יעדעס יאָר צו דער צײַט פֿון די דרײַ וואָכן איז מען ממשיך די דיסקוסיע ווי אַזוי מע זאָל געדענקען דעם חורבן (די שואה). דאַכט זיך אָבער אַז אַלע ברירות זײַנען ניט דאָס. אַז מע זאָגט קדיש י' בטבֿת (לויט דער ישׂראל-רבנות) אָדער אַז מע געדענקט די קדושים תּישעה-באָבֿ, איז טײַטש אַז די מעשׂה פֿון די הרוגים אין חורבן אייראָפּע איז דער זעלבער טיפּ אומגליק וואָס חורבן בית-המקדש. ס'איז אָבער ניט אַזוי. על-פּי מסורה (און וואָס איז וויכטיקער, על-פּי פּייט און תּפֿילה בכלל) נעמט מען אָן אַז דעם בית-המקדש איז חרובֿ געוואָרן בעוונותינו הרבים. נאָר די קרבנות פֿון די נאַציס י"ש זײַנען געווען גאִָט די נשמה שולדיק. יענע טראַגעדיע איז ניט אַרײַנצופֿלעכן אין אונדזער פֿאָלקס מיטאָס פֿון בית-המקדש. די וואָס טוען אַזוי מאַכן אַ גרוילזאַמן טעות.
צוריקגערעדט, אַז מע מאַכט אַ "יום" פֿון דער שואה, איז אויך ניט ריכטיק. ס'איז ניט אַ דאַטע מיט אַנדערע היסטאָרישע דאַטעס צו גלײַך. צו מוזיייִזירן און היסטאָריזירן דעם חורבן איז אויך אַ טעות.
איז דאָס בעסטע אפֿשר ניט צו געדענקען בכלל אויף אַן אָפֿיציעלן אָדער ליטורגישן אופֿן, פּשוט איבערצוגעבן דאָס געדעכעניש מדור לדור ווי באַהאַלטענע פּײַן. דער בית-המקדש קען ווידער אויפֿגעבויט ווערן (בפּועל ממש אָדער מעטאַפֿאָריש) נאָר יענע "חורבן-געוואָרענע" וועלט קען מען ניט מחייה-מתים זײַן.
יום שישי, יולי 18, 2008
הירשם ל-
תגובות לפרסום (Atom)
אין תגובות:
הוסף רשומת תגובה