יום ראשון, מאי 04, 2008

פֿרוסטרירט, ווידער

איך האָב ליב די קאָמענטאַרן (בעסער ווי שטילשווײַגעניש) נאָר למען-השם וויפֿל מאָל דאַרף איך זאָגן די זעלבע זאַכן, דהיינו אַז כ'בין חלילה ניט קעגן חרדים אָדער חרדישקייט, נאָר זייער וועג איז ניט פֿאַר מיר? און (צום טויזנטן מאָל) כ'ווייס גאַנץ גוט אַז ייִדיש ווי אַ רעדשפּראַך לעבט און בליט בײַ די חסידים און הויכט אויס די נשמה צו ביסלעך און זייער פּײַנלעך בײַ אונדז וועלטלעכע, נאָר דאָס הייסט ניט אַז גאָרניט בלײַבט בײַ "אונדז" און גאָרניט פֿעלט בײַ "זיי"!

ניט געקוקט אויף דעם גרויסן דערפֿאָלג וואָס די חסידישע געזעלשאַפֿט האָט דערגרייכט זײַנען דאָ חסרונות, ווי אין יעדער געזעלשאַפֿט.

און (אַזוי ווי איך שרײַב פֿון אַ קוקווינקל וואָס שאַצט אָפּ בפֿירוש די וויכטיקייט און נוצלעכקייט פֿון אַ געדאַנקלעכער ליטעראַטור אויף ייִדיש) איז איינע פֿוּן די חסורונות אַזאַ פֿאַרגעסעניש: דאָס פֿאַרגעסן אַז מע האָט אָנגעשריבן ביכער אויף ייִדיש וואָס זײַנען כּדאַי צו לייענען און וואָס מע פֿאַרזעט אין טאָג טעגלעכער געפֿענקעניש אין אונדזער ווינקל שטייגער לעבן.

דאָס איז גאָר! כ'רעד ניט אין נאָמען פֿון אַן אידעאָלאָגיע אָדער פֿון אויבן אַראָפּ. כ'האַלט ניט אַז כ'בין מער אָנגעלייענט אָדער געלערנט אָדער וווילקענעריש אָדער ערלעכער אָדער קליגער אָדער שענער. וואָס יאָ: כ'ווייס אַז אויף דער וועלטס אומענדלעכע פּאָליצעס שטייען מיליאָנען ביכער וואָס כ'וואָלט פֿוּן זיי עפּעס געשעפּט, לשם תּורה, לשם ייִדישקייט, לשם שׂכלדיקייט און מענטשלעכקייט און (פֿאַר וואָס ניט?) גלאַט אַזוי לשם שפּאַס. אויף קאַטאָוועס איז אויך אַ ציל.

און טויזנטער פֿוּן די דאָזיקע ביכער האָט מען אָנגעשריבן אויף אונדזער לשון! אָנגעשריבן עד-היום!

מאָרגן ב"נ וויל איך פּרוּוון אָנהייבן פֿירלייגן אַ פּאָר ביכער וואָס זײַנען באַליבט בײַ אַני-הקטן.

אויב איר זײַט גרייט צו הערן, און ווערט ניט באַליידיקט פֿון די פֿירלייגן. לאָמיר שוין זײַן חבֿר און אַוועקלייגן די קאָמפּלעקסן און געטראָפֿענע געפֿילן! אַ גוטן חודש.

תגובה 1:

  1. אנונימי7:40 AM

    שוין ווייטער ר' שלום שפילט איר קאזאק הנגלז?

    פרוסטריט איז קיינער נאר אייך אליין'ס - ווייל אידיש לעבט און לאכט פון אייך.

    איר לויפט ארום זאגן פאר די פרייע אסימילירטע וועלט אז איר האט א שפראך - עס איז שקר ווי די לבנה.

    א שפראך מיינט אז מ'רעדט דאס.

    די אידישיסטן זענען טויט - וועקט אויך אויף און עפענט אייך די אויגן.

    ליינען ביכער דארף קיינער נישט וואס נוצט די שפראך - נאר אזא בת היענה ווי אייך וואס שרייט ווי א 'קלאון' אז ער האט עפעס א זכות הדיבור איבער אידיש.

    איר קענט זאגן דעות אויף ענגליש און אויף ספאניש - אויף אידיש לאזט איבער דאס מבינות פאר די מענטשן וואס נוצען די שפראך.

    אבער איר הערט נישט וואס מ'רעדט - איר וועט בלאגירן און טרומפאטירן איבעראל אז איר זענט א מבין אדער א בר הכא אויף א שפראך וואס איר רעדט אינדערהיים צו די פיר ווענט און נאך זיך וואגן צו זאגן פאר די רעדער פונעם שפראך דעות - אטא דאס איז דער מאדנער גרויליגער באשעפעניש וואס הייסט שלום בערגער!

    פעך!!!!

    השבמחק