ס'איז אַלע מאָל גוט צו האָבן אַזוינע ווי קטלא קניא אויף מײַן זײַט. (מי ל-ווערטערביכער אלי!) נאָר אַפֿילו מיט מײַן רעספּעקטירטן קאָלעגע וועל איך זיך פֿונאַנדערגיין. ווי אַ סך מענטשן פֿאַרמישט ער די יוצרות. גראַמאַטיק איז דער אינערלעכער סטרוקטור פֿון אַ לשון. יעדער שפּראַך האָט אַ גראַמאַטיק אַזוי ווי יעדער קערפּער האָט ביינער - צו גיין און שטיין אָן דעם איז אוממעגלעך. אײַ, מע זאָגט אַז חסידים "רעדן אָן גראַמאַטיק" אָדער "מיט אַ פֿאַרגרײַזטן גראַמאַטיק"? דאָס איז פּשוט שטות פֿון אַ לינגוויסטישן שטאַנדפּונקט. וואָס מע וויל זאָגן דערמיט איז אפֿשר "די חסידים ניצן ניט די זעלבע כּללים פֿון דער ליטעראַרישער שפּראַך וואָס זײַנען אָנגענומען פֿון וועלטלעכע ליטעראַטן." דאָס איז אָבער ווײַט ניט די זעלבע זאַך פֿון גראַמאַטיק - ס'איז פּשוט וואָס די לערערס רופֿן גראַמאַטיק.
בקיצור: יעדער וואָס רעדט ייִדיש רעדט מיט אַ גראַמאַטיק.
סטיל איז עפּעס אַנדערש. ווי איך פֿאַרשטיי איז סטיל אויך שייך בײַ דער גערעדטער שפּראַך, נאָר מע פֿאַררופֿט זיך מער אויף דעם מער ווען עס גייט די רייד וועגן דער שרײַב-שפּראַך. סטיל איז נוסח, סיגנון, ווי אַזוי מע שרײַבט, מיט וועלכע ווערטער און אין וועלכן סדר. יעדער האָט במילא אַ גראַמאַטיק, נאָר שרײַבן קען מען גראַמאַטיש אָן אַ לעק סטיל.
ווען מע קוקט אַרײַן אין אַ ווערטערבוך (אויף וואָסער לשון זאָל ניט זײַן) ניט נאָר מע ברייטערט דאָס אייגענע ווערטער-וויסן, נאָר מע לערנט זיך ווי אַזוי אויסצודריקן זיך בעסער. מע שאַפֿט זיך בעסער געצײַג. וואָס "בעסער" הייסט . . . דאָס איז שוין אַ פֿראַגע וואָס מע קען אַרומרעדן שעהען לאַנג.

נישט אויסגעמישט די יוצרות נאָר דער אַקראָסטיק פון דעם יוצר איז לפי תשר"ק.
השבמחקלמעשה האָב איך מיר געדעקט ווייל איך האָב אַריינגערעכנט ´יוסעדז´ וואָס איז אַ צווייג פון סטיל. אָבער אפילו אויף גראַמאַטיק קריג איך מיר מיט דיר. דער מהות פון אַ שפּראַך זענען די ווערטער ווי פאָדעם איז דער מהות פון אַ קלייד. וויאַזוי דער שפּראַך איז צאַמגענייט און הענגט דאָס איז שוין דער גראַמאַטיק.
אמת עס מיז זיין עפּעס אַ גראַמאַטיק אָבער אַז כּללים זאָלן עפּעס מיינען מיז זיין אַ כּלל וואָס מען זאָל איינהאַלטן בכוונה רוב צייט. אפילו אַז מען זאָל ברעכן די כּללים איז אינו דומה דער וואָס ברעכט וויסנדיק אַז עס איז דאָ אַ כּלל און ער איז עובר צו נישט וויסן בכלל אַז עס עקזיסטירט. דער וויסיקייט פעלט אָפט און דער רושם איז ניכר. בנוסף צו דיין הערה איבער סטיל.