יום שני, יוני 23, 2008

עצות

עצות פּלייצעס
עצי זיתים
האַלט די לייצעס
מיט די ביצים.

עוזר דלים
העלף מיר גיכער.
גבֿר דאלים
זײַ ניט פּישער.

קינדער וויינען
פֿעלט מיר טישוס.
זײַ מיר לייזונג
פֿאַר מײַנע אישוס.

3 תגובות:

  1. אנונימי3:43 PM

    טישוס און אישוס, איז דאס יידיש?

    אין איינוועגס, א שיין לידל און א שיין בלאגל.

    השבמחק
  2. יאָ, זיי זײַנען ייִדיש. האָסט אַ ראיה אַקעגן?
    אַ דאַנק פֿאַר די שיינע ווערטער.

    השבמחק
  3. אנונימי1:15 PM

    איך האב נישט קיין ראיה אקעגן. איך האב איינפאך געמיינט אז איר זענט דער אויסגערופענער טרעגער פונעם יידישן שפראך.

    יעצט זעה איך אז איהר זייט אויך אסימילירט געווארן ליידער.

    שוין, לאמיר זיך ווישן די אויגן מיט א טישו און פארגעסן פון די נארישע אישו.

    גייט לערנען יידיש, שלומ'ל.

    השבמחק