די ווערטער צאַנינס פֿון אַן עסיי איבערגעדרוקט אין פֿאָרווערטס, וועגן דער באַציִונג צווישן ישׂראל און די תּפֿוצות, זײַנען נאָך גאַנץ אַקטועל:
אַוודאי איז די אויסווירקונג פֿון מדינת־ישׂראל אויף דער ייִדישער וועלט אַ קאָלאָסאַלע, אָבער די אויסווירקונג איז נאָר פֿון עמאָציאָנעלן כאַראַקטער. מדינת־ישׂראל גיט די ייִדן אין דער וועלט אַ נאַציאָנאַל אונטערבעטעכץ, זיי זאָלן זיך פֿילן נאָרמאַל, ווי עס פֿילן זיך אַנדערע מינדערהייטן אין די לענדער, הגם זיי זענען ווײַטער: דזשו, כודיִאָ, זשוּיִף. פֿאַר דעם דאָזיקן גוטן געפֿיל רעקאָפּענסירן די ייִדן אין דער וועלט דער מדינה מיט פֿינאַנציעלער און פּאָליטישער שטיצע. קיין דירעקטע קולטור־געמיינשאַפֿט מיט ישׂראל האָבן זיי נישט. זיי קענען נישט לייענען און לייענען נישט די העברעיִשע פּרעסע (אויב עס קומען אָן העברעיִשע צײַטונגען אין די ייִשובֿים זענען זיי פֿאַר די "יורדים" פֿון ישׂראל); די העברעיִשע ליטעראַטור לייענען זיי נישט און קענען זי נישט, העברעיִש טעאַטער קומט נישט צו זיי און די פֿײַערלעכקייטן פֿון דער מדינה ווערן אין די ייִדישע ייִשובֿים געפֿירט נישט אין ייִדיש, נישט אין העברעיִש, נאָר אין דער לאַנדשפּראַך. די איינציקע קולטור־פֿאַרבינדונג צווישן דער מדינה און די תּפֿוצות איז אַ רעליגיעזער פֿאָרמאַליזם, געפֿלעגט פֿונעם אויסערן־מיניסטעריום. ווי אַ המשך פֿון דער "תודעה יהודית" — אין ישׂראל. די אַקטיווע רעליגיעזע טעטיקייט און חינוך אין די תּפֿוצות ווערט דאָמינירט דורך דער חב״ד־באַוועגונג, וואָס איר צענטער איז אין ברוקלין.
אמר ידידי החכם המפורסם ד"ר בנימין מאָס, היסטוריון וייהודי אשכוליות:
השבמחקTayerer Reb Sholem,
Khotsh ikh bin beteyve un beprofesye a pessimist, iz dakht zikh mir nisht azoy geferlekh. Dakht zikh mir as Amerikaner un andere goles-yidn leyenen yo Yisroel-literatur, khotsh af iberzetsung, un khotsh veyniker – a sakh veyniker – vi men volt gevolt.
Ober layder iz do a hipsh bisl emes in Tsanin’s diagnoz.
Mit vareme grusn,
B
איך ליין גראדע יא איזראעלישע ליין-מאטריאל או צייטונגען, אבער דאך זע איך נישט פארוואס עס זאל זיין א פראבלעם אז אנדערע טוען נישט אזוי.
השבמחקדער "ד"ר בנימין מאס" שרייבט אז "ליידער איז דא פיל אמת אין ר´ שלום´ס ווערטער". אבער איך זע נישט וואס דער פראבלעם איז, מען דארף טאקע האבן א פארבינדונג צום לאנד אלס נאציאנאל און היסטאריש, און איבערהויפט אלס הייליג לאנד, אבער דווקא צו דער געגנווערטיגער איזראעלישער קולטור איז נישט פארהאן קיין שום פליכט צו האבן דערמיט וואס עס איז פאר א אנגעהעריקייט. סיי פון א נאציאנאליסטישן שטאנדפונקט, און סיי פון א רעליגיעזן שטאנדפונקט.