יום ראשון, אוקטובר 05, 2008

פֿירן פֿירסטו די וועלט, אַזאַ יאָר אויף מײַנע שׂונאים (ב)

ווען יעקבֿ האָט וואַנדאַן געגעבן צו פֿאַרשטיין אַז ס'קאָן ניט זײַן קיין פֿרײַער אָפּקלײַב אָן שלעכטס און אַז ס'קאָן ניט געבן קיין גנאָד וווּ ס'איז ניטאָ קיין אומרעכט, איז זיך אים, יעקבֿן, פֿאָרגעקומען אַז דאָס איז דער באַשייד, אָבער די דאָזיקע תּשובֿה האָט זיך אים איצט אויסגעוויזן צו־גלאַטיק און ווי אַ שטיק לעסטערונג. קאָן ניט דער באַשעפֿער אַנטפּלעקן זײַנע מידות אָן הײַדאַמאַקעס? מוזן דערפֿאַר עופֿעלעך באַגראַבן ווערן לעבעדיקערהייט?
יצחק באַשעוויס, דער קנעכט (ציקאָ: נ"י, 1967), ז 100
אָדער ווי אַ הײַנטיקער פֿילאָסאָף וואָלט אפֿשר געזאָגט: לאָמיר צוגעבן אַז פֿרײַער אָפּקלײַב מוז קאָ-עקזיסטירן מיט שלעכטס, נאָר פֿאַר וואָס דווקא מיט אַזוי פֿיל שלעכטס? וואָלט גאָט ניט געקענט צוטראַכטן אַ וועלט וואָס פֿאַרמאָגט סײַ פֿרײַען אָפּקלײַב, סײַ *ווייניקער* שלעכטס ווי דאָס וואָס מיר האָבן איצט?

2 תגובות:

  1. אנונימי10:27 PM

    און פארוואס טראכט איר נישט אז עס וואלט - בדרך הטבע, לאמיר עס אנרופן - געדארפט זיין פיל מער שלעכטס און אויך אויף א פיל ערגערן און כאאטישן צושטאנד. אבער דאך האט גאט ענדערש מינימיזירט דאס שלעכטס און עס איז 'נאר' ווי מיר זעען היינט די וועלט.

    השבמחק
  2. באמערקט אז אין אייער באגריף ליגט שוין (טייל) שלעכטס מחוצן רשות פון רבונו-של-עולם. הייסט עס אז שלעכטס איז ביז א געוויסער מאס אומאפהענגיק פון אייבערשטן. אזא תירוץ נעמט זיך פון דער קבלה (און אויך א שמץ וויסנשאפט? "דרך-הטבע"...) נאר ניט יעדער איז גרייט אנצונעמען א השקפה וואו דאס שלעכטס איז א יש פאר זיך. א דאנק פאר דער באמערקונג.

    השבמחק