זלמן איז נאך קיין מאל נישט געווען אין א העליקאפטער, און ער האט געשפירט ווי זיין פרישטיג (א דייניש און אן אייז-קאווע) דרייט זיך אין זיין בויך ווי א קינדער-קארוסעל. זיין באגלייטער, א גוי מיט א פליך, א פעטער רעוואלווער, און צו פיל האר אויפן גראבן קארק, האט געהאלטן אין אייל פלוידערן וועגן ראטעווען די וועלט, די רוסן, די גויים, די אראבער, אל-קעידא, און אזוי ווייטער. ער האט זיך קאם צוגעהערט. פלוצעם איז אויסגערעכט געווארן א פאר באקאנטע נעמען אין דער ליסטע פון פיינט: "מנחם און פייגי פאלעווסקי פון בארא פארק..."
זלמן האט כמעט פארגעסן אין דעם אז ער וועט באלד דארפן ארויסשפרינגען פון העליקאפטער, אזוי ניט-גוט איז אים יעצט. "וואס האבן מיינע שוואר-און-שוויגער צו טאן מיט דער אינטערנאציאנאלער קריג קעגן אעמריקע?"
"פרעג זיי," האט מארטי גרעם (אזוי הייסט דער גוי) קורץ א זאג געטאן, און אראפגעבראכט דעם העליקאפטער נאענט צו דער ערד. "מיר וועלן זיי באלד זען. אין טורמע."
זלמן האט ניט געוואוסט אויב ער איז שאקירט אדער פרייליך.

אין תגובות:
הוסף רשומת תגובה