יום שלישי, דצמבר 09, 2008

דער בלאָגער פֿרעגט אַן עצה

לעצטנס האָב איך ניט-ווילנדיק באַליידיקט אַ שרײַבער פֿאַר אָ ייִדישער אויסגאַבע, און געבעטן (כאָטש ניט אויסגעבעטן) מחילה. איצט האָט יענער שרײַבער אָנגעשריבן אַן אַרטיקל פֿאַר דער זעלבער אויסגאַבע, וואָס בעט אַראָפּגעריסן צו ווערן - ס'איז אַ שטיק פֿאַרפֿירערישע נאַרישקייט וועגן אַן ענין וואָס מע מוז באַהאַנדלען אויף אַן אַחריותדיקן אופֿן. מיר דאַכט (און כ'זאָג דאָס אָן פֿאַלשער באַשיידנקייט) אַז כ'בין מחוייבֿ דאָס צו קאָרעגירן, ואם לא עכשיו...?

וואָס וואָלט איר געטאָן? מקריבֿ זײַן דעם אמת אויפֿן מזבח פֿון גוט-ברודערשאַפֿט, אָדער פֿאַרקערט?

תגובה 1:

  1. אנונימי7:09 PM

    אני הקטן וואָלט געראָטן כמאמר החכם ´פאָבליש אַנד בי דאַמד´ אָבער איידער איר פירט עס אויס למעשה אפשר קענט איר געבן אַ לינק אַז מיר זאָלן קענען זען במה דברים אמורים.

    השבמחק