איך האָב הײַנט אַדורכגעאַקערט די געשמאַקע תּשובֿות פֿונעם שׂרידי אש וועגן לימוד־התּורה מיט נוכרים. די גאַנצע דיסקוסיע וועגן "אין מוסרים דבֿרי־תּורה" און וועגן דעם, ווי מע זאָל פֿאַרשטיין לשון "מוסרים" איז אַוודאי פֿאַרכאַפּנדיק. צי גייט דאָ די רייד וועגן סיתרי תּורה? דאָס הייסט, איז נאָר די עסאָטערישע לערע פֿאַרווערט צו לערנען מיט ניט-ייִדן, און סתּם תּורה איז מותּר? און אויב די גמרא דערמאָנט שוין יאָ אַזאַ אַלגעמיינע איסור, פֿאַר וואָס (ווי דער שׂרידי אש פֿרעגט) ווערט דאָס אויסגעלאָזט פֿון אַ סך פּוסקים?
דאָס אַלץ איז אָבער לפֿי עניות דעתּי עפּעס ניט שייך. הײַנט, באַזונדערש בײַ די ליבעראַלע קהילות, וווינען מיר ניט אַקעגן און ניט צווישן און ניט אַרומגערינגלט (אָדער באַלאַגערט) פֿון גוייִם, נאָר בפֿירוש מיט זיי, טיילנדיק איין גורל, טוב לצדיק טוב לשכנו אָדער להיפּך. אין אונדזערע קהילות באַטייליקן זיך גוייִם אין אַלגעמיינעם לעבן פֿון דער געמיינדע, געפּאָרט מיט ייִדן און (אין טייל פֿאַלן) ווי קינדער פֿון ייִדן. מיט איין וואָרט: גרים־תּושבֿים. אין דעם פֿאַל, איז די שאלה ניט "מעג מען לערנען מיט זיי תּורה" נאָר וואָדען - ווי אַזוי זאָלן מיר מיט זיי לערנען תּורה? צי זײַנען מיר פּונקט אַזוי מחויבֿ צו לערנען מיט זיי די שיבֿעה מיצוות בני נח, ווי מיט די ייִדן וואָס מע האָט מיט זיי ניט געלערנט קיין תּורה?
מע זאָגט אין פֿיל ספֿרים אַז אַ גוי מעג זיך צואייגענען וויפֿל מצוות ער/זי וויל און וועט דערפֿון באַקומען שׂכר. וואָס איז אָבער די ראָלע פֿון זייערע ייִדישע שכנים, בפֿרט בזמן הזה?

אין תגובות:
הוסף רשומת תגובה