א חבר האט מיר געשיקט דאס ערשטע קאפיטל פון א ראמאן וואס ער האלט אין שרייבן. אזא נוסח איז דאכט זיך גאנץ פאפולער די טעג...
זלמן ענגגאַרטעל האָט זיך קוים געקענט רירן פון בעט. זיסע טרוימען פון לעצגילדיגן שלאכט צווישן צדיקים און רשעים האבן זיך געשפונען אין קאפ, און די דאכענע איז זייער ווארעם. דער וועק-זייגער האט געשריגן. די גרויסע רויטע ציפערן האבן געזאגט אכט דרייסיג נאר שוין יארן וואס ער דארף קויפן א נייעם זייגער סיי ווי סיי.
דער טעלעפאן האט געקלונגען. ווער האט גערופן? ס'איז זומער אין די גאנצע וועלט איז אין קאנטרי. ער אליין איז געבליבן אין כפר אהרן צו ערליידיגן געשעפטן. ער פארקויפט גארבעדזש קאנס מהדרין מן המהדרין, מילכיג און פליישיג. אפילו זומער דארף מען א פלאץ צו לייגן דעם גארבעדזש.
ער האט אויפגעהויבן. "האלא?"
א שטימע האט גערעדט. "דאס איז ברוס וואלערסבי פון דער אמעריקאנער סיקרעט סערוויס. מיר האבן אויסגעפונען א קאנספיראציע צווישן די כינעזער, די איראנער, די רוסן, די אנטיסעמיטן, די מעטס, די פארנאגראפיקערס, און אייערע מחותנים. כאטש איר קענט גארניט וועגן וועלט-פאליטיק און אייער ענגליש איז שוואך, זייט איר די איינציגע וואס קען פארשטיין די סתרי-תורה פון אייער שווער-און-שוויגער. ביטע העלפט."
זלמן האט געדארפט א טראכט טאן. ערשטנס האט ער אסאך גארבעדזש ווארט אויף אים, צווייטנס האט ער געהערט אז איז אזעלכע מעשיות שיסט מען. ער האט מורא פאר שיסן. מאידך גיסא האט ער געהערט אז אין די רעגירונג-געביידעס איז דער עיר-קאנדישן בעסער.
"פאר וואס ניט?" האט ער געזאגט.
דער העליקאפטער האט אים ארויסגעהויבן פון זיין בית-מדרש אין פינף מינוט ארום.

זייער גוט!
השבמחק