געשען איז עס אין אַ קילן אָקטאָבער-נאָכמיטאָג, באַלד נאָך די יום-טובֿים. אַ גרופּע אַלגעמיינע (פּרײַמיירי-קייר) דאָקטוירים, האָבן מיר נערווערהייט געוואַרטן אין דעם ענגן אויפֿנעם-זאַל פֿון דעם ייִנגערן סענאַטאָר פֿוּן ניו-יאָרק. צוויי ניט-סובטילע באַוואָפֿנטע געהיימדינסטניקעס האָבן אונדז חשדימדיק באַקוקט, זייערע גרויסע "אַרגומענטן" אויף די לענדן. אַרײַנגעפֿירט האָט מען אונדז אין אַ קאָנפֿערענץ-צימער, איז אונדזער נערוועזקייט נאָך גרעסער געוואָרן. שפּילקעס האָבן זיך צעוואַקסן אונדזער די ישבֿנים.
ווי קומט עס אַז אַ גרופּע דאָקטוירים, ניט פֿון די הויכע פֿענצטער, רעדן מיט דער באַרימטער הילאַרי ראָדדהאַם קלינטאָן (ד., נ"י) וועגן געזונט-פּאָליטיק?
הלמאַי זאָל איך לייקענען? איינע פֿוּן אונדז איז אַ יחסנטע, איר טאַטע אַ חשובֿער געלטשאַפֿער פֿאַר איידזש-אַר-סי. האָבן מיר פּראָטעקציע, און אַ געגאַרטע געלעגנהייט פֿאָרצושטעלן אונדזערע געדאַנקען איינער פֿון דעם סענאַטס געזונט-מומחים.
זײַנען מיר נתפּעל געוואָרן. אויפֿגענומען האָט זי אונדז אויף אַ וואַרעמען אופֿן, געגעבן קאָנקרעטע עצות ווי אַזוי מיר קענען צונויפֿזאַמען פּאָליטישע כּוחות צו שטיצן אונדזער אישו: שטיצע פֿאַר אַלגעמיינער מעדיצין ווי אַ פֿאַך און אַ צורך פֿאַר אַמעריקעס קראַנקע, אָרעמע-לײַט, עלטערע לײַט און אימיגראַנטן.
און מיר האָבן אַראָפּגענומען אַ בילד... איר זעט מיך?

ס'טאקע א גרויס כבוד זיך צו טרעפן מיט געוועזענעם אמעריקאנער רעבעצין וואס האט זיך שוין געקוויטעלט מיטן סקווערער צדיק
השבמחקלפי עניות דעתי נוצט מען נאר די ווארט באשוי ביי מער אינטימע באגעגענישן צב"ש חתן-כלה וכדו'
סקאן זיין אז איך ווייס נישט וואס איך רעד אבער דאס יידיש וואס איך האב באקומען מיטן מאמעס מילך קומט מיט די הלכות
ווי מע זאגט אויף לשון-קודש:
השבמחקit's a joke, son.