יום ראשון, מאי 11, 2008

(קיין) הלל מיט (אָן) אַ ברכה

הײַיאָר איז בײַ מיר געווען אַזאַ מין לאַנגער יום-העצמאות (אָדער, ווי איינער אַ לץ רופֿט עס, "יום-העצמות") סוף-וואָך, ווײַל ה' אייר איז אויסגעפֿאַלן שבת נאָר ס'איז געווען דחויה - פֿאָרויסגערוקט ביז דאָנערשטיק כּדי אויסצומײַדן חילול-שבת. (פֿאַר וואָס מיר בני-תּפֿוצות קענען ניט זאָגן הלל און על-הנסים שבת איז מיר קשה.) איז - דאָנערשטיק האָבן מיר געפּראַוועט אַ סעודה אין דער היים, שבת האָט מען געהאַלטן אין איין דרשהנען די וויכטיקייט פֿוּן דער מדינה, און הײַנט (זונטיק) בין איך געגאַנגען מיט ביילקען אויף אַ יום-העצמאות-שׂימחה.

דאָנערשטיק האָב איך ניט געזאָגט הלל. שבת האָב איך יאָ געזאָגט, נאָר אָן אַ ברכה. דאָס איז בײַ מיר אַ נײַע הנהגה.

לאָמיר זיך פֿאַרענטפֿערן. דאָס יאָר האָב איך זיך צום ערשטן מאָל אָפּגעגעבן אַ חשבון: איך בין סײַ אַ רעליגיעזער ייִד, סײַ אַ ציוניסט - דאָס הייסט אָבער ניט, אַז כ'מוז דווקא זײַן אַ רעליגיעזער ציוניסט. אין מײַן פֿאַל, דווקא פֿאַרקערט. ווײַל (לויט די איינציקע לויפֿיקע שיטות) צו זײַ אַ רעליגיעזער ציוניסט מיינט אַז דער אויפֿקום פֿוּן מדינת-ישׂראל איז באַשערט פֿון אייבערשטן. וואָס מיינט דאָס "באַשערט"? אויב אין אַ לויזן זין (דאָס הייסט, אויפֿן זעלבן אופֿן ווי די אַמעריקאַנער רעוואָלוציאָנערע מלחמה אָדער די הונדערט-יאָריקע מלחמה זײַנען געווען באַשערט), האָט דער רעליגיעזער ציוניזם ניט קיין ספּעציעלער זוכת. אויב אָבער אין אַ שטרענגערן זין -- דווקא מדינת-ישׂראל איז "באַוויליקט" (בלשון תּרגום יהואש) בײַם אייבערשטן, און אַלע אַנדערע געאָ-פּאָליטישע ישן - ניט.

אַזאַ באַגריף איז (א) ממזריש שווער צו פֿאַרטיידיקן און (ב) פֿירט אַרײַן דעם חקרן איז אַ טיפֿן זומפּ. וואָס מיינט עס צו זאָגן אַז די מדינה איז באַשערט? צום בײַשפּיל, איז די הסתּדרות אָדער בזק אָדער מכּבי ספּעציעל באַליבט בײַם אייבערשטן? צי איז באַזונדערש נושׂא-חן בײַם הקב"ה, ווען דער חרדישער רבנות הראשית איז פּוסל די גרות פֿון אַן אומשולדיקע גיורת?

ווײַט פּשוטער (און יושרדיקער צו אַ רעאַליסטישן צוגאַנג צו ישׂראל) צו זאָגן אַז די מדינה איז נאָר אַ מדינה. ניט בעסער און ניט ערגער ווי אַנדערע מערבֿדיקע דעמאָקראַטיעס, אלא וואָס - אַ ייִדישע, און דערפֿאַר אײַנגעבאַקן בײַ מיר אין האַרצן. איך מעג פֿײַערן דאָס געבורטסטאָג אָן צו בעטן דעם אייבערשטנס ספּעציעל אַצילות. די מלוכה איז נאָר אַ מלוכה, און ניט (הלכהש) מלכות.

לגבי ישׂראל בין איך צופֿרידן אײַנצוזען, אַז כ'מעג זײַן פּאָזיטיוו, שטיצעריש, ציוניסטיש - אָן צו זײַן אַ כניאָק.

4 תגובות:

  1. אנונימי11:27 AM

    ווי קומט א יידישיסט צו שטיץ און פרייד - צו דער מערדער פון דער יידישער שפראך און קולטור?

    השבמחק
  2. אינטערעסאַנט! כ'וואָלט געמעגט שווערן אַז די נאַציס און סטאַלין - ימח שמם - האָבן אַדורכגעפֿירט חורבן אייראָפּע. ניט ישׂראל.

    איר קענט מיר אויפֿווײַזן אויף אײַערע באַגלייבטע היסטאָרישע מקורים?

    אַ דאַנק פֿאָרויס! תּורה היא וכ'.

    השבמחק
  3. אנונימי10:20 AM

    די ציוניסטן און העברעאיסטן - האבן בפירוש גערודפ'ט און אונערגעדריקט יידיש.
    בן גוריון האט גערופן יידיש ווי א שפראך וואס איז "צורם את האוזן".
    זיי האבן געפירט א גיפטיקן מלחמה קעגן דער יידישער שפראך אן קולטור זאגנדיק אז יידיש איז גלותדיק און מע מוז אוועקווארפן אונזער פארגאגנהייט און שאפן א נייע ייד "ישראלי".

    נו - איך דארף דיר זאגן אז ס'איז געווען א שאנד צו רעדן אין די ישראלדיקן גאס יידיש?! איך דארף דיר דערציילן ווי מע האט ארעסטירט יידיש אקטיארן - פאר שפילן אין יידישער טעאטער?!

    די נאציס יש"ו אא"וו האבן טאקע געהרגט אונזער לשון דור הרגנן איר רעדערס - אבער די "מכה בפטיש" איז געווען "מהרסיך ומחריביך ממעיך יצאו"

    השבמחק
  4. אנונימי10:21 AM

    די ציוניסטן און העברעאיסטן - האבן בפירוש גערודפ'ט און אונערגעדריקט יידיש.
    בן גוריון האט גערופן יידיש אלס א שפראך וואס איז "צורם את האוזן".
    זיי האבן געפירט א גיפטיקן מלחמה קעגן דער יידישער שפראך אן קולטור זאגנדיק אז יידיש איז גלותדיק און מע מוז אוועקווארפן אונזער פארגאגנהייט און שאפן א נייע ייד "ישראלי".

    נו - איך דארף דיר זאגן אז ס'איז געווען א שאנד צו רעדן אין די ישראלדיקן גאס יידיש?! איך דארף דיר דערציילן ווי מע האט ארעסטירט יידיש אקטיארן - פאר שפילן אין יידישער טעאטער?!

    די נאציס יש"ו אא"וו האבן טאקע געהרגט אונזער לשון דור הרגנן איר רעדערס - אבער די "מכה בפטיש" איז געווען "מהרסיך ומחריביך ממעיך יצאו"

    השבמחק