איך האָב ניט דערמאָנט באַצײַטנס און ס'איז שוין עבֿר-זמנו, נאָר מילא. אַ לעצטיקער נומער פֿון די צײַטשריפֿט האָט געשריגן אויף דער הילע פֿון אויבן-אָן:
איך גרייט צו (מיט דער הילף פֿון אַ חבֿר) אַן אָפּרוף אויף יענעם שטיקל. דאָ אָבער קען איך זײַן ווייניקער טאַקטפֿול: גוט שבת! די פּראָבלעם מיט מײַמאָנידעס איז די זעלבע מיט אַלע אַמעריקאַנער גרויס-שטאָטישע שפּיטעלער. מע פּאַקט די אי-אַרס ווײַל מע האָט ניט פֿאַרזיכערונג און ניט גענוג צוטריט צו אַלגעמיינע דאָקטוירים, ניצט מען די גיכע הילף ווי זייער פּריוואַטע קליניק.
איז, מײַנע ליבע חרדישע פֿרײַנד, איר האָט אַ ברירה. אָדער זײַט ריינע "אויסטריט-געמיינדע"ניקעס און שאַפֿט זיך אַ "ריינעם, היימישן" שפּיטאָל פֿוּן דאָס נײַ (הצלחה!) אָדער גיט זיך אָפּ אַ דין-וחשבון אַז אַפֿילו העם בדד יושבֿ דאַרף מאַכן יד-אַחת מיט די וואָס ווילן פֿאַרריכטן דעם אַמעריקאַנער געזונט-סיסטעם. בקיצור: כּל-זמן איר העלפֿט ניט פֿיקסן דאָס צעבראָכענע, וועט אויך "אײַער" שפּיטאָל בלײַבן אַ שבֿרי-כּלי.
דער אמתאָז מע לייענט איבער דעם גאַנצן מאמר, אַ צען-פֿופֿצן זײַטן (פֿאַרשפּאָר זיך די טירחה, כ'האָב עס שוין געטאָן) איז די הויפּט-טענה קלאָר: דער עמערדזשענסי-רום איז בײַ מײַמאָנידעס געפּאַקט, ממש אָנגעפּראָפּט מיט חולים, און מע דאַרף וואַרטן ביז אַחרית-הימים מע זאָל געזען ווערן.
איבער מיימאנידעס
מעדיקעל
צענטער
עסקנים און צענדליקער געוועזענע פאציענטן באקלאגן זיך צו צייטשריפט איבער די נעגאטיווע באהאנדלונגען אין דעם בארא-פארקער שפיטאל - טייל עסקנים זאגן אז אנדערע שפיטעלער זיינען גארנישט בעסער - וואס קענען מיר טון צו פארבעסערן די סיטואציע?
איך גרייט צו (מיט דער הילף פֿון אַ חבֿר) אַן אָפּרוף אויף יענעם שטיקל. דאָ אָבער קען איך זײַן ווייניקער טאַקטפֿול: גוט שבת! די פּראָבלעם מיט מײַמאָנידעס איז די זעלבע מיט אַלע אַמעריקאַנער גרויס-שטאָטישע שפּיטעלער. מע פּאַקט די אי-אַרס ווײַל מע האָט ניט פֿאַרזיכערונג און ניט גענוג צוטריט צו אַלגעמיינע דאָקטוירים, ניצט מען די גיכע הילף ווי זייער פּריוואַטע קליניק.
איז, מײַנע ליבע חרדישע פֿרײַנד, איר האָט אַ ברירה. אָדער זײַט ריינע "אויסטריט-געמיינדע"ניקעס און שאַפֿט זיך אַ "ריינעם, היימישן" שפּיטאָל פֿוּן דאָס נײַ (הצלחה!) אָדער גיט זיך אָפּ אַ דין-וחשבון אַז אַפֿילו העם בדד יושבֿ דאַרף מאַכן יד-אַחת מיט די וואָס ווילן פֿאַרריכטן דעם אַמעריקאַנער געזונט-סיסטעם. בקיצור: כּל-זמן איר העלפֿט ניט פֿיקסן דאָס צעבראָכענע, וועט אויך "אײַער" שפּיטאָל בלײַבן אַ שבֿרי-כּלי.
וואו גייט איר אפדרוקן די אפרוף?
השבמחקשטעלט ארויף א קאפי דא אויך
איך האב אויך געלייענט דעם ארטיקל און דאס איז 'נישט' די איינציגע טענה. מענטשן האבן אויך דארטן מיטגעמאכט פארשידענע שוועריגקייטן און באקומען סערוויס ערגער ווי ארג. איך פערזענליך האב שוין דארט געהאט גאר שלעכטע עקספיריענס און די שטאב דארטן פירן זיך אויף צו די פאציענטן נעסטיער ווי נעסטי און קענסט דארט גארנישט פארלאנגען. אויסער דעם דארפט איר נאר לייענען די פילע רעאקציעס די וואך אינעם צייטשריפט וואו מענטשן שרייבן אריין זייערע געשיכטעס וואס זענען ממש אומגלויבליך אז אזוינס קען פארקומען אין א שפיטאל. (טאקע אויך אייער רעאקציע זעט מען דארט). איז אפשר זאגט איר צי טאקע אויך אין אנדערע שפיטעלער קומען פאר אזעלכע זאכן און צי מ'קען גלייבן אזעלכע שווארצע געשיכטעס?
השבמחק