יום חמישי, מאי 29, 2008

ספק פיקוח נפש און די מעדיצין פון ספקות

דאס פארגאנגענע מאל ווען כ'האב געדארפט ארבעטן שבת אין טיש-שפיטאל (אנטשולדיקט: לאנגאן) האט מיט מיר פארפירט א שמועס אזא פריינדלעכער סאטמער טיפ גלאט אין דער וועלט אריין:

-דאקטער, אויב א מענטש האט טשעסט פיין קען ער אהיימגיין צוויי שעה צו פוס שבת?

-עס ווענדט זיך וואס פאר א מין טשעסט פיין, וואס איז די סיבה דערפון?

-די דאקטוירים האבן געזאגט אז עס האט ניט צו טאן מיטן הארץ, נאר איך האלט ס'איז נאך א סכנה. וואס האלט איר?

-כ'דארף אנקוקן דעם מענטש. פאראן אבער א סך סיבות צו האבן טשעסט-פיין...

דעמאלט האט זיך פארפירט דער שמועס אין כמה ריכטונגען. דערוואוסט האב איך אויך כמה זאכן: אז איינער פון די סאטמער רבנים האב מתיר געוווען א קאר אהיים שבת פאר עמעצן וואס פאלט אריין אין עמערדזשענסי-רום מיט ברוסטווייטיק. און אויך אז יענער ייד מיטן ווייטיק דער נידון דידן האט עלף קינדער בלע"ה אין דער היים. דאס דערקלערט זיין ווייטיק פון מיינעט וועגן!

דאס פרוסטרירנדיקסטע אבער איז געווען מיין דורכגעפאלענער פרואוו איבערצוגעבן, אז מיין מיינונג (אדער אבי א דאקטערס מיינונג) וועגן סכנה/ניט סכנה האט ווייניק צו טאן מיט ספק פיקוח נפש. ווייל דער ייד האט געבעטן ביי מיר א יא/ניין-תירוץ ווען דער גאנצער עיקר פון ספק פיקוח נפש שטעקט דאך אין פראבאביליטי. די צוויי בחינות דעקן זיך ניט!

האב איך געזאגט מיט א פוילן ענטפער:

-אייער רב איז גערעכט. בעסער ער זאל ניט אהיימגיין.

2 תגובות:

  1. אנונימי4:51 PM

    איך האב געזען איר האט א לינק אין די וועב-זייטל פון yiddishdictionaryonline.com ווייסט איר ווי אזוי איך קען זיי קאנטאקטן, אדער אפשר קענט איר מיר ענטפערן די שאלה, ווי קען מען איבערטייטשן א גאנצע פאראגראף פון ענגליש צו אידיש.

    אדאנק,

    השבמחק