היימיש גערעדט, האבן ערליכע אידן קיין טראפ הנאה פון דעם גאנצן צענטער. אדרבה דאס הארץ בלוטיגט צו זעהן וואסערע סארט ביכער עס פלעגן אמאל ארויסקומען אין אידיש. די אלע ליינער האבן געשטאמט פון ערליכע הייזער, נאר די טומאת אמעריקע האט זיי אראפגעברענגט לדיוטא התחתונה. רוב פון די ביכער זענען געשריבן געווארן דורך פרייע און סעקולערע שרייבער, כאטש אז די צענטער אנהאלט אויך היבש אסאך כשרע און היסטארישע ביכער.
עס ווייטאגט צו זעהן וויאזוי עס זענען געווען אמאל אזויפיל אידן וואס האבן נישט געהאלטן ביי גארנישט. נאכמער איז ווייטאגלעך ווען מען טראכט אריין און מען זעהט אז פון די אלע אידן איז קיין זכר נישט געבליבן. די קינדער זייערע זענען שוין אויפגעוואקסן אלס געהעריגע גוים, און די אייניקלעך ווייסן ניטאמאל אז זיי זענען אידן. די צענטער איז א ריכטיגע זכר לחורבן אמעריקע, און א מציבה שטיין פאר די דאזיגע דורות וואס זענען אינגאנצן אונטערגעגאנגען. היינטיגע צייטן וועט מען נאר טרעפן אידיש רעדענדע, ביי אונזער היימישע קרייזן. דארט טוט ב”ה אידיש ווייטער בליעהן און עס קומען צו יעדן טאג נייע ביכער און צייטונגען אויף די אידישע שפראך, אלעס אויסגעהאלטן על פי תורה, צו דערקוויקן ערליכע אידישע נשמות.
יום ראשון, מרץ 01, 2009
מוחל טובֿות, אָדער זאָל גאָט אָפּהיטן פֿון הײמישע רײד
אױף אַ חסידישן װעבזשורנאַל האָט מען פֿאַרטײַטשט שטיקער פֿון אַהרן לאַנסקיס אױטאָביִאָגראַפֿיע. (אָן קרעדיט. נאָר פֿאַר װאָס זײַן מעדקדק?) לסוף כאַפּט מען זיך אַז מע האָט אפֿשר אָפּגעמאָלט צו אַ ליכטיק בילד, און מע שליסט בזה הלשון:
הירשם ל-
תגובות לפרסום (Atom)
ר´ שלום אייך ווייטיגט דען נישט דאס אונזערע טייערע לייט זענען ערגעץ ווו פארשוועמט געווארן, און פון זיי איז קיין יידישן זכר נישט פארבליבן? יא, עס דארף אונז אלע ווייטיגן, אפגעזען פון דעם וואס מיר האלטן זיך נאך ביי דער יידישער טראדיציע.
השבמחק