צוטראַכטן אַ וועלט וואָס פֿאַרמאָגט סײַ פֿרײַען אָפּקלײַב, סײַ *ווייניקער* שלעכטס ווי דאָס וואָס מיר האָבן איצט?
יצחק באַשעוויס, דער קנעכט (ציקאָ: נ"י, 1967), ז 100
יום חמישי, ספטמבר 25, 2008
פֿירן פֿירסטו די וועלט, אַזאַ יאָר אויף מײַנע שׂונאים (א)
אַזוי ווי דער חורבן האָט כּמעט געענדיקט די עקזיסטענץ פֿון ייִדישן פֿאָלק, קען מען האַלטן טעאָלאָגיש אַז דאָס שטימט מיט אַ געשעעניש פֿון אַזאַ כּמות בײַם אייבערשטן, ד"ה עפּעס וואָס האָט כּמעט געענדיקט די געטלעכע עקזיסטענץ. למשל - איך וויל קיינעם דאָ ניט באַליידיקן - אַ פּרוּוו פֿון אייבערשטן זיך אַליין חרובֿ צו מאַכן.
פֿאַר וואָס וואָלט אַזאַ זאַך געשען? קען אַזאַ זאַך געשען? קען גאָט ענדיקן זײַן אייגענע עקזיסטענץ? איז עס קאַפּאַבל דערויף? אונדז איז ניט קלאָר. קען אויך זײַן אַז ס'איז ניט קלאָר גאָט אַליין. מע טאָר ניט סתּם דעפֿינירן גאָט ווי אַ כּל-יודע. עס קען געמאָלט זײַן, אַז געוויסע פֿאַקטן וועגן די גרענעצן פֿון די אייגענע כּוחות בײַ דעם ניוואָ זײַנען בײַ גאָט אומבאַקאַנט. דאָס (ניט) קענען ענדיקן די אייגענע עקזיסטענץ איז אפֿשר די לעצטע זאַך וואָס גאָט ווייסט ניט וועגן זיך אַליין. עס קען זײַן אָבער עפּעס וואָס עס מוז וויסן, אָדער פּרוּוון, כּדי אַדורכצופֿירן אַן אַנדער אויפֿגאַבע.
כאָטש די טעאָריע איז גענוג רחבֿותדיק צו דערקלערן דעם חורבן, איז זי ניט קיין גענוגנדיקע. אויב גאָטס פּרוּוו זיך חרובֿ צו מאַכן איז אַן עקספּערימענט, מתּוך אַן אינטעלעקטועלער נײַגעריקייט וועגן די אייגענע גרענעצן, איז אַזאַ געשעעניש ניט קיין ריכטיקע צו פּאַראַלעליזירן דעם חורבן, וואָס איז געפֿאַלן אויפֿן ייֵדישן פֿאָלק אָן דעם פֿאָלקס ווילן. ...
יום שישי, ספטמבר 19, 2008
אַרײַן אין פֿרויענקרײַז
בין איך אַרײַן אין פֿרויענקרײַז.
איך פֿיר שוין אָן מיט שטוב און משפּחה און קינדער.
מיר שטעלט מען די קלאָץ-קשיות
וועגן וווּ איז דער פּוטער
און ווי הייסן די חבֿרימס קינדער?
איך וועל ווערן די
וואָס דאַרף על־פּי שׂכל
בלײַבן אין דער היים.
פֿוּן מיר ווייעט מיט וועטשערעס
אַרבעט־סוטס
אײַנקויפֿן
קינדערקליידער.
מײַן פּנים
שמייכלט
קושט
קרעכצט
שרײַט
בעט
ווערטלט
רעכנט מיך צווישן
די נשים.
יום ראשון, ספטמבר 14, 2008
ווי אָפּצושטעלן די אַסימילאַציע
יום חמישי, ספטמבר 04, 2008
פֿיש, געזונט און משוגע
רונד אַרום
גראַמען־פֿישלעך אומעטום!
נײַ!
איין פֿיש צוויי פֿיש רויטער פֿיש בלויער פֿיש
פֿון ד"ר סוס, ייִדיש: שלום בערגער
978-0-9726939-3-6
$15 + שיקגעלט (און שטײַערן אין נ"י)
yiddishcat.com
צו באַקומען אויפֿן וועבזײַטל און אין אַלע פֿײַנע ספֿרים־געשעפֿטן
נאָך וווּנדערלעכע סחורה צו באַקומען:
די קאַץ דער פּאַיאַץ (ד"ר סוס) - $15
דזשאָרדזש דער נײַגעריקער (ה.אַ. ריי) - $18
פֿילפֿאַרביקער אַלף־בית־טאָוול - $12
יום ראשון, אוגוסט 31, 2008
די שבֿועה פֿון טשערנאָוויץ 2008, פֿון שיקל פֿישמאַן
ס’איז אונדזער אַחריות הײַנט צו בויען, צו באַנײַען און צו באַקרעפֿטיקן פּרצעס אויסרוף און שבֿועה פֿון 1908, דורך אונדזערס אַן אייגענער שבֿועה און אויסרוף פֿון 2008, דהײַנו:
מיר זענען קינדער פֿונעם זעלבן ייִדישן פֿאָלק און מיר זענען געקומען צוריק קיין טשערנאָוויץ, וווּ אייניקע פֿון אונדזערע חשובֿסטע פֿאָרגייערס זענען אין 1908 אויפֿגעשטאַנען צו פֿאַרטיידיקן און צו דערהייבן ייִדיש. מיר זאָגן זיך אָפּ מפֿקיר צו זײַן אַ לשון וואָס איז מיט אונדז מיטגעגאַנגען, אונדז געטרייסט, מיטגעליטן מיט אונדז אונדזערע אָפֿטע ליידן, אונדז דערפֿרייט בעת אונדזערע זעלטענע פֿריידן, אונדז מחנך געווען און אונדז דערהויבן אין משך פֿון הונדערטער יאָרן.
מיר באַשטעטיקן אָט די גוואַלדיקע דערגרייכן פֿון ייִדיש, אָן קיין שום שמץ פֿון נעגאַציע לגבי עבֿרית, לאַדינאָ, ציוניזם, וועלטלעכקייט, ייִדישקייט אָדער וואָסער עס איז ניט אַנדער אינטימען, שעפֿערישן און אויטענטישן ייִדישן יש און איבערצײַגונג. מיר זענען אויך ניט דווקא אַלע קיין ייִדישיסטן, פֿונעם מין וואָס זענען רק און בלויז איבערגעגעבן צו ייִדיש און נאָר צו ייִדיש. פֿאַרקערט, מיר זענען פֿון די פֿאַרשיידענע ייִדישע איבערצײַגונגען, "וואָס מיר זײַנען, זײַנען מיר, אָבער ייִדיש רעדן מיר" — און ייִדיש איז אונדזערס אַ בשותּפֿותדיק־אייגנס און אַ חשובֿער טייל פֿון אונדזער פֿאַראַנקערטקייט אין אַ חלק פֿון אונדזער אידענטיטעט, אין אונדזער עבֿר, און אין אַ חלק פֿון אונדזער עתיד, צו וועלכן מיר טראָגן אַן אַחריות און צו וועלכן מיר זענען זיך מתחייבֿ. פֿאַרוואָס?
כּדי צו פֿאַרזיכערן אַ בכּבֿודיק אָרט פֿאַר ייִדיש אינעם לעבן פֿון אונדזערע קינדער און אינעם לעבן פֿון אונדזער פֿאָלק. זאָלן אַלע וואָס וועלן זיכער קומען נאָך אונדז אַהער, קיין טשערנאָוויץ, צום 120סטן יובֿל פֿון דער קאָנפֿערענץ וואָס וועט פֿאָרקומען אין 2028, דאָס הייסט, בלויז אין אַ קנאַפּן דור אַרום, אונדז ניט נאָר דערמאָנען צום גוטן, נאָר אונדז מישפּטן בקוו־זכות, אַז מיר האָבן געטאָן אונדזער חובֿ בײַ אָט דער זעלטן־היסטאָרישער געלעגנהייט, דהײַנו, מיר האָבן זיך געקלאַמערט אינעם פֿאַרהייליקטן ייִדישן דרך פֿון קעמפֿן קעגן עצבֿות און ייִאוש, דרוך באַנײַען אונדזער צוזאָג, כּסדר צו שטאַרקן ייִדיש, פּונקט אַזוי ווי מיר טוען עס מיט אַלץ וואָס איז אונדז ליב און טײַער. מיר לעבן מיט דער פֿעסטער איבערצײַגונג, אַז אונדזערע יורשים וועלן אויך פּונקט אויף
אָט דעם דרך מיט אונדז מיטגיין.
מיר זענען אין גאַנצן מסכּים מיטן גרויסן דערציילער יצחק באַשעוויס־זינגער, אַז "די וועלט האָט נאָך פֿון ייִדיש ווײַט־ווײַט ניט געהערט דאָס לעצטע וואָרט!" עס קען גאָר קיין מאָל אַזא "לעצט וואָרט" ניט געהערט ווערן, כּל־זמן די ייִדישע גרויסקייט און עקשנות וועלן איבערלאָזן בלוטע צייכנס אויפֿן ווײַטערדיקן גאַנג פֿון אונדזער לעבן און פֿון אונדזער באַליבט לשון.
דאָס אייביקע פֿאָלק האָט דורך ייִדיש צובאַקומען אַ פֿריש הייליק לשון! און אָט דאָס איז אונדזער שבֿועה פֿון טשערנאָוויץ, 2008!
מיר שווערן! מיר שווערן! מיר שווערן! ניט צו פֿאַרלאָזן, נאָר אייביק, צו שטאַרקן, שטיצן און דערהייבן אונדזער באַליבט ייִדיש!
דאָס איז ניט נאָר אַ פֿרומער וווּנטש, נאָר אַ שבֿועה:
אַזאַ יאָר אויף מיר! אַזאַ יאָר אויף אײַך! אַזאַ יאָר אויף אונדז אַלעמען!
יום רביעי, אוגוסט 27, 2008
מעדיצינישע נײַעס: ווי אַזוי ניט דערטרונקען צו ווערן אין מבול
עס מוז זײַן אַן אופֿן אונטערצושיידן די וויכטיקסטע געזונט-שטודיעס פֿון סתּם נאַרישקייטן.
פֿאַרלאָזן זיך קען מען אויפֿן נאָמען פֿון מעדיצינישן זשורנאַל - צום בײַשפּיל, איז דער ניו-ענגלאַנד זשורנעל אָוו מעדיסין אַ שם-דבֿר אין דער מעדיצינישער וועלט. נאָר מע דאַרף אויך מודה זײַן, אַז אויף זייערע שפּאַלן האָט מען אָפּגעדרוקט ניט ווייניק קאַטאַסטראָפֿעס, אַרטיקלען אָן הענט און פֿיס וואָס פֿאַרפֿירן דעם גלייביקן עולם.
דאַרף מען צוקומען צו אַנדערע קריטעריעס פֿון באַגלייבטקייט. אויב איר האָט קיין מאָל ניט געטראַכט וועגן דעם, ווי אַזוי צו זײַן גענוג סקעפּטיש לגבי די ידיעות וואָס דו לייענסט אין פֿאַרשיידענע אויסגאַבעס, זײַט איר ניט אַליין. אויך דאָקטוירים (ווי פֿאָרשערס, וויסנשאַפֿטלערס, און ליטעראַטן אַלערליי) קומט אָן גרינגער צו גלייבן, איידער צו צווייפֿלען. נאָר די ווײַטערדיקע צוגאַנגען וועט אײַך ראַטעווען פֿון ניט ווייניק נאַרישקייטן.
א. ווײַזט מיר דאָס געלט. אויב די מחברים פֿון אַ געוויסער אויסגאַבע ווערן אונטערגעשטיצט (מיר זאָגן ניט אונטערגעשמירט) פֿון דער פֿאַרמאַצעווטישער פֿירמע וואָס פּראָדוצירט דעם מעדיקאַמענט וואָס ווערט אויסגעפֿאָרשט, דאַרף מען זײַן אַ קאַפּיטשקע מער סקעפּטיש שייך די רעזולטאַטן וואָס מע גיט איבער.
ב. קאָנטראָל, קאָנטראָל, קאָנטראָל. יעדע שטודיע פֿון מעדיקאַמענטן אָדער אַנדערע געזונט-באַהאַנדלונגען דאַרף פֿאַרגלײַכן צוויי גרופּעס: יענע וואָס באַקומען די שטודירטע באַהאַנדלונגען, און די, וואָס ניט. יענע גרופּעס דאַרף אויף ווי ווײַט מעגלעך זײַן אומבאַקאַנט די אויסטיילונג פֿון די יחידים צווישן די צוויי גרופּעס, ווי אויך בײַ די פֿאָרשערס אַליין. אַ בײַשפּיל: אַ שטודיע וואָס איז צעפּויקט געוואָרן אין אַ סך ערטער (דעם פֿאָרווערטס אין איינעם) זאָל האָבן אויפֿגעוויזן, אַז די עופֿעלעך וואָס ווערן געזייגט לענגער ווערן דווקא קליגער פֿון אַנדערע וואָס עסן פֿון דער ברוסט ווייניקער חדשים. ווײַזט זיך אָבער אַרויס, אַז די עקספּערטן וואָס האָבן געדאַרפֿט אָפּשאַצן די אינטערליגענץ פֿון די אויפֿגעהאָדעוועטע קינדער האָבן געוווּסט ווער ס'זײַנען געווען אין וועלכער גרופּע. אין אַזאַ פֿאַל איז גרינג צו "וויסן" אין פֿאָרויס וואָס דער ענטפֿער וועט זײַן און דערמיט פֿאַרפֿירט צו ווערן פֿון אַן אונטערבאַוווּסטזיניקער פּנייה.
ג. ניט בײַ מאָטיען. פֿאַראַן רעזולטאַטן פֿון וויסנשאַפֿטלעכע שטודיעס וואָס זײַנען ממש אומגלייבלעך. אָפֿטמאָל איז די סיבה, וואָס מע טאָר זיי טאַקע ניט גלייבן. צעלפֿאָנען רופֿן אַרויס מוח-ראַק? ס'קלינגט זייער מאָדנע, אַיאָ? ווײַזט זיך אַרויס אַז אַלע פֿאַרלאָזלעכע שטודיעס האָבן ביז אַהער אויסגעפֿונען אַז די פֿאַרבינדונג צווישן זיי איז כּמעט ווי נישטאָ. וואַקצינען זײַנען די לאַנג געזוכטע סיבה פֿאַרן אַוטיזם? דאָס לייגט זיך ניט אַזוי אויפֿן שׂכל (און ס'איז טאַקע ניט אמת). מע דאַרף ניט האָבן קיין וויסנשאַפֿטלעכן דיפּלאָם כּדי צו ווענדן אַ ביסל געזונטן סקעפּטיצים אויף די לעצטע מעדיצינישע נײַעס.
ד. וואָס איז די נפֿקא-מינה? לאָמיר זאָגן אַז עפּעס אַ זאַך אין טאָג-טעגלעכן לעבן איז יאָ פֿאַרבונדן מיט אַ געוויסער העכערער ריזיקע פֿון אַ קראַנקייט. לאָמיר זאָגן (סתּם אַזוי, כ'האָב דאָס קיין מאָל ניט געהערט) אַז טאַראַקאַנען-אָפּפֿאַל פֿאַרהעכערט די ריזיקע פֿון באַקומען קאַנסער. די צווייטע פֿראַגע דאַרף זײַן: אויף וויפֿל? אויב ווייניקער ווי אַ טויזנטל, לאָמיר זאָגן, איז דאָס עפּעס וואָס כ'דאַרף דערלויבן צו בײַטן מײַן לעבנס-שטייגער? וועל איך לאָזן דעם טאַראַקאַנען-אָפּפֿאַל מאַכן מיר משוגע? מע דאַרף אַלץ פֿאַרשטיין אין קאָנטעקסט, ד"ה...
ה. געדענקט די אמתע סכּנות. דאָס אויבן דערמאָנטע איז ניט אויסן צו זאָגן אַז ס'איז ניטאָ קיין אמתע געזונט-סכּנות אין לעבן. מע דאַרף אָבער געדענקען, אַז ס'רובֿ פֿון די אמתע, לעבנס-געפֿערלעכע סכּנות זײַנען שוין גוט באַקאַנט. רייכערן, איבערוואָג, ניט-קאָנטראָלירטע צוקער-קראַנקייט, דעפּרעסיע, איידס, אויטאָ-עקצידענטן, זעלבסטמאָרד, ראַק... דאָס זײַנען די אמתע געפֿאַרן וואָס דער מענטש ראַנגלט זיך קעגן דעם. אַנדערע סכּנות זײַנען יאָ דאָ, נאָר כ'בין מסופּק צי מע דאַרף טאַקע זײַן באַזאָרגט וועגן יעדער קליינער ריזיקע.
אין שײַכות מיט דער טעמע פֿרעגט זיך אויך: פֿאַר וואָס זײַנען דאָ פֿיל מענטשן וואָס שרעקן זיך פֿאַר יעדער נײַער מעדיצינשער שטודיע? טייל זאָרגן זיך, ווײַל זיי האָבן ראַיות (אײַזערנע צי גאָר הינקעדיקע) אַז עפּעס אין זיער סבֿיבֿה קען שעדיקן דעם געזונט. דאַרף אַזאַ מין מענטש וועגן און מעסטן די באַווײַזן, און נאָך אַ סך באַמיִונגען אונטערציִען אַ סך־הכּל. אויב זי קומט צום אויספֿיר אַז צעלפֿאָנען זײַנען ממש אַן אמתע סכּנה, קען זי אפֿשר פּרוּוון פֿאַרקלענערן די ריזיקע - ניצן אַ הער-אַפּאַראַט, צום בײַשפּיל, און ניט האַלטן דעם צעלפֿאָן דירעקט צום אויער.
טייל זאָרגן זיך אָבער ווײַל זיי זאָרגן זיך וועגן אַלץ וואָס ס'לאָזט זיך, מע זוכט נאָר אַ ציל פֿאַר די דאגות וואָס שוועבן אין דער לופֿט. ווען געזונט-נײַעס, איז געזונט, ווען די נאַטור-סבֿיבֿה, איז דאָס. ס'איז אַוודאי שווער צו וויסן אויב מ'איז אַליין איינער פֿון יענע מענטשן וואָס זאָרגן זיך ווײַל אַזוי איז זייער צוגאַנג צום לעבן. בײַ די עקספּערטן אין מוח-געזונט הייסט דאָס פּחד (אַנסײַיעטי) אויב עס שטערט דעם אַלגעמיינעם לעבן. אויב אַ מענטש לײַדט פֿון אַזאַ פּראָבלעם, וואָלט מסתּמא געווען בעסער פֿאַרן געזונט צו פֿאַרנעמען זיך מיט דעם, איידער מיט צעלפֿאָנען און קאַנסער..
יום שני, אוגוסט 18, 2008
דער העליקאפטער פליט אפ פון בית-מדרש (שפאנענדע מעשה ב)
זלמן האט כמעט פארגעסן אין דעם אז ער וועט באלד דארפן ארויסשפרינגען פון העליקאפטער, אזוי ניט-גוט איז אים יעצט. "וואס האבן מיינע שוואר-און-שוויגער צו טאן מיט דער אינטערנאציאנאלער קריג קעגן אעמריקע?"
"פרעג זיי," האט מארטי גרעם (אזוי הייסט דער גוי) קורץ א זאג געטאן, און אראפגעבראכט דעם העליקאפטער נאענט צו דער ערד. "מיר וועלן זיי באלד זען. אין טורמע."
זלמן האט ניט געוואוסט אויב ער איז שאקירט אדער פרייליך.
אַ פֿריילעכן יובֿל פֿון טשערנאָוויצער שפּראַך־קאָנפֿערענץ!
מאַמע־לשון איז עד־היום אַ נאַציאָנאַלע שפּראַך בײַ ייִדן...!
יום חמישי, אוגוסט 14, 2008
אַלע טרויעריקע פּאַסירונגען פֿון איר לעבן
פֿון מײַן ניט געטיילטער ליבע פֿיל איך זיך קיין האָר ניט אומגליקלעך. פֿאַרקערט. מיר איז קיינמאָל ניט אַזוי גוט געווען. און איך גיב זיך ניט קיין מינדסטע מי עס אויסצובאַהאַלטן. הגם פֿון קינדווײַז אָן בין איך געוווינט קיין פֿרייד ניט אַרויסצוּווײַזן. פֿון מײַן מאַמען האָב איך עס איבערגענומען אַזאַ מידה. מײַן מאַמע האָט אַלע יאָרן געבונטעוועט קעגן איר פֿינצטערער דאָליע. איר באַליבט ווערטל איז געווען, "אַ הונט זאָל אַ לעק טאָן מײַן האַרץ, וואָלט ער זיך אָפּגעסמט". אויף אַ מיאוס מיידל פֿלעגט זי זאָגן: "זי איז שיין, ווי מײַן מזל איז שיין". און אַ דיקן העפֿט האָט מײַן מאַמע זיך אײַנגעשאַפֿן, אַ העפֿט מיט שוואַרצע טאָוולען, וווּ זי פֿלעג פֿאַרשרײַבן אַלע טרויעריקע פּאַסירונגען פֿון איר לעבן.פֿון רבֿקה רובין, עס שפּינט זיך אַ פֿאָדעם: דערציילונגען (סאָוועטסקי פּיסאַטעל, 1975), ז 33.
יום שלישי, אוגוסט 12, 2008
טאָג און נאַכט
דערפֿרוירענע וואַרטן מיר אין בייזן טאָג
אויף נאַכט לבֿנהשער,
אויף לבֿנה צערטלעכער.
אָנגעשראָקן, וואַרטן מיר אין בייזער נאַכט -
אויף טאָג דעם זוניקן,
אויף זון דערבאַרעמדיקער.
טאָג און נאַכט -
גרויס זײַנען מיר זיי אין די אויגן,
זיי וואַרפֿן זיך מיט אונדז.
קליין זײַנען מיר, גאָר קליין -
פּחד שלעפּט אונדז צו דער ערד,
ווי זײַנס, ווי אייגנס.
וווּהין זשע זאָלן מיר זיך הינטאָן,
קליינע?
וווּהין אונדזער גרויסן ווייטאָג הינטאָן,
ווייטאָג?
ליבע?
סודות?
טאָג און נאַכט -
גרויס זײַנען מיר זיי אין די אויגן,
זיי וואַרפֿן זיך מיט אונדז.
--לייב קוויטקאָ (אומגעקומען אויגוסט 12, 1952)
יום שני, אוגוסט 04, 2008
שפֿיכות־דמים וועט זײַן
געבליבן אַליין מיט די ווינטן וואָס פֿאַרצוימען דאָס נאַכטיקע שוואַרצעניש.
צוגרייטן דעם וועג מיינט וויסן צו געבן:
שפֿיכות־דמים וועט זײַן
נאָר בלויז בייזס וועט מען צעשטערן.
איין וואָלקן־קראַצערישע נשמה־ליכט
פֿאַר אַלע נשמות פֿון אַלע צײַטן.
ענד
אַלע צוזאַמען
פּערפֿעקטע שטילקייט
יעדער קול דובֿר־
ואינו־שומע
דאָס איז
לחלוטין נײַ
ברוטאַל בלוטיק שמײַסעריש שמוציק
נאָר אָן אומזיסטע טויט
אָן דורכפֿאַל
די רייד פֿון אַ פֿורכטבאַרער ערד
לאָמיר זײַן תּוקע
יום רביעי, יולי 30, 2008
א שפאנענדע מעשה פון שפיאנען און יידיש-רעדנדע גויים
דער טעלעפאן האט געקלונגען. ווער האט גערופן? ס'איז זומער אין די גאנצע וועלט איז אין קאנטרי. ער אליין איז געבליבן אין כפר אהרן צו ערליידיגן געשעפטן. ער פארקויפט גארבעדזש קאנס מהדרין מן המהדרין, מילכיג און פליישיג. אפילו זומער דארף מען א פלאץ צו לייגן דעם גארבעדזש.
ער האט אויפגעהויבן. "האלא?"
א שטימע האט גערעדט. "דאס איז ברוס וואלערסבי פון דער אמעריקאנער סיקרעט סערוויס. מיר האבן אויסגעפונען א קאנספיראציע צווישן די כינעזער, די איראנער, די רוסן, די אנטיסעמיטן, די מעטס, די פארנאגראפיקערס, און אייערע מחותנים. כאטש איר קענט גארניט וועגן וועלט-פאליטיק און אייער ענגליש איז שוואך, זייט איר די איינציגע וואס קען פארשטיין די סתרי-תורה פון אייער שווער-און-שוויגער. ביטע העלפט."
זלמן האט געדארפט א טראכט טאן. ערשטנס האט ער אסאך גארבעדזש ווארט אויף אים, צווייטנס האט ער געהערט אז איז אזעלכע מעשיות שיסט מען. ער האט מורא פאר שיסן. מאידך גיסא האט ער געהערט אז אין די רעגירונג-געביידעס איז דער עיר-קאנדישן בעסער.
"פאר וואס ניט?" האט ער געזאגט.
דער העליקאפטער האט אים ארויסגעהויבן פון זיין בית-מדרש אין פינף מינוט ארום.
יום ראשון, יולי 20, 2008
אַ פֿרעמדער אין אַ פֿרעמדן לאַנד
די פּיאַנע (אַ ליד פֿוּן יאָני פֿײַן)
האָט די לעצטע צוויי יאָר צוגעקרענקט,
זײַן גוף איז לאַנגזאַם אײַנגעשרומפּן געוואָרן
ווי ער וואָלט זיך פֿוּן דער וועלט אויסבאַהאַלטן
און מיט ציטערדיקע הענט ערגעץ
אין אַ פֿאַרבאָרגענעם
לעבנס-צענטער זיך אָנגעהאַלטן.
און דאַן, איין טאָג
האָט ער מיר די שליסלעך
פֿון זײַן דירה אָנפֿאַרטרויט.
ר'האָט געמוזט גיין אין שפּיטאָל
אויף אַן אָפּעראַציע.
און ר'האָט מיך געבעטן
כ'זאָל אויף די צוויי וואַזאָנען אין פֿענצטער
אַכטונג געבן.
-- כ'קען זיי צו מיר אַרײַנשטעלן --
האָב איך אים פֿאָרגעלייגט.
-- ניין, ניין -- האָט ער אויסגעשטאַמלט.
-- די פּיאַנע מוז מיט עמעצן לעבן. --
ר'האָט אַראָפּגעלאָזט דעם קאָפּ.
און ווי פֿאַרשעמט צוגעגעבן,
-- און אויב איר האָט צײַט, וואָלט גוט געווען
איר זאָלט, איין מאָל אַ וואָך, אין אָוונט
לעבן דער פּיאַנע כאָטש אַ רגע זיצן.
(פֿון דער פֿינפֿטער זמן, פֿאַרלאַג ציקאָ, 2008.)
יום שישי, יולי 18, 2008
חורבן אייראָפּע איז ניט חורבן הבית
צוריקגערעדט, אַז מע מאַכט אַ "יום" פֿון דער שואה, איז אויך ניט ריכטיק. ס'איז ניט אַ דאַטע מיט אַנדערע היסטאָרישע דאַטעס צו גלײַך. צו מוזיייִזירן און היסטאָריזירן דעם חורבן איז אויך אַ טעות.
איז דאָס בעסטע אפֿשר ניט צו געדענקען בכלל אויף אַן אָפֿיציעלן אָדער ליטורגישן אופֿן, פּשוט איבערצוגעבן דאָס געדעכעניש מדור לדור ווי באַהאַלטענע פּײַן. דער בית-המקדש קען ווידער אויפֿגעבויט ווערן (בפּועל ממש אָדער מעטאַפֿאָריש) נאָר יענע "חורבן-געוואָרענע" וועלט קען מען ניט מחייה-מתים זײַן.
יום חמישי, יולי 17, 2008
באָרכעס ליסטע פֿון ייִדישע קינדערביכלעך
די צען טויזנט חשבונות פֿון רעב כאָבקאַנגיילט
וווּ איז דער מאַמעס האָר?
פֿאַר וואָס דער מענטש האָט פּחד בײַ נאַכט
פֿרוידס פֿילפֿאַרביקע פֿרויען
קינדער פֿאַר דאָמיס
אופּס כ'האָב עס ווידער קאַליע געמאַכט
מײַן היימאַרבעט, דײַן עגמת-נפֿש
די זעלבע מעשׂה וועגן אַן אידיאָטישן בער וואָס ווייסט ניט די טעג פֿון דער וואָך
פֿרום!
נודנע ווען מע האָט עס אָנגעשריבן אין 1955, נאָך מער נודנע ווען מע האָט עס איבערגעדרוקט
פֿייגיס פֿוירסט חופּה
דער טאַטע זיצט אין תּפֿיסה, לאָמיר אים ברענגען קוגל
יום שלישי, יולי 01, 2008
לערנען תּורה מיט די הײַנטיקע גוייִם
דאָס אַלץ איז אָבער לפֿי עניות דעתּי עפּעס ניט שייך. הײַנט, באַזונדערש בײַ די ליבעראַלע קהילות, וווינען מיר ניט אַקעגן און ניט צווישן און ניט אַרומגערינגלט (אָדער באַלאַגערט) פֿון גוייִם, נאָר בפֿירוש מיט זיי, טיילנדיק איין גורל, טוב לצדיק טוב לשכנו אָדער להיפּך. אין אונדזערע קהילות באַטייליקן זיך גוייִם אין אַלגעמיינעם לעבן פֿון דער געמיינדע, געפּאָרט מיט ייִדן און (אין טייל פֿאַלן) ווי קינדער פֿון ייִדן. מיט איין וואָרט: גרים־תּושבֿים. אין דעם פֿאַל, איז די שאלה ניט "מעג מען לערנען מיט זיי תּורה" נאָר וואָדען - ווי אַזוי זאָלן מיר מיט זיי לערנען תּורה? צי זײַנען מיר פּונקט אַזוי מחויבֿ צו לערנען מיט זיי די שיבֿעה מיצוות בני נח, ווי מיט די ייִדן וואָס מע האָט מיט זיי ניט געלערנט קיין תּורה?
מע זאָגט אין פֿיל ספֿרים אַז אַ גוי מעג זיך צואייגענען וויפֿל מצוות ער/זי וויל און וועט דערפֿון באַקומען שׂכר. וואָס איז אָבער די ראָלע פֿון זייערע ייִדישע שכנים, בפֿרט בזמן הזה?
יום ראשון, יוני 29, 2008
יום שני, יוני 23, 2008
עצות
עצי זיתים
האַלט די לייצעס
מיט די ביצים.
עוזר דלים
העלף מיר גיכער.
גבֿר דאלים
זײַ ניט פּישער.
קינדער וויינען
פֿעלט מיר טישוס.
זײַ מיר לייזונג
פֿאַר מײַנע אישוס.
יום ראשון, יוני 22, 2008
אָבער...אָבער איך בין דאָך אַ ייִדישער יענקי!
יענער אייב-קאַהאַניזם [...] האָט סיסטעמאַטיש אײַנגעוואָרצלט געשמאַקלאָזיקייט, געמאַכט אַ קולט פֿון רעפּאָרטאַזש, געשטעלט פֿאַר אַ מוסטער דעם דרעקיקסטן רעאַליזם, צוגערויבט בײַם אַמעריקאַנישן ייִד זײַן לשון פֿון דער אַלטער היים און דורכגעפֿאָרסירט אַ באַרבאַרישן קוידערוועלש, אַן אמתן זשאַרגאָן, מוקצה מחמת פּאַסקודסטווע, הפֿקרדיק און פֿינצטער ווי די איבערגעדרייטע נשמה פֿון אַ ייִדישן יענקי.-אַהרן צייטלין, אין אַ בריוו צו יוסף אָפּאַטאָשו דאַטירט נאָוועמבער 12, 1930
פֿון ברשות-הרבים און ברשות-היחיד, אַהרן צייטלין און די ייִדישע ליטעראַטור, יחיאל שיינטוך, רעד'
יום שבת, יוני 21, 2008
אַנדערע שפּיטעלער אין פֿאַרגלײַך מיט מײַמאָנידעס: צרת רבים חצי נחמה
דער אונטערשייד איז, וואס איך האב קיין מאל ניט געארבעט אלס דאקטער ביי מיימאנידעס. ניין, איך ארבעט ביי ען-וויי-יו, דווקא איינער פון די שפיטעלער וואס מע האט אנגעגעבן ווי א קאנטראסט, א "בעסערער שפיטאל פון מאנהעטן" אקעגן דעם היימישן, כאטש צווייט-ראנגיקן מיימאנידעס.
נאר ניט געקוקט אויף דעם וואס כ'ארבעט ניט אין מיימאנידעס, קען מיין איבערלעבונג ביי ען-וויי-יו ווארפן א געוויסע ליכט אויף די פראבלעמען פון שפיטעלער היינטצוטאג, און ווי אזוי מע קען זיי מתקן זיין. .לאמיר זיך פארשטעלן: כאטש איך בין ניט קיין היימישער איד כ'בין יא שומר מצוות מיט דרך-ארץ פאר און פריינדלעכע באציונגען מיט א סך היימישע אידן. כידוע זיינען א צאל היימישע פאציענטן ביי ען-וויי-יו און כ'האב אפטמאל געהאט די זכ' זיי צו באהאנדלען.
כדי א ביסל מלמד-זכות זיין אויף א שפיטאל לאמיר פרואוון איבערגעבן פון א דאקטערס שטאדנפונקט די פראבלעמען וואס שטייען פאר אים יומם-ולילה. אז מ'איז "אָן קאַל" (אויף משמרת) ביי עמערדזשענדי רום איז א פרייע רגע און א ווינקל וואו אפצואטעמען ממש א יקר-המציאות. כסדר שטראמען זיי אריין, מיט וויי-געשרייען, פארבלוטיקטע קעפ, פרעמדע לשונות - טייל שיכור, טייל פארטויבט פון דראגס, און רוב מאל אן אינשורענס. דער דאקטער איז איבערגעלאדן, אויסגעשלאגן, און - מיט איין מאל - מחויב צו זיין קאמפעטענט, סענסיטיוו, געדאנקלעך.
אין מיטן דערינען, די פאמיליעס וואס שטייען אויף דער וואך. זיי גיבן אכטונג, זיי זיינען גאטספארכטיקע אידן, נאר טייל מאל - איר זאלט מיר מוחל זיין - פלאנטערן זיי זיך אונטער די פיס. אז איך זאג אז קיין בעט איז ניט עוויילאבל פון וואנען זאל איך פלוצעם ארויסציען פון ארבל א ליידיגן בעט? א כישוף-מאכער בין איך ניט! און א כשר סענדוויטש וואלט איך געוויס געוואלט ברענגען, נאך אפענדיקן מיט צען אנדערע חולים מסוכּנים.
איר האט אפשר באמערקט אז כ'האב די פאציענטן גערופן "זיי." "נאך עפעס א פאציענט",ווי מע האט דאס פארמולירט אין ארטיקל, איז ניט ווייט פון דער אמתער באציונג פון א דאקטער וואס ארבעט לאנגע שעהען, פארפלייצט פון א ים קראנקע. מע הייבט אן אוודאי מיט די בעסטע כוונות, מיט "מיסטער" און "מיס",מיט "פליס" און "טענק יו", נאר פאר א סך דאקטוירים ווערט דאס צו שווער אנצוהאלטן.. דער חולה ווערט א פאציענט און דער פאציענט ווערט ניט מער ווי א קראנקייט אן א נשמה.
מיט איין וויכטיקן פונקט פון ארטיקל מוז איך זיין מחולק. מע האט ארויסגעבראכט די פארשפרייטע השערה, אז נאר די נוירסעס זיינען אחראי פאר ארויסווייזן סענסיטיווקייט און קעיר נעמען פון די פאציענטן. דאס איז אן אלטמאדישער מהלך פון דער מעדיצין. היינט פארשטייען וואס מערערע שפיטעלער, אז אויך די דאקטוירים זיינען מחויב צו זיין פריינדלעך און מענטשלעך. זייערע קענטענישן זיינען ניט אלץ.
דערפאר פרואוון היינט די שפיטעלער (און כ'בין זיכער אז אויך מיימאנידעס איז איינער פון זיי) צו טוישן זייער אייז-קאלטן אימאזש, צו ענטווילקען א ווארעמע פערזענלעכקייט.
אוודאי זיינען רוב שפיטעלער ענלעך. נאר אינעם צייטשריפט ארטיקל האט מען געשטעלט די פראגע, וועלכע זיינען בעסער?
די צרה איז, וואס פון א דאקטערס שטאנדפונקט איז גארניט אזוי פשוט צו געבן אן ענטפער. וואס מיינט עס צו זאגן אז שפיטאל פלוני איז "בעסער" פון אלמוני? אז ווייניקער חולים שטארבן אין פלוני? דאס קען פשוט מיינען, אז די חולים וואס זיינען אריין אין פלוני זיינען געווען געזינטער לכתחילה ווי די חולים פון אלמוני. אז זיי בלייבן ניט אזוי לאנג אין שפיטאל? קען זיין אז זייער אינשורענס האט ניט געדעקט אזוי פיל טעג. אז די פאציענטן זיינען מער צופרידן פון איין שפיטאל ווי פון צווייטן? דאס איז א מעגלעכקייט, נאר נאך א מאל קען זיין אז איין שפיטאל האט פשוט צוגעצויגן די פאציענטן וואס רעדן זיך אפ מער.
אויב די פראבלעמען פון מיימאנידעס זיינען ניט אזוי אנדערש ווי פראבלעמען פון ען-וויי-יו, און ס'איז ניט אזוי לייכט אונטערצושיידן די שפיטעלער, ווי אזוי זשע קען מען פרואוון מאכן א תיקון-שלם? ווי אזוי קען מען לייזן די פראבלעמען?
לאמיר נעמען צום ביישפיל דעם הויפט-פראלבעם וואס מע האט דערמאנט אין ארטיקל - די עמערדזשענדי רומס. פאר וואס זיינען זיי אלע מאל געפאקט? פאר וואס דארף מען טאקע ווארטן אזוי לאנג? אוודאי (ווי איין עסקן האט געזאגט) איז דאס א פאקט, נאר ס'איז א פאקט וואס מע קען אפשר טוישן. זיי זיינען געפאקט ווייל מיליאנען מענטשן אין אמעריקע האבן ניט קיין אינשורענס און מוזן ניצן די עמערדזשענסי רומס ווי סתם דאקטער-אפיסעס. אייער באבע וואס האט ר"ל צעבראכן איר היף אין עלטער פון 95 יאר דארף מסתמא ווארטן דריי שעה ווייל א 25-יאריקער בחור קומט אריין מיט א פארקילונג...
ווי פארריכט מען דאס? ווי געזאגט בין איך ניט קיין היימישער איד, נאר פארשלאגן קען איך צוויי ברירות. איינע וואלט געווען אויפצובויען א געזונט-סיסטעם פון דאס ניי, נאר געאייגנט פאר היימישע אידן. די צווייטע וואלט געווען אפצוגעבן זיך א דין-וחשבון: אויב גויישע ארעמעלייט פעלט אינשורענס, וועט דאס בלית-ברירה ווירקן אויפן קוואליטעט פון די עמערדזשענסי-רומס, אפילו פון היימישע שפיטעלער (ווייל עמערדזשענסי רומס דארפן באהאנדלען יעדן איינעם). וואלטן היימישע אידן אפשר געדארפט זיין פאראנטווארטלעך אויך פאר דעם "געזונט" און דעם גאנצן מהלך פון מעדיצין אין אמעריקע.
בקיצור: 1. דאס ארטיקל איז גערעכט! אומעטום איז שלעכט.
2. זייט ניט מייאש! מיימאנידעס איז מסתמא ניט ערגער פון אנדערע פלעצער.
3. חזקו ואמצו! העלפט אויסברייטערן אינשורענס אין אמעריקע. די עמערדזשענסי רומס וועלן זיך אויסליידיקן, אן מע וועט קענען בעסער קעיר נעמען פון אייערע באבעס
יום שישי, יוני 20, 2008
יום שני, יוני 16, 2008
יום ראשון, יוני 15, 2008
שיִער ניט פֿאַרגעסן
(האָב איך שוין דערמאָנט אַז מײַן פֿאַנטאַזיע - איינע פֿוּן זיי - איז איבערצוזעצן יוליסעס אויף מאַמע-לשון?)
איך וויל ווייניק
לעבן אָן ענד
שטאַרקע הענט
געקענסלט טויט.
נאָר דער וועג צום לויטער
פֿירט דורך די טײַוולאָנישע גבֿעות
די הימלהויכע.
פֿרײַטיק-צו-נאַכטס אינעם ביקור־חולים־צימער
ס'איז מאָדנע צו פֿילן אַ חובֿ צו אַ גרופּע וואָס מ'איז ניט מסכּים מיט איר וועגן די יסודות פֿון איר השקפֿה. אַזוי אָבער איז דער פֿאַל מיט סאַטמערער חסידים און זייער ביקור-חולים צימער אין דעם שפּיטאָל, וווּ איך אַרבעט. ניט דער עיקר צוליב דעם, וואָס די פֿרויען וואָס פֿירן אָן דערמיט, שטעלן צו, אומזיסט און פֿאַר צדקה-צוועקן, הייסע שבת- און וואָכעדיקע מאָלצײַטן פֿאַר פּאַציענטן און דאָקטוירים, נאָר אויך דערפֿאַר, וואָס אין דעם צימער (וווּ איך האָב שוין פֿאַרבראַכט אַ היפּש ביסל צײַט בשעת מײַנע טרענירונג-יאָרן ווי אַ רעזידענט-דאָקטער) טרעפֿן זיך פֿאַרשיידענע שיכטן פֿון דער פֿרומער ייִדישער קהילה וואָס באַגעגענען זיך זעלטן.
יום שישי, יוני 13, 2008
גיור און הצטרפות
איך זע אָבער צוויי קאָמפּליקאַציעס. ערשטנס, כ'האָב אַ חשד אַז מיטן עם ישׂראל מיינט זי דערעיקר (אָדער בלויז) ישׂראלים וואָס ווילן אויך זײַן יהודים. וואָלטן די בני-תּפֿוצות געווען אויסגעלאָזט.
צווייטנס, רעדט זי (אָן אַ זײַט) וועגן דעם וויסן וואָס מע וואָלט געדאַרפֿט באַהערשן כּדי אַרײַנגענומען צו ווערן ווי אַ מיטגליד פֿון פֿאָלק. דאָס באַשטימען די נייטיקע יסודות וואָלט געווען היפּש שווער און מסתּמא שטאַרק צוגנייגט צו אַ ציוניסטישן באַגריף פֿון פֿעלקערשאַפֿט...
יום חמישי, יוני 12, 2008
דער אמת איבערן אַמעריקאַנער געזונט-סיסטעם
דער אמתאָז מע לייענט איבער דעם גאַנצן מאמר, אַ צען-פֿופֿצן זײַטן (פֿאַרשפּאָר זיך די טירחה, כ'האָב עס שוין געטאָן) איז די הויפּט-טענה קלאָר: דער עמערדזשענסי-רום איז בײַ מײַמאָנידעס געפּאַקט, ממש אָנגעפּראָפּט מיט חולים, און מע דאַרף וואַרטן ביז אַחרית-הימים מע זאָל געזען ווערן.
איבער מיימאנידעס
מעדיקעל
צענטער
עסקנים און צענדליקער געוועזענע פאציענטן באקלאגן זיך צו צייטשריפט איבער די נעגאטיווע באהאנדלונגען אין דעם בארא-פארקער שפיטאל - טייל עסקנים זאגן אז אנדערע שפיטעלער זיינען גארנישט בעסער - וואס קענען מיר טון צו פארבעסערן די סיטואציע?
איך גרייט צו (מיט דער הילף פֿון אַ חבֿר) אַן אָפּרוף אויף יענעם שטיקל. דאָ אָבער קען איך זײַן ווייניקער טאַקטפֿול: גוט שבת! די פּראָבלעם מיט מײַמאָנידעס איז די זעלבע מיט אַלע אַמעריקאַנער גרויס-שטאָטישע שפּיטעלער. מע פּאַקט די אי-אַרס ווײַל מע האָט ניט פֿאַרזיכערונג און ניט גענוג צוטריט צו אַלגעמיינע דאָקטוירים, ניצט מען די גיכע הילף ווי זייער פּריוואַטע קליניק.
איז, מײַנע ליבע חרדישע פֿרײַנד, איר האָט אַ ברירה. אָדער זײַט ריינע "אויסטריט-געמיינדע"ניקעס און שאַפֿט זיך אַ "ריינעם, היימישן" שפּיטאָל פֿוּן דאָס נײַ (הצלחה!) אָדער גיט זיך אָפּ אַ דין-וחשבון אַז אַפֿילו העם בדד יושבֿ דאַרף מאַכן יד-אַחת מיט די וואָס ווילן פֿאַרריכטן דעם אַמעריקאַנער געזונט-סיסטעם. בקיצור: כּל-זמן איר העלפֿט ניט פֿיקסן דאָס צעבראָכענע, וועט אויך "אײַער" שפּיטאָל בלײַבן אַ שבֿרי-כּלי.
יום חמישי, מאי 29, 2008
אַ שפּאַציר איבער דער פֿאָווערטס-רעדאַקציע
ספק פיקוח נפש און די מעדיצין פון ספקות
-דאקטער, אויב א מענטש האט טשעסט פיין קען ער אהיימגיין צוויי שעה צו פוס שבת?
-עס ווענדט זיך וואס פאר א מין טשעסט פיין, וואס איז די סיבה דערפון?
-די דאקטוירים האבן געזאגט אז עס האט ניט צו טאן מיטן הארץ, נאר איך האלט ס'איז נאך א סכנה. וואס האלט איר?
-כ'דארף אנקוקן דעם מענטש. פאראן אבער א סך סיבות צו האבן טשעסט-פיין...
דעמאלט האט זיך פארפירט דער שמועס אין כמה ריכטונגען. דערוואוסט האב איך אויך כמה זאכן: אז איינער פון די סאטמער רבנים האב מתיר געוווען א קאר אהיים שבת פאר עמעצן וואס פאלט אריין אין עמערדזשענסי-רום מיט ברוסטווייטיק. און אויך אז יענער ייד מיטן ווייטיק דער נידון דידן האט עלף קינדער בלע"ה אין דער היים. דאס דערקלערט זיין ווייטיק פון מיינעט וועגן!
דאס פרוסטרירנדיקסטע אבער איז געווען מיין דורכגעפאלענער פרואוו איבערצוגעבן, אז מיין מיינונג (אדער אבי א דאקטערס מיינונג) וועגן סכנה/ניט סכנה האט ווייניק צו טאן מיט ספק פיקוח נפש. ווייל דער ייד האט געבעטן ביי מיר א יא/ניין-תירוץ ווען דער גאנצער עיקר פון ספק פיקוח נפש שטעקט דאך אין פראבאביליטי. די צוויי בחינות דעקן זיך ניט!
האב איך געזאגט מיט א פוילן ענטפער:
-אייער רב איז גערעכט. בעסער ער זאל ניט אהיימגיין.
היימישע מיידלעך, סעקס, בחורים, ווילדע מעשׂים
רבי בעל-כּרחו
יום שלישי, מאי 27, 2008
מע האַלט בײַם אויפֿדעקן די כּלה
דאָס גייט אַרויס פֿאַרשטייט זיך בײַם מוציאים לאור די ייִדישע שטוב, ליוועראַנטן פֿון קוואַליטעט-ביכלעך זינט... 2003 למספּרם.
מער וועגן דעם ווען די פֿולע שיקונג קומט צו שיפֿלען פֿוּן סינגאַפּור. כ'וואָלט געמאַכט אַ שהחיינו נאָר (אַזוי ווי בײַ נעליים) בין איך זיכער, אַז די ביכלעך וועלן באַלד אויסגעקויפֿט ווערן און אָפּגעשמוציקט דורך די פֿינגער פֿון נײַגעריקע קליין און גרויס.
יום שישי, מאי 23, 2008
אומדערווארטער שטאלץ
יום חמישי, מאי 22, 2008
יום שני, מאי 19, 2008
ניט אין דיקדוק נאָר אין סיגנון גייט עס
בקיצור: יעדער וואָס רעדט ייִדיש רעדט מיט אַ גראַמאַטיק.
סטיל איז עפּעס אַנדערש. ווי איך פֿאַרשטיי איז סטיל אויך שייך בײַ דער גערעדטער שפּראַך, נאָר מע פֿאַררופֿט זיך מער אויף דעם מער ווען עס גייט די רייד וועגן דער שרײַב-שפּראַך. סטיל איז נוסח, סיגנון, ווי אַזוי מע שרײַבט, מיט וועלכע ווערטער און אין וועלכן סדר. יעדער האָט במילא אַ גראַמאַטיק, נאָר שרײַבן קען מען גראַמאַטיש אָן אַ לעק סטיל.
ווען מע קוקט אַרײַן אין אַ ווערטערבוך (אויף וואָסער לשון זאָל ניט זײַן) ניט נאָר מע ברייטערט דאָס אייגענע ווערטער-וויסן, נאָר מע לערנט זיך ווי אַזוי אויסצודריקן זיך בעסער. מע שאַפֿט זיך בעסער געצײַג. וואָס "בעסער" הייסט . . . דאָס איז שוין אַ פֿראַגע וואָס מע קען אַרומרעדן שעהען לאַנג.
יום ראשון, מאי 11, 2008
(קיין) הלל מיט (אָן) אַ ברכה
דאָנערשטיק האָב איך ניט געזאָגט הלל. שבת האָב איך יאָ געזאָגט, נאָר אָן אַ ברכה. דאָס איז בײַ מיר אַ נײַע הנהגה.
לאָמיר זיך פֿאַרענטפֿערן. דאָס יאָר האָב איך זיך צום ערשטן מאָל אָפּגעגעבן אַ חשבון: איך בין סײַ אַ רעליגיעזער ייִד, סײַ אַ ציוניסט - דאָס הייסט אָבער ניט, אַז כ'מוז דווקא זײַן אַ רעליגיעזער ציוניסט. אין מײַן פֿאַל, דווקא פֿאַרקערט. ווײַל (לויט די איינציקע לויפֿיקע שיטות) צו זײַ אַ רעליגיעזער ציוניסט מיינט אַז דער אויפֿקום פֿוּן מדינת-ישׂראל איז באַשערט פֿון אייבערשטן. וואָס מיינט דאָס "באַשערט"? אויב אין אַ לויזן זין (דאָס הייסט, אויפֿן זעלבן אופֿן ווי די אַמעריקאַנער רעוואָלוציאָנערע מלחמה אָדער די הונדערט-יאָריקע מלחמה זײַנען געווען באַשערט), האָט דער רעליגיעזער ציוניזם ניט קיין ספּעציעלער זוכת. אויב אָבער אין אַ שטרענגערן זין -- דווקא מדינת-ישׂראל איז "באַוויליקט" (בלשון תּרגום יהואש) בײַם אייבערשטן, און אַלע אַנדערע געאָ-פּאָליטישע ישן - ניט.
אַזאַ באַגריף איז (א) ממזריש שווער צו פֿאַרטיידיקן און (ב) פֿירט אַרײַן דעם חקרן איז אַ טיפֿן זומפּ. וואָס מיינט עס צו זאָגן אַז די מדינה איז באַשערט? צום בײַשפּיל, איז די הסתּדרות אָדער בזק אָדער מכּבי ספּעציעל באַליבט בײַם אייבערשטן? צי איז באַזונדערש נושׂא-חן בײַם הקב"ה, ווען דער חרדישער רבנות הראשית איז פּוסל די גרות פֿון אַן אומשולדיקע גיורת?
ווײַט פּשוטער (און יושרדיקער צו אַ רעאַליסטישן צוגאַנג צו ישׂראל) צו זאָגן אַז די מדינה איז נאָר אַ מדינה. ניט בעסער און ניט ערגער ווי אַנדערע מערבֿדיקע דעמאָקראַטיעס, אלא וואָס - אַ ייִדישע, און דערפֿאַר אײַנגעבאַקן בײַ מיר אין האַרצן. איך מעג פֿײַערן דאָס געבורטסטאָג אָן צו בעטן דעם אייבערשטנס ספּעציעל אַצילות. די מלוכה איז נאָר אַ מלוכה, און ניט (הלכהש) מלכות.
לגבי ישׂראל בין איך צופֿרידן אײַנצוזען, אַז כ'מעג זײַן פּאָזיטיוו, שטיצעריש, ציוניסטיש - אָן צו זײַן אַ כניאָק.
יום שישי, מאי 09, 2008
יום ראשון, מאי 04, 2008
פֿרוסטרירט, ווידער
ניט געקוקט אויף דעם גרויסן דערפֿאָלג וואָס די חסידישע געזעלשאַפֿט האָט דערגרייכט זײַנען דאָ חסרונות, ווי אין יעדער געזעלשאַפֿט.
און (אַזוי ווי איך שרײַב פֿון אַ קוקווינקל וואָס שאַצט אָפּ בפֿירוש די וויכטיקייט און נוצלעכקייט פֿון אַ געדאַנקלעכער ליטעראַטור אויף ייִדיש) איז איינע פֿוּן די חסורונות אַזאַ פֿאַרגעסעניש: דאָס פֿאַרגעסן אַז מע האָט אָנגעשריבן ביכער אויף ייִדיש וואָס זײַנען כּדאַי צו לייענען און וואָס מע פֿאַרזעט אין טאָג טעגלעכער געפֿענקעניש אין אונדזער ווינקל שטייגער לעבן.
דאָס איז גאָר! כ'רעד ניט אין נאָמען פֿון אַן אידעאָלאָגיע אָדער פֿון אויבן אַראָפּ. כ'האַלט ניט אַז כ'בין מער אָנגעלייענט אָדער געלערנט אָדער וווילקענעריש אָדער ערלעכער אָדער קליגער אָדער שענער. וואָס יאָ: כ'ווייס אַז אויף דער וועלטס אומענדלעכע פּאָליצעס שטייען מיליאָנען ביכער וואָס כ'וואָלט פֿוּן זיי עפּעס געשעפּט, לשם תּורה, לשם ייִדישקייט, לשם שׂכלדיקייט און מענטשלעכקייט און (פֿאַר וואָס ניט?) גלאַט אַזוי לשם שפּאַס. אויף קאַטאָוועס איז אויך אַ ציל.
און טויזנטער פֿוּן די דאָזיקע ביכער האָט מען אָנגעשריבן אויף אונדזער לשון! אָנגעשריבן עד-היום!
מאָרגן ב"נ וויל איך פּרוּוון אָנהייבן פֿירלייגן אַ פּאָר ביכער וואָס זײַנען באַליבט בײַ אַני-הקטן.
אויב איר זײַט גרייט צו הערן, און ווערט ניט באַליידיקט פֿון די פֿירלייגן. לאָמיר שוין זײַן חבֿר און אַוועקלייגן די קאָמפּלעקסן און געטראָפֿענע געפֿילן! אַ גוטן חודש.
