יום שישי, מאי 23, 2008

אומדערווארטער שטאלץ

מיין באציונג מיט דער קאנסערוואטיווער באוועגונג איז אזוי ווי מיט מיין משפחה (געמיינט מיינע עלטערן): כ'האב זיי ליב און זיי מאכן מיך משוגע. וויפל מאל מע פרעגט מיך וועגן מיין יידישקיט און וויפל מאל איך ענטפער מיט א האלבן מויל אז כ'בין א קאנסערוואטיווער ייד!  וויפל מאל שעם איך זיך מיט מיין ירושה! 

די לעצטע פאר יאר אבער הייב איך אן צו זען, צו ביסלעך און ניט אין יעדן פרט, ווי די טעארעטישע מעלות פון דער קאנסערוואטיווער שיטה (בקיצור: הלכהשקייט איינגעפאסט אין דרך-ארץ פאר און געבונדנקייט צו דער מאדערנער וויסנשאפט און קולטור) שפיגלען זיך אפ אין מעשים. תחילת די תשובות וועגן גייס און זייער פלאץ אין יידישן לעבן, און מאכן אן עד-היום ממש א רעוואלוציע אויף דער יידישער גאס אין אן עת-לעשות.

און איצט די פראגע פון טרייף-כשר פלייש, פלייש וואס איז "אויסער פוץ נאר אינעווייניק שמוץ", דאס מיין איך אוודאי רובאשקינס ענד קאמפאני. מיט שטאלץ באמערק איך אז די קאנסערוואטיווער באוועגונג איז געווען אין אנהייב די איינציקע וואס האט באלויכטן אויף אן אויסגעהאלטענעם אופן די שווערע ענינים פון צער בעלי חיים און עוולה קעגן ארבעטערס וואס זיינען געקניפט און געבונדן מיט יושר - מאראליש כשרות - און מיט איין פירמע באזונדערש.

אין שייכות דערמיט איז כדאי צו דערמאנען און לינקעווען דעם פי-די-עף "הכשר צדק על-פי דין", א שיעור אזא (ניט גענוי א פסק) פון דער גרופע וואס פירט אן מיטן "הכשר-צדק" איניציאטיוו. ס'איז אנגעפראפט מיט תורה און שכל וועגן דער ראלע פון מארלישן פארשטאנד אין געשעפטס-לעבן, וועגן א מידת-חסידות וואס יעדער ייד דארף שטרעבן דערצו: צדק, גערעכטיקייט, אין האנדל און מיסחר.

וואלט איך מיט מיין ווייניק מנהיגות און ממש ניטאיקע רביסטווא שטארק געבעטן, מע זאל ניט ניצן דאס פלייש און ניט די קייטערערס וואס באניצן זיך דערמיט. און איך דאנק די רבנים און סתם בעלי-בתים פון דער קאנסערוואטיווער באוועגונג וואס האבן ארויסגעהויבן דעם ענין, געשריגן שומו שמים על זאת בשם כשרות של בשר וכשרות של חושן משפט.

2 תגובות:

  1. אנונימי11:30 AM

    קיין שטאלץ איז ניטא בנמצא אין דער מהרסי הדת קאסערוואטיווע באוועגונג.

    זיי אנערקענען נישט די עכטע הלכה ומסורה פון טויזענטע יארן - אנשטאט זיי נעמען אן א "מאדערנעפיטירטע ווערסיע" לויט זייערע פריי ווילן און ווילדע סברות וואס זענען אנטקעגן די רוח ישראל סבא.

    א מאל איז דער ניסיון געווען אן אומרעליגיעזן השכלה וגו, היינט איז עס גאר א נייע רעליגיע וואס איז מתיר אסורי כרת.

    הגם דא, אין דער פאל, אפשר זענען זיי גערעכט וועגן דער רובאשקין שווינדלירייען, אבער פונדעסטוועגן קיין שטאלץ איז ניטא ווען ס'פעלט דער גאון יעקב.

    אזוי ווי די מלך כוזר פון דער ריה"ל:" כוונתך רצויים, אך מעשיך אינם רצויים", איז עס א גרויסע רחמנות אויף זיי.

    השבמחק
  2. ביטע באגרונטיקט אייערע טענות. מאכט אן אנשטעל אז איר דארפט מיך איבערצייגן, ניט נאר האלטן א דרשה. תורה היא וללמוד אני צריך.

    השבמחק