יום ראשון, נובמבר 22, 2009

אז מען איז מיד

אז מען איז מיד
פֿון פּנחס גלאַובער
דער מחבר איז אַ ריל-עסטייט־אַפּרייסער וואָס שרײַבט לידער יעדן דרײַצן אַזייגער.

אז מען איז מיד, קוקט מען אויפ'ן ארום ווי פון א נעפל. אז מען איז מיד, פונקציאנירט דער מוח פאמעליך, בעת דאס מויל ארבעט ווי געהעריג. רעדט מען טאקע ווערטער צו וואס דער מוח איז כלל נישט מסכים.
אז מען איז מיד, ווערט אלעס וואס טונקעלער פון שניי געזען ווי שווארץ, און א ניי קאליר טונקל-ווייס ווערט באשאפן.
אז מען איז מיד, ווערן פארשווינדן די גרעניצן צווישן פאנטאזיע און רעאליטעט; טראכט מען מיט'ן הארץ און שפירט מען מיט'ן מוח.
אז מען איז מיד, ווערן רינגען פארפּלאַטשיגט און פירקאַנטן נעמען אָן נישט-עקזיסטירנדע דימענסיעס.
אז מען איז מיד, שניידט די שווערד ווי די שטימפיגע זייט פון אן אפגענוצטן מעסער, און די שארף-שפיז בלאנזשעט אין פּוטער.
אז מען איז מיד, איז דאס היטל א פּראַכט-באַן משא, און די שיך – בערמודאַ-דרייעק מאַגנעטן.



יום חמישי, נובמבר 19, 2009

מיידל, בראָנפֿן, רײַכטום, איינזאַמקייט, בראָנפֿן, עפּל, ליבשאַפֿט

איך וועל קויפֿן אַ שטיבל
משה לעמסטער
פֿון פֿאָרווערטס, נאָוו' 19-13, 2009

איך וועל קויפֿן אַ שטיבל
אין מײַן ייִדישן שטעטל,
דאָרט אַ מיידל בײַם פֿענצטער
וועט זיצן פֿאַרטראַכט.

איך וועל גיין מיט אַ לידל
פֿון יאַנקעלעס שענקל
זיך אין מיידל פֿאַרליבן
ביז צום דנאָ פֿון מײַן האַרץ.

ס'וועט די מאַמע איר זאָגן,
וואָס דאַרפֿסטו דעם בחור,
ער האָט ליב צו הולטײַען --
זאָל ער ווערן אַ לײַט.

אין שטעט און אין לענדער
מײַן גורל כ'וועל זוכן,
פֿיל אוצרות פֿאַרדינען
זײַן מיט אַנדערע גלײַך.

צוריק וועל איך קומען
מיט רײַכטום און כּבֿוד,
נאָר וווּ איז דאָס שטיבל?
דאָס מיידל ניטאָ --

וועל איך גיין אין אַ שענקל,
יעדן אָנגיסן בראָנפֿן
טרינקען ביטערע טראָפּנס
ביזן העלן פֿאַרטאָג.

אין שלמהלעס גאָרטן
וועל איך אָנרײַסן עפּל...
ס'האָט זיך דאָס מיידל
אויף מיר ניט דערוואַרט --

נאָר איך וועל קויפֿן אַ שטיבל
אין מײַן ייִדישן שטעטל,
כ'וועל זיך ווידער פֿאַרליבן
ביז צום דנאָ פֿון מײַן האַרץ...

זומער, 2009




יום שלישי, נובמבר 17, 2009

לידער פֿון דער ווײַטנס

דניאל גלאי גיט מיר צו וויסן אַז אויף די תּל־אָבֿיבֿער פּאָעזיע־טעג (פֿון בית־לייוויק) וועט רבֿקה באַסמאַן - בן־חיים לייענען מײַנע אַ פּאָר לידער. מײַנע געדיכטן דערגייען צו ארץ קדשינו!

יום חמישי, נובמבר 12, 2009

אַ שטראַלכל ליכט

מײַן שטוב האָט צו פֿיל פֿענצטערס
האָב איך זיי פֿאַרקלאַפּט
אומעטום דער ייִאוש
טיילצײַטיק די נאַכט

אַרײַנגעכאַפּט אַ שטראַלכל
ליכטיקייט צו מיר
האָב איך לשם זיכערהייט
אויך פֿאַרקלאַפּט די טיר

יום רביעי, אוקטובר 28, 2009

שאָסיי

אַ דורכפֿאַל האָט דער מענטש
אײַנגעקריצט אין די טריט.
ס'איז אַ צופֿאַל אַ ריינער
וואָס שלימזל פֿאָרט מיט.

יעדן אָוונט און טאָג
עס איך ביינער און פֿלייש
ווײַל צום מאָגן, אַ ראָג,
פֿירט דער שפּײַזרער־שאָסיי.

יום ראשון, אוקטובר 25, 2009

דער באַלטימאָרער עקספּערימענט, טייל צוויי

איך קען ניט זאָגן אַז דאָס איז געווען די בעסטע וואָך. דער שפּיץ איז געקומען צום סאַמע סוף, ווען איך בין אַראָפּגעגאַנגען פֿון דעם שאָטל וואָס פֿאָרט פֿון מעדיצינישן צום אוניווערסיטעטישן קאַמפּוס. אַ שיינע טאָג געווען, ערבֿ־שבת, זיך אײַנגעשאַפֿן אַ פֿלאַש ווײַן בײַם קאָרעיִשן ווײַנגעשעפֿט (וווּ מע דאַרף דיך אַרײַנקלינגען ווײַל די טירן זײַנען שטענדיקן פֿאַרשלאָסן). טאַקע אויף דעם בלאָק וווּ מיר וווינען איז צו מיר זײַטיק אונטערגעקומען אַ חבֿרה דרײַ מענטשן (וואָס צוליב מײַן שוואַכער ראיה און אַלגעמיינער נאַיִווקייט כ'האָב ניט באַמערקט). איינער האָט אַ זאָג געטאָן: אײַ וואַנט סאָמינג פֿראָם יו, און כ'האָב געפֿרגט "וואַט?" האָט ער זיך אָפּגעשטעלט פּונקט פֿאַר מיר אין די אויגן, און אַרויסגעברומט: יור וואַלעט, קאָז! [דײַן בײַטל, ברודערקע!] האָב איך אָן אַ וואָרט איבערגעגעבן. דערנאָך: "אײַם נאָ פֿול! יור סעלפֿאָן טו!" דאָס האָב איך אויך מכבד געווען דעם פֿײַנעם יונגערמאַן.

איך ווייס ניט וואָס אָפּצולערנען דערפֿון. דער בלאָק איז אַ געפֿערלעכער? קען זײַן אַז מיר זײַנען אויפֿן ראַנד פֿון אַ ניט־פּאַסיקן געגנט, נאָר אויף דער בלאָק וווינען משפּחות אויך. דער דינגמאַרק אין באַלטימאָר, פֿון די שטיבער וואָס זײַנען אונדז פּאַסיק (וווּ איך קען צוגיין צום שאָטל, צוליב מײַן ניט־שאָפֿערישקייט) און מע קען צוגיין צו די געשעפֿטן און אין שול אַרײַן, איז ניט דער ברייטסטער.

ס'איז מער דער שאָטן וואָס יענע געשעעניש האָט אויף אונדז אַראָפּגענידערט, וואָס כ'האָף וועט באַלד אויסוועפּן און איבערלאָזן מיך מיטן זעלבן פֿריד ווי פֿריִער. דערווײַל אָבער דאַרף איך זיך אַרומטראָגן מיט מײַן פֿייק־בײַטל און מײַן פֿייק־סעלפֿאָן, צוזאַמען מיט די אמתדיקע, מע זאָל האָבן וואָס מקריבֿ צו זײַן די גזלנים.

יום רביעי, אוקטובר 21, 2009

אַמאָליקע יום־טובֿים: ניטל, בילבאַאָ, 1998

(אָפּגעדרוקט אין פֿאָרווערטס פֿון אָקט' 9, 2009)

איך האָב פֿאַבראַכט אַ יאָר אין אויסלאַנד כּדי אויסצופֿאָרשן די גורלות און צוקונפֿט פֿון מינאָריטעט־שפּראַכן אין אייראָפּע (ספּעציפֿיש שפּאַניע) אין פֿאַרגלײַך מיט ייִדיש אין דער הײַנטיקער מזרח־אייראָפּע. איך בין געפֿאָרן אין צפֿון־שפּאַניע,אין די לענדער וואָס האָבן הנאָה פֿון אַ געוויסער מאָס קולטורעלער אויטאָנאָמיע כּדי צו פּרוּוון פֿאַרשפּרייטן און באַשיצן זייער שפּראַך. ס'איז געקומען צו גיין די חגא ניטל און איך בין פֿאַרפֿאָרן אין בילבאַו, די קרוינשטאָט פֿון האַלב־אומאָפּהענגיקן פּראָוינץ עוסקאַדי (דאָס באַסקיש לאַנד) מיט אַ שם פֿאַר אַ טעראָריסטישע נורע. פֿאַר חבֿרים האָב איך זיך אויסגעגעבן אַז אַן אמתע אַוואַנטורעניק, וואָס לאָזט זיך ניט שפּײַען אין קאַשע, נאָר דעם אמת זאָגנדיק האָב איך לעפּיש געמאָסטן די גאַסן פֿון דער בילבאַוער באַרן-געגנט, אַרײַנגעקוקט דורך די האַלב־אָפֿענע טירן פֿון וואַנען עס האָט אַ שלאָג געטאָן מיט פֿריילעכער חגא־מוזיק און ווײַן, און געבענקט נאָך אַ פֿרײַנדלעכן פּנים.

דאָס פּנים האָט מיך געפֿונען און ניט פֿאַרקערט. אַ בלאָנדע, מיט צעשויבערטע האָר און שמאַלצעװאַטע וואָנצעס, האָר גלאַנציקע מיט סאַלאָן־פּראָדוקט. הייסן הייסט ער לעאָן און ער שטאַמט פֿון בעלגיע. ער האָט פֿײַנט דעם טאַראַראַם פֿון ניטל און וויל אַ חבֿר זיך אַוועקזעצן ערגעץ זאַלבעצווייט און פֿאַרטרינקען די פֿאַרבענקטקייט אַהיים מיט ביר. אָ, און צי קען איך עפּעס שיינע אַמעריקאַנער מיידלעך וואָס דערלאַנגען מער ווי זיי פֿאָדערן? איך זאָל קיין פֿאַראיבל ניט האָבן. ער איז אַן אמתער אַנטי-סעקסיסט נאָר איך ווייס אַליין ווי איינזאַם מע קען ווערן.

אַליין האָב איך געוווּסט, אָדער בעסער געזאָגט געשפּירט. אַן אַוואַנטוריסט בין איך אין קיין פֿעלד ניט געווען, פֿון מיידלעך על-אַחת-כּמה-וכּמה. טאַקע אַן אַנדער בלאָנדער זגאַל האָט זיך געהאַט פֿריִער צוגעכאַפּט צו מיר, דאָס מאָל אַ בלאָנדינקע, פֿון דער שווייץ. אין אונדזער פּאַנסיאָן (באמת אַ הקדש מיט האַלב אויפֿגעשרויפֿענע טירן, אָפּגעריבענע וואַנטפּאַפּיר און אַ בעל-הבית וואָס האָט אַ פּנים פֿון אַן איבערגעגעבענער פּליאַזשניק, כּולו רונצל און זשמורע) האָט זי אין אַ צעמישנדיקן אָוונט געוויזן די אָפֿענע טיר פֿון איר שלאָפֿצימער."דאָס," האָט זי איבעריק אַ זאָג געטאָן, "איז מײַן צימער."

דאָס איז געווען ניט דער ערשטער פֿאַל ווען דער פֿאַקט אַליין איז ניט געווען דער ציל פֿונעם זאָג.

אַוועקגעפֿאָרן דאָס מיידל (זי האָט זיך אַרײַנגעגאָסן צו מיר אין די אָרעמס אין איין פֿרימאָרגן, אומגעריכטערהייט, בשעת איך פּוץ די ציין און קוק זיך אָן אין דעם שפּיגל וואָס הענגט קרומלעך אויף דער צעריבענער וואַנט) האָב איך איין מאָל אין אַ זוניקן זונטיק באקומען אַ טעלעפֿאָן-קלונג פֿון אַ מיידלשן קול. טאַקע יענע מיידל וואָס האָט דאַכט זיך געוואָלט ווײַזן אַז קיין נאַר איז זי ניט און זי פֿאַרשטייט וווּ איר שלאָפֿצימער איז. איך האָב אַוודאי פֿאַרשטאַנען אַז ניט יעדן טאָג באַקומט מען אַ פֿרײַנדלעכן קלונג פֿון אַ מיידל מיט וועמען מע האָט צופֿעליק געהאַט געטיילט אַ פֿערטראַנגיקן פּאַנסיאָן, נאָר כ'בין דעמאָלט געווען צו נאַיִוו צו זײַן אַ מבֿין אויף די מעגלעכקייטן וואָס דאָס קען צושטעלן. שפּעטער, מיט דער גערעכטקייט וואָס גייט מיר אַזוי אויף די נערוון ביזן הײַנטיקן טאָג, האָט די מאַמע אַ זאָג געטאָן: "זי איז אינטערעסירט אין דיר." ("אין מיר?" האָב איך אויסגערופֿן, אַ צענערלינג וואָס ווייסט אַז די ערד איז רונד און אַז עלטערן פֿאַרשטייען גאָרניט."וואָס רעדסטו?")

פּונקט ווי כ'האָב ניט אָפּגעשאַצט די אַלע שיכטן פֿון יענעם שמועס, דעם פּשט/דרש/רמזים, האָב איך אויך ניט פֿאַרשטאַנען וואָס עס מיינט דער איצטיקער שמועס מיט מײַן נײַעם בעלגישן באַקאַנטן. מיר זײַנען געזעסן בײַ איין מעטאַלענעם טיש און געטרונקען די גאָרניט־שלעכטע באַסקישע ביר. מיר האָבן געשמועסט וועגן אונדזערע היימלענדער און וועגן דעם, ווי נישטיק און ניט שייך אונדז איז די חגא וואָס די היגע פּראַווען מיט התלהבֿות. נאָר איך האָב געוואָלט זײַן מיט עמעצן (כ'האָב שוין פֿאַרבראַכט גענוג צײַט ערבֿ חגא לעבן די געשעפֿטן וווּ מאָדיש-באַקליידטע מיידלעך האָבן געקויפֿט טוראָנעס - פֿרוכטקוכנס - פֿאַר זייערע משפּחות, און געוואָלט נעמען סײַ דעם קוכן סײַ דאָס מיידל אין דער האַנט אַרײַן).

איך האָב ניט געוווּסט וואָס דער בעלגיער וויל. ער איז געווען (און בלײַבט עד־היום אין זכּרון) אַזאַ מין פֿיגור, וואָס נאָר זײַן גשמיות האָט מיר איבערגעלאָזט אַ שפּור אין מוח, ווי אַ פֿרוי וואָס מאַנצבילן אָביעקטיפֿיצירן. ער איז געווען אַ בלאָנדער, אַ מיטלוווּקסיקער, אַ פֿרײַנדלעכער, אַ בירטרינקער, און . . .

פּלוצעם גיב איך אַ בליק אַרײַן צו זיך אין זכּרון, און כ'בין צעטומלט צו געפֿינען אַז דאָס אַלץ, מײַן גאַנצע בילבאָער און באַסקער איבערלעבעניש, איז אויסגערונען ווי אַ זאַמדשלאָס פֿון ברעג ים. געבליבן איז ניט גאָרניט, נאָר די קאָנטורן פֿון וואָס ס'איז דאָרט ערשט געווען. מײַן זכּרון איז פֿול מיט אַזעלכע קאָנטורן, און כ'ווייס ניט ווי זיי אָנצופֿילן שפּעטער מיט ממשותדיקע, פֿיזישע מאַטעריאַלן, צו פֿאַראייביקן דאָס דערווײַליקע.

מיר זײַנען געזעסן און געטרונקען, און כ'ווייס ניט וואָס איז געשען דערנאָכדעם. כ'ווייס נאָר (פֿון מײַן אויפֿגעהיטענע צײַטפּלענער) אַז כ'בין דעמאָלט געפֿאָרן אין דער שיינער און מער ייִדישלעכער קאַטאַלוניאַ. דאָרט איז די גראָז עמעראַלד-גרין, די שלעסער צעפֿאַלענע און מיטלעלטערלעכע, און דער גײַסט פֿון רמבן אַ שטענדיק שװעבנדיקע איבערן אַלטן ייִדישן קוואַרטאַל. נאָר קיין מיידלעך האָב איך ניט געזען און קיין ביר האָב איך ניט געטרונקען. אין וועלכער שטאָט האָב איך ריכטיק געכאַפּט דעם עיקר?

יום שלישי, אוקטובר 13, 2009

פֿיר לידער פֿאַרן פּרײַז פֿון דרײַ

1.

ווען איך װאָלט געפֿלױגן װי אַ פֿליגער
וואָלט איך געװען שנעלער אָבער גאָרנישט קליגער.

2.

איך האָב אַ חבֿר אַ גרױסער בחור.
ער איז שױן נײַן יאָר אַלט.
ער גײט נאָר דזשינסן מיט אַן אונטערהעמד
און אים איז גאָרנישט קאַלט!

3.

זי האָט אַ ספּעציִעלן קאַקטוס.
זי װאַרפֿט װאָס זי װיל און ער כאַפּט עס.

4.

מיר האָבן חבֿרים אין תל־אָבֿיבֿ
וואָס ענטפֿערן קײן מאָל נישט אױף בריװ.

אונדזערע פֿרײַנד אין ירושלים
שרײַבן צוריק אין אַחת־ושתּים.

די אַנאַטאָמיע פֿון טרפֿות

אין משנה חולין ג:א שטייט געשריבן (עס גייט די רייד וועגן די פֿאַלן ווען פֿאַרשיידענע בעלי־חיים ווערן טרייף):

הראה שנקבה ושחסרה. רבי שמעון אומר, עד שתנקב לבית הסמפונות.

פּיעטרושקאַ פֿאַרייִדישט אַזוי:

אויב די לונג איז געלעכערט אָדער עס פֿעלט [אַ שטיק פֿון איר איז די בהמה טרייף]. ר' שמעון זאָגט, אַז (די בהמה איז טריפֿה) נאָר ווען זי (די לונג) איז געלעכערט אַרײַן אין דער גרויסער לופֿט־רער.

דאָ אין פּיעטרושקאַ גייט אַ פֿאַרכאַפּנדיקע דיסקוסיע וועגן די לאַפּן (טיילן) פֿון די לונגען, און וועגן דעם קליינעם לאַפּן פֿון דער רעכטער לונג, וואָס הייסט אויף לשון־קודש ענוניתא און וואָס (דאַכט זיך) קצבֿס פֿלעגן רופֿן "דער גנבֿ." (און ניט נאָר קצבֿס, זע דעם בלאַט פֿון ספֿר זבֿחי צדק וווּ דער בעל־מחבר זאָגט אַז דאָס איז דער געוויינטלעכער נאָמען. אויף לשון־הדאָקטוירים איז מער קיצלדיק: לינגולאַ, ד"ה "צינגעלע.")

ניט דאָס אָבער בין איך אויסן. מיך אינטערעסירט וואָס דער ברטנורא האָט געשריבן וועגן "בית סמפונות", די בראָנכן. בקיצור האָט ער געשריבן אַז קלענער פֿון די סמפונות זײַנען דאָ אויך קליינע "קנוקנות" וואָס שפּרייטן זיך אַדורך די לונגען. וואָס מיינט ער דערמיט? איז ער אויסן די קלענסטע לופֿט־רערעלעך, די בראָנכיאַלן? מסתּמא, ווײַל קנוקנות זײַנען קליינע רערעלעך (הײַנט ניצט מען דעם טערמין אין באָטאַניק, דאַכט זיך.)

צי מיינט ער אפֿשר די קלענסטע קעמערלעך פֿון לונג, די אַלוועאָלן (לופֿטבלעזלעך)? שווער צו וויסן, ווײַל אַז מע זעט אַ לונג אין דורכשניט זעען אויס די אַלוועאָלן ווי רערעלעך. איך וואָלט געוואָלט וויסן, צי מע האָט אַ נאָמען פֿאַר די לופֿט־בלעזלעך אין רבנישן לשון, דאָס הייסט אין רבנישע ספֿרים. איך בין ניט בקי אין הילכות כּשרות, האָט עמעצער אַ דעה?

אינטערעסאַנט, אַז אין עבֿרית איז סמפונות עד־היום אַ גאַנץ גיייִקער טערמין (דלקת סמפונות = בראָנכיט). אויפֿן הײַנטיקן העברעיֵש איז "אַלוועאָלן/לופֿטבלעזלעך" "נאדיות", ד"ה "קליינע קריגעלעך" אָדער גאָר "רערעלעך" (צאַנין גיט ביידע טײַטשן פֿאַר "נאד").

יום רביעי, ספטמבר 30, 2009

מײַן השקפֿה, ווידער, אָדער: ווי קען מען זײַן אַ פֿרומער וויסנשאַפֿטלער?

לעצטנס איז געגאַנגען די רייד אויף אַן אָנלײַן ייִדיש־פֿאָרום וועגן גלייביקייט, און ווי אַזוי מענטשן פֿון אַ וויסנשאַפֿטלעכער נטיה קענען אויך זײַן פֿרומע. האָב איך זיך מטריח און געענטפֿערט. כ'ווייס אַז דאָס איז ניט דאָס ערשטע מאָל וואָס כ'בין מאריך־ימים־ושנים וועגן מײַן השקפֿה, נאָר אפֿשר וועט עס טייל אינטערעסירן.

אַרום און אַרום, דאַכט זיך מיר אַז דו האָסט אַ נטיה צו אידעאָלאָגישקײט און שטרענגע סטאַנדאַרדן, און דאָס איז אַװדאי אַ גוטע זאַך. נאָר די װעלט איז נישט גאָר אָדער גאָרנישט. אַפֿילו (בפֿרט?) די װיסנשאַפֿט, און דאָס "אױסגעפֿינען" (אױסטראַכטן? באַשאַפֿן?) װיסנשאַפֿטלעכע געזעצן און טעאָריִעס, איז געקניפּט און געבונדן מיט מענטשלעכע עמאָציעס, פּניות, פּריװאַטע איבערלעבענישן, און דאָס גלײַכן. ס'איז נישט אָפּצושײדן דער אײַנשטיין פֿון זײַן װיסנשאַפֿלעכע װעלטבאַנעם. און איך מײן דערמיט *נישט* אַז די וועלטישע װיסנשאַפֿט איז אומפּערפֿעקט, און אַזאַ פּלאַטאָנישע װיסנשאַפֿט װאָלט נישט געװען פֿאַרבונדן מיט די עמאָציעס - פּונקט פֿאַרקערט. איך מײן אַז יעדער מוח-אַקװיטעט פֿונעם מין מענטש איז אַזאַ תּערובֿת.

(דרך-אַגבֿ איז דאָס אױך אמת װעגן פֿרומע ייִדן און רעליגיעזע מענטשן ביכלאַל. אײַ, טײל - אַ סך - פֿרומע ייִדן זײַנען פּאַסקודניאַקעס? דאָס איז נישט קײן נײַע אָבסערװאַציע, די קאַטעגאָריע פֿון נבֿל ברשות התּורה איז געװען גילטיק מיט הונדערטער יאָרן צוריק. נאָר דאָס פֿרעגט נישט אָפּ די װערט פֿון רעליגיע. אײַ, טײל - אַ סך - ציִוניסטן זײַנען ראַסיסטיש און די ייִדישע מדינה איז באַגאַנגען שרעקלעכע עװלות קעגן די פּאַלעסטינער? דאָס פֿרעגט נישט אָפּ די װיכטיקײט אָדער די װערט פֿון דער ייִדישער מדינה.)

אַ פֿילאָסאָפֿיע פֿון רעליגיע איז אַװדאי שװער איבערצוגעבן אַל רגל אַחת, נאָר בקיצור נימרץ װעל איך זאָגן אַז איך בין אַ גלײביקער. דאָס איז (װי אַ סך האָבן געזאָגט פֿאַר מיר אױף אַן עלעגאַנטערן אױפֿן) מער אַן עמאָציע װי אַ פֿאַקט, מער אַן עסטעטיק װאָס מע נעמט אָן װי אַ טעאָריע װאָס מע װײַזט אויף. וויטגענשטיינס משל איז דאָ שײך: ס'איז װי אַ פֿליג װאָס זשומעט אַרום אין אַ פֿלאַש זאָל פּרוּװן איבערגעבן דעם פֿליג אין דרױסן, װאָס דאָס איז אַזױנס צו זײַן אין אַ פֿלאַש. אָדער (ניצנדיק נאַגעלס אַ משל) איז דאָס אַזױ װי פּרוּװן איבערגעבן װאָס פֿאַר אַ זאַך ס'איז צו זײַן אַ פֿלעדערמױז.

דערפֿאַר איז כּמעט אוממעגלעך, אפֿשר אַפֿילו װילד אומפּאַסיק, צו פּרוּװן ענטפֿערן אויף דײַנע כּמו װיסנשאַפֿטלעך אױסגעפֿורעמטע שאלות. אַ "העכערע אינטעליגענץ" שמעקט מיט דער רעליגיעזער פֿילאָסאָפֿיע פֿון 19טן יאָרהונדערט. (דאָס איז נאָך עפּעס װעגן די הײַנטיקע מאָדע אױף אַנטי-רעליגיזם: ער איז גאָרנישט מחדש און פּאַטשט זיך אין בײַכל, אַז זײַנע טענות קעגן די פֿרומע זײַנען כּלומרשט נישט אָפּצופֿרעגן, אַפֿילו מע כאַזערט זײ איבער שױן טױזנט יאָר...)

און װאָס איז שײך צו זאָגן "װיפֿל פּראָצענט" מע גלײבט אין גאָט? שױן זשע זאָגט מען דאָס אין טאָג טעגלעכן לעבן? "איך גלײב 50% אין דער דעמאָקראַטיע"? "יענער גלײבט 30% אַז די פּובליק אָפּשן איז נײטיק פֿאַר העלטקעיר רעפֿאָרם"?

דאָס זעלבע איז חל אױף דער פֿראַגע, צי די געשעענישן פֿון תּנך זײַנען "באמת" געשען. װאָס איז דאָס טײַטש? אַפֿילו איך זאָג יאָ (װאָס, װען דו צװינגסט מיר, איך װאָלט יאָ געזאָגט), איז דער תּנך נישט קײן געשיכטע-ביכל און מײַן דעפֿיניציע פֿון משה רבינו ע"הס עקזיסטענס איז מסתּמא װײַט אַנדערש פֿון דײַנס. איך האַלט אַז דער תּנך איז אַ מיטאָס, און מיט "מיטאָס" בין איך אױסן דער פּינקטלעכער זין פֿון װאָרט, װי אַ פֿונדאַמענט, אַ בראשית-מעשׂה װאָס מע קען זיך אָן דעם נישט באַגײן. און דערפֿאַר טאַקע איז די תּורה אמת.

און (לסוף!) װיל איך זאָגןֹ אַז נישט אַלע פֿרומע זײַנען פֿון אײן טײג געקנאָטן. דאָס איז נאָך אַ זאַך װאָס די היטשענסן און די דאָוקינסן פֿאַרקוקן כּסדר. זײ קעמפֿן זיך מיט די װינטמילן פֿון 17טן יאָרהונדערט. הײַנט איז רעליגיע (װי יעדע זאַך) צעשפּאָלטן אין טױזנטער שטיבעלעך און כּתּימלעך. (דאָס ערגסטע װאָלט געװען צו זאָגן אַז די װאָס גלײבן אין אַ ליבעראַלער רעליגיע, װי איך, זײַנען כּלומרשט נישט "באמת" רעליגיעז, עלעהײ ס'איז סאַטמער אָדער יום-כּיפּור-בעלער.)
דאַכט זיך אַז מײַן "אױף אײן פֿוס" איז געװאָרן אַ צענטיפּעדע. אָדער אפֿשר הינערשע פֿיסלעך... אַ
גוט קװיטל! .

יום שלישי, ספטמבר 22, 2009

יום שלישי, ספטמבר 15, 2009

די וואך אין פאטאס

אזוי האבן מיר פארבראכט די זומער-וואקאציע.

יום רביעי, ספטמבר 09, 2009

אני לדודי ודודי לי

אני לדודי ודודי לי
איך לויף. וואו לויפסטו?
אונדזער לעבן, ווייניק ליבעראל
אייבערשטער: למאי ולמה לא?
אוי, ליבע, ווייטער לענדער.

תורה, שארף, רוי, יונג.
תזמורת, שפיל ראק, יא.
תעודה: שלעכטע רייז יאגורט.
תודה, שיינע ריחות, יאזמין.

יום שלישי, ספטמבר 08, 2009

װאָס איז אַ װערטער-אוצר?

אַ לײענער פֿון אַן אַנומלטיקן בלאָגפּאָסט פֿרעגט:

איך כאפ נישט גענוי וואס מען קען טון אין דעם לינק. עס איז געשריבן "זוך ווערטער". וואס זוכט מען, און וויאזוי???

אַ װערטער-אוצר איז אַ זאַמלונג װערטער, װאָס דער ציל איז צו פֿאַרברײטערן און פֿאַררײַכערן די סעלעקציע װערטער װאָס מ'איז דערמיט באַקאַנט. פֿאַרשטײט זיך, אַז אַ װערטער-אוצר איז טײלװײַז ענלעך צו אַ װערטערבוך. נאָר בשעת אַ װערטערבוך צילעװעט דעראױף, מע זאָל דעפֿינירן אַ װאָרט, דאָס הײסט, מאַכן אַז דער לײענער זאָל קענען דאָס װאָרט (װאָס דאָס זאָל נישט הײסן, דערװײַלע איז מיר נישט קלאָר), איז דער ציל פֿון אַ װערטער-אוצר אַז מע זאָל זיך באַקענען מיט אַ װאָרטס (אַזױ צו זאָגן) געגנט. װאָסערע װערטער זײַנען קרובֿ צום װאָרט? װאָסערע זײַנען װײַט? װאָסערע װערטער שטײען אין קעגנזאַץ צום װאָרט? װאָסערע װערטער מײנען מער װײניקער דאָס זעלבע, נאָר זײַנען פּראָסט? עלעגאַנט? לומדיש? קלעזמער-לאָשנדיק? פּױליש? און אַזױ װײַטער.

נאָר װער איז געװען נחום סטוטשקאָװ?

איך ברענג דאָס שטיקל פֿון דעם װעבזײַטל (פֿאַרייִדישט האָב איך):

אַ געבױרענער אין בראָק, פּױלן, אין 1893, האָט נחום סטוטשקאָװ זיך פֿרי אױסגעציעכנט מיט זײַן אױער פֿאַר שפּראַכן. נאָך פֿאַר ער האָט זיך געלערנט העברעיִש אין תּלמוד תּורה האָט ער באַהערשט (חוץ מאַמע-לשון) פּױליש און רוסיש. צו 16 יאָר איז ער אַראָפּ פֿון רעליגיִעזן דרך און געװאָרן אַקטיװ אין טעאַטער.

אין 1923 איז ער געפֿאָרן אין אַמעריקע און אַראָפּ מיט צװײ װאָכן שפּעטער שױן אַן ענגליש-רעדנדיקער, האָבנדיק איבערגעלײענט שעקספּיר, טװײן, און די ענציקלאָפּעדיִאַ בריטאַניקאַ אױפֿן װעג. זײַן גרעסטע ליב איז אָבער געװען די ייִדישע שפּראַך. זײַן ייִדישער גראַמען-לעקסיקאָן, אַרױס אין 1931, האָט אים קונה-שם געװען בײַ דראַמאַטורגן, אינטעליגענטן, און דעם גרױסן ייִדיש-רעדנדיקן עולם.

האַרט נאָכן אַרױסקום פֿון גראַמען-לעקסיקאָן, האָט סטוטשקאָװ זיך גענומען צום אוצר פֿון דער ייִדישער שפּראַך, אַ ריזיקער אופֿטו װאָס ער האָט אָפּגעגעבן אַלץ מער צײַט און כּוח, בשעת אָנשרײַבן, רעזשיסירן, און שפּילן אין אַכט ראַדיִאָ-פּראָגראַמען אַ װאָך. בײַם שאַפֿן דעם שאַצקאַמער פֿון 12 יאָרהונדערטער ייִדיש לעבן און שאַפֿן, האָט סטוטשקאָװ געלײנט שיִער נישט אַלץ װאָס מע האָט אַרױסגעגעבן אױף ייִדיש: ספֿרים, ליטעראַרישע װערק, און טאָגבלעטער. אַלץ האָט ער קאַטאַלאָגירט אױף אינדעקס-קאַרטלעך, װאָס זײַנע קינדער דערמאָנען זיך װי זײ פֿלעגן אים אַרױסשטאַרצן פֿון בוזעם-קעשענע.

אַרױס אין 1950 האָט דער אוצר פֿון דער ייִדישער שפּראַך אַרײַנגענומען 933 זײַטן פֿון דער ייִדישער קוטלורס יעדן אױסדרוק, פֿון למדישע פֿאַררופֿן ביז פּיקאַנטע װוּלגאַריזמען. 392 סינאָנימען פֿאַר "זעץ", 100 װערטער און אױסדרוקן פֿאַר "חוצפּה." און זיבן זײַטן קללו. קײן מאָל פֿריִער אין דער געשיכטע האָט אײן מענטש אַדורכגעפֿירט אַזאַ קאָלאָסאַלע לעקסיקאָגראַפֿישע באַשאַפֿונג. דער װערטער-אוצר איז אַ גרױסער תּם-ונשלם צום רײַכטום פֿון מאַמע-לשון, אין דעם סאַמע מאָמענט װען די שפּראַך האָט אױסגעהױכט די נשמה אין די װעלטלעכע קרײַזן. נאָכן אַרױסענדיקן דעם װערטער-אוצר האָט זיך סטוטשקאָװ תּיכּף גענומען צו זײַן פֿינאַלער לעקסיקאָגראַפֿישער אונטערנעמונג, אַ העברעיִשער װערטער-אוצר. קורץ נאָכן אופֿקום פֿון דער ייִדישער מדינה, האָט ער מיט זיך פֿאָרגעשטעלט אַ װיכטיקן מאָמענט אין דער מאָדערניזירונג פֿון דער העברעיִשער שפּראַך.

יום חמישי, ספטמבר 03, 2009

איך בין אַ גרױסער אַרבוז

װאָס קײַקלט זיך אין די גאַסן.
כ'האָב נישט מורא פֿאַר עקספּלאָסיע
נאָר פֿאַר קלײנקײט.

יום ראשון, אוגוסט 23, 2009

דער גרויסער עקספערימענט: באלטימאר?!

וועמען וואלט איינגעפאלן אנצורופן באלטימאר א גרויסער עקספערימענט? נאר אזוי איז עס געווארן פאר אונדזער משפחהלע. היי-יאר האב איך געדארפט זוכן א שטעלע ווי א דאקטער, און צוליב דער קלאגעדיקער עקאנאמיע האט זיך מיר ניט איינגעגעבן ביז דער סאמע לעצטער מינוט, ממש די לעצטע וואכן פון רעזידענץ.

האבן מיר געקענט באלטימאר פריער? זיכער. שווער און שוויגער זיינען דארטן געבוירן געווארן און יונגווייז געמאכט ויברח קיין סאן פראנציסקא, טיילווייז כדי צו אנטלויפן פון זייער צו טראדיציאנעלער קהילה. דאס רעדל האט זיך איבערגעדרייט, און זייער טאכטער (מיט איר צו-פרומען יידיש-רעדנדיקן מאן) קערן זיך אום, השבינו נאזאד.

געקענט האבן מיר אויך פריער דאס קליין הייפעלע יידישיסטישע חברים וואס וווינען דארט. איך זאג א קליין הייפעלע נאר אז עס מאכט זיך היינט צו טאג א גרופקעלע פאמיליעס מיט קינדער, ניט-חרדים (כאטש זיכער יידישע יידן און צום טייל פרום ביז א געוויסער מאס, ווי ביי וועמען), איז דאס שוין א קאלאסאלער אויפטו. אקעגן די חסידים אוודאי פיצימאניק, נאר זה (ביי אונדז) מה יש.

שפעטער וועל איך אפשר אי"ה איבערגעבן מער פרטים וועגן מיינע חברים, זייערע אקאדעמישע אינטערעסן, און זייערע קינדער. נאר אויף איין פוס: מיר וועלן שטארק בענקען נאך ניו-יארק, זיינע יידן, און זיינע פיל-מיניקע מענטשן סיי יידן סיי אומות-העולם. נאר עס פאלט מיר איצט איין: וואלטן מיר אין באלטימאר (סך-הכל 3 משפחות!) געקענט אויפבויען א היינטצייטיקע רעפראדוקציע פון בראנקסער "ביינברידזשעווקע" (מיט משפחות פישמאן, שעכטער און גאטעסמאן, א שם-דבר אויף דער יידישיסטישער גאס)? מיר וועלן זען. מיר פרייען זיך שטארק צו זען ווי צאן קדושים שפילט זיך אויף לשון-קדושים...

קומט צו אונדז צו גאסט אין ק"ק באלטימאר!

יום חמישי, אוגוסט 13, 2009

א פריילעכן ספק!

א פריילעכן ספק!
אוואו איך גיי וויל איך ניט וויסן פינקטלעך.
זאל יעדער גרענעץ זיין צעשוואומען.
ווער זאגט אז יעדער הלך ילכט?
שפיל א פריילעכס, דופק.

היינטיקס יאר איז אייביק א קשיא.
כ'האב געזען אז אן אייזנבאן פארט ניט גלייך.
כ'האב איר פארצווייפלונג פארנומען.
פאסאזשירן הינטער שויבן ווי ביבערס אין א טייך
אנגעפעלצט און אנגעפאשעט.

הערסט מיינע רייד?
דער גורל איז א שיכור מיט א קאר
וואס ווייסט ניט וואו מע פארט און וואו מען
שטייט. דערבארעמדיקער האר
וואס האסטו אונדז אנגעברייט?

יום חמישי, אוגוסט 06, 2009

טראָט בײַ טראָט: הײַנטצײַטיקע ייִדישע פּאָעזיע


שױן צײַט זיך צו באַקענען פֿון דער נאָענט מיט דײַן נײַעם חבֿר: אַ פֿריש געבאַקענע צװײ-שפּראַכיקע אַנטאָלאָגיע פֿון ייִדישער פּאָעזיע (מיט ענגלישע איבערזעצונגען) פֿון די װאָס לעבן און שאַפֿן הײַנט. מער בקרובֿ. נאָר קױפֿט שױן דאָ.

יום שני, יולי 27, 2009

געזונט-רעפֿאָרם, מעדיצינישע גרײַזן און דערװאַרטונגען

די אױסטראַלישע צײַטונגען האָבן לעצטנס איבערגעגעבן אַ באַריכט װעגן אַ קומעדיקן רעגירונג-רעפּאָרט, װאָס זאָגט אַז די מלוכישע געזונט-סיסטעם איז אַ קרבן פֿון אַרױסגעװאָרפֿענע געלט, אומעפֿעקטיװקײטן, און מעדיצינישע גרײַזן װאָס זײַנען אַמאָל פֿאַטאַל צו פּאַציִענטן.

געזונט-רעפֿאָרם, גרײַזן און דערװאַרטונגען אינטערעסאַנט איז, װאָס דאָס זײַנען פּונקט די זעלבע חסרונות פֿון װעלכע עס לײַדט די אַמעריקאַנער סיסטעם. װאָס לאָזט דאָס אונדז הערן? נישט װאָס די אוניװערסאַלע געזונט-פֿאַרזיכערונג (דער ציל פֿון איצטיקן אַמעריקאַנער געזונט-רעפֿאָרם) טױג נישט (אײַ, אַפֿילו אַ סיסטעם װי אױסטראַליעס איז נישט פֿרײַ פֿון גרײַזן?), נאָר װאָס מיר קענען נישט ריכטן זיך אַז די אוניװערסאַלע פֿאַרזיקעהרונג װעט תּיכּף לײזן אַלע פּראָבלעמען.

יום ראשון, יולי 19, 2009

שבתים אין מעלבורן

דעם ערשטן שבת האָבן מיר פֿאַרבראַכט בײַ אונדזערע פֿרײַנד דודי רינגעלבלום און רותּי באָלטמאַן, אַזאַ מין פּאָרפֿאָלק װוּ אײנער (דער מאַנצביל) איז על-פּי אידעאָלאָגיע אַ װעלטלעכער, אַ בונדיסט, און דערפֿאַר (אָדער כאָטש: װעדליק איר פֿאַרשטײט) איז די שטוב אַדורכגעדרונגען מיט אַזאַ װאַרעמער ייִדישקײט און הכנסת-אורחים. געדאַװנט האָבן מיר בײַ אַ מאָדערן-אָרטאָדאָקסישער שול אין דער איסט קאָלפֿילד געגנט װוּ אונדזערע חבֿרים װױנען. באמת אַ גענערישער פּלאַץ, כאָטש אַ פֿרײַנדלעכער און דער קינדערצימער האָט מײַן טעכטערל פֿאַרװײַלט.

דעם פֿאַרגאַנגענעם שבת האָבן מיר געהאַט מער אַ געזינטערן שפּאַציר צו אַ רעפֿאָרם-שול אױף אַלמאַ סטריט, דװקא אינעם עירובֿ. טשיקאַװעסן פֿון דעם איבערלעבעניש: דער אָרגל (מע װײסט דאָך אַז אַמאָל האָט יעדער מאָדערנע שול, איבער דער גאַנצער גאַמע, זיך באַרימט מיטן אָרגל!), דאָס פֿירלײנען די הפֿטרה אױף ענגליש, און דאָס, װאָס דער ייִד אין די פֿערציקער װאָס איז בײַ מיר געזעסן האָט געזאָגט די תּפֿילות דװקא מיט אַן אַשכּנזישער הבֿרה!

יום ראשון, יולי 05, 2009

טורן פֿון היסטאָרישע ייִדישע שטעט

א: ניו־יאָרק

דאָס איז די שטאָט וווּ גלאָריע און פּראַכט טרעפֿן מיט פֿאַרשײַטקייטש און פּריצות, און קיין צד האָט ניט געוווּנען, נײַערט ביידע קאָמבינירן זיך אין אַ כּלאַיִם. יעדע זאַך אין דער שטאָט איז אַ געמישעכץ, אַ תּערובֿת פֿון באַשטאַנדטיילן וואָס פּאַסן זיך ניט. אפֿשר ניט אָסור לגמרי נאָר פּשוט ניט קיין גוטער געדאַנק. יעדער שיכט שטאָט כאַפּט אַרום אָנצאָליקע מיקראָסקאָפּישע סובשיכטן, יעדער בנין איז אָנגעפּיקעוועט מיט צעלן, יעדער אומגליק פֿאַרוויקלט קליינע גליקן.

לאָמיר אָפּכאַפּן דעם אָטעם, זיך אומקוקן. ווער זשע וווינט דאָ? פֿעלקער וואָס האַלטן אין ניט ווערן, פֿעלקער וואָס שיפֿלן זיך אַהער פֿון ווײַטע צעקריגטע, צעשאָכטענע לענדער און ווערן דאָ עפּעס אַנדערש, כינעזיש עסן וואָס איז ניט צו דערקענען פֿון די טעם־וואָצלען פֿון אַ ביידזשינגער, רוסישע ייִדן וואָס אַנטלויפֿן צו רוסיציזם אָנשטאָט זיך צו ספּראַווען מיט אַ געפֿערלעך ברייטער דעפֿיניציע ייִדישקייט.

איך בין דײַן וועגווײַזער, זיסקייט, און תּמעוואַטע פֿרעגסט וועגן די ייִדן. לאָמיר שוין לאָזן די ייִדן אין אַ זײַט, אָקיי, איין מאָל פֿאַר אַלע מאָל? די גאַנצע שטאָט איז אַדורכגעדרונגען מיט ייִדישקייט אַז מע דאַרף ניט אָנקומען צו די ייִדן. מע קען זיך אַן עצה געבן מיט די גויים, זאָלן זיי לעבן און געזונט זײַן.

ס'איז אָבער שווער צו רעדן וועגן די גויים גרופּעסווײַז, ווײַל מע וויל חלילה קיינעם ניט באַליידיקן, ס'איז שוין אײַנגעקריצט שוין כּמה יאָרן אין דער אַמעריקאַנער פּסיכיע אַז פֿאַראַלגעמיינערונגען וועגן פֿעלקער אָדער ראַסן קען דערפֿירן צו ראַסיזם.

קען איך נאָר רעדן וועגן יחידים אין מײַן שטאָט פֿון מיליאָנען:

טעאָדאָראָ ק. טראָגט זיך אַרום טאָג־אײַן טאָג־אויס מיט דאגות און פּחדים. ער איז אַ קובאַנער פֿאַרוואָגלט אין דער קאַפּיטאַליסטישער מעטראָפּאָליע. זײַן טאָכטער פֿון 19 יאָר איז אַרויסגעפֿאַלן פֿון שול, זײַן זון סטראַשעט אים מיט אַ ביקס. און אַליין האָט ער מער ניט קיין שטעלע, די דרוקערײַ וווּ ער האָט געאַרבעט איז מער ניטאָ. ער זיצט גאַנצע טעג אין דײַנערס אין רעסטאָראַנען און לייענט די צײַטונגען. ער זוכט געלעגנהייטן אין די קלאַסיפֿײַדס כאָטש זעלטן ווער קויפֿט הײַנט דאָרט אַן עד.

שיינע וו. זוכט אַ מאַן פֿון לאַנג און וויל יעדן געבן צו וויסן, אַז זי דאַרף ניט האָבן קיין מאַן. דאָס איז אמת און ניט אמת. ווען זי זאָל בלײַבן אַליין, וואָלט זי געווען גליקלעך, נאָר זי וויל ניט בלײַבן אַליין. האַלבצײַטיק איז זי געפֿערלעך פֿעיִק און פּראָדוקטיוו און האַלבצײַטיק זיצט זי אין איר צימער, גריזשעט די נעגל, און פּרוּווט ניט קלינגען די מאַמע אין קליוולאַנד. שיינע איז 22 יאָר אַלט און וועט אין דרײַ יאָר אַרום ווערן פֿרום.

יו שיאַאָ, 58 יאָר אַלט, איז געקומען צו פֿאָרן מיט דרײַ חדשים צוריק פֿון פֿודזשיאַן־פּראָווינץ אין כינע. זי האָט שוין געטראָפֿן אַן אַרבעט און פֿאַר דעם איז זי דאַנקבאַר. זי פֿאָרט יעדע וואָך דרײַצן שעה מיט א קליינעם באָס צו טענעסי, וווּ זי אַרבעט אין א רעסטאָראַן וווּ דער בעל-הבית איז אַן אייגענער, אַ לאַנדסמאַן. ער שלאָגט ניט און לאָזט אַ מאָל פֿאַלן אַ וואַרעם וואָרט.

ווען דאָס וואָלט געווען אַן אנדער סאָרט מעשׂה וואָלטן אַלע די פּאַרשוינען געטראָפֿן זיך, מחמת איזה סיבה, אין אַ רעגנדיקער נאַכט אויף אַ פֿאַרגענסענעם ראָג, ערגעץ צווישן פּראָספּעקט פּאַרק און בענסאָנהערסט. ס'איז אָבער ניט געשטויגן ניט געפֿלויגן. ס'איז אַ שטאָט אַזאַ, וווּ יעדער ווייסט (אויף אַן אומקלאָרן אופֿן) אַז אַנדערע טיפּן מענטשן דרייען זיך אויף די זעלבע גאַסן, אָטעמען די זעלבע לופֿט, קומען אום פֿון די זעלבע אומגליקן און רצחענען זיך מיט די זעלבע פֿאַרווײַלערישע סמען - נאָר מע קען זיי ניט, מע זעט זיי ניט, מע רעדט מיט זיי ניט, ס'איז פּשוט אַ נסיון צו האַלטן דעם מוח אָפֿן, צו בלײַבן ניט אַליין אַפֿילו מע רעדט מיט קיינעם ניט און מע שלאָפֿט אײַן, נאַכט־אײַן נאַכט־אויס, איינער אַליין צום טאַקט פֿון פֿאַרבײַפֿאָרנדיקע מיסטאויטאָס האַרט לעבן פֿענצטער.

יום רביעי, יולי 01, 2009

...און איך פֿאַרלאָז ניו-יאָרק

...דאָס אַרבעט-זוכעניש איז געווען אַ קאַפּעלע מער אינטערעסאַנט ווי כ'האָב מתכּוון געווען. ניט געקוקט דעראויף האָב איך מיט מזל באַקומען אַ שטעלע אין קליניק פֿון דזשאָנס האָפּקינס אין ק"ק באַלטימאָר. מיר (איך מיט די בני-בית) זײַנען ממש באַגײַסטערט. איך קוק אַרויס זיך צו באַקענען מיט די דאָרטיקע פֿײַנע ייִדן, סײַ "ייִדישע ייִדן" סײַ סתּם.

און ס'וועט זײַן שווער (שווער ווי "דאָס אָפּרײַסן דאָס פֿינגערנאָגל פֿון פֿלייש", ווי דער שרײַבער פֿון על סיד האָט זיך אויסגעדריקט) זיך נעמען אָפּשייד פֿון ניו-יאָרק, די שטאָט וווּ דאָס לעבן איז צעגלידערט און אָפּגעשפּיגלט אין אַלע שאַטירונגען.

איך פֿאָר אין מעלבורן

עס וואָלט געווען אַ פֿאַרגעניגן זיך צו זען מיט חבֿרים און באַקאַנטע איצטיקע און נײַע. לאָז פֿון זיך הערן! איך קום צו פֿאָרן אי"ה דעם 6טן, מאָנטיק.

אַגבֿ דעם 12טן און דעם 26סטן (ביידע זונטיקן) דאַרף איך געבן שמועסן אויף ענגליש און ייִדיש בײַ דער קדימה-געזעלשאַפֿט וועגן די שײַכותן צווישן מעדיצין און ייִדישקייט. קומט און וואַרפֿט פּאָמידאָרן!

יום שלישי, מאי 19, 2009

דע בעל איז בראקען, רינג הארדער

אויף דער טיר האָט מען געהאַט צוגעקלעפּט אַ שילד מיטן אָנגעפּאַטשקעטן אויפֿשריפֿט: דע בעל איז בראָקען. רינג האַרדער.

אַ פּאַראַדאָקס, האָט זיך סעמי געטראַכט. אויב דער גלאָק איז קאַליע, וואָס איז דער שׂכל פֿון בכלל געבן אַ דריק דערויף? און אויב עס האָט יאָ אַ שׂכל צו דריקן שטארקער, ווי זשע קען מען זאָגן אַז דער גלאָק איז קאַליע?

סעמי און מירל לערנען בחברותא...אין א פרעמדן ארט.

יום ראשון, מאי 17, 2009

אַ יאָר שוין אויף דער וועלט

ייִנגעלע, אַ יאָר שוין ביסטו דאָ.
דײַן ווייכינקער גוף, ווי אַ צוקערקע
ליגט מיר אויף די הענט.
דײַן שמייכל שוועבט מיר פֿאַר די אויגן
אַפֿילו דורך די הײַנטיקע טונקעלע טונעלן
וווּ מײַן געמיט פֿאַרברענגט.
איך דערוואַרט נסים פֿון דיר.
דאָס איז אַ ברכה
און איך צי עס ניט צוריק
אויס מורא פֿאַר מליצה.
איך האַלט פֿון מליצה
און דו ווערסט אַ ליד.

יום חמישי, מאי 14, 2009

די פּראָפֿעסיע האָט נאָך נישט באַװיזן צו פֿאַרנעמען אַלע מײַנע חושים

איך בין אַ מיטלמעסיקער דאָקטער, אַ דאָקטער װי אַלע דאָקטױרים, װעלכע פּראַקטיצירן נישט לאַנג; מײַן פֿאַרשטאַנד און די קענטענישן זײַנען מיטלמעסיקע; איך שטרױכל אָן װידערשפּרעכונגען, איך בין נישט בכּוח צו לעזן פֿיל פֿראַגן, װאָס שטײען פֿאַר מיר און פֿאָדערן אַ באַלדיקע לעזונג.
מײַן אײנציקער פֿאָרצוג איז אָבער דװקא דאָס, װאָס איך בין נאָך אַ יונגער דאָקטער, און די פּראָפֿעסיע האָט נאָך נישט באַװיזן צו פֿאַרנעמען אַלע מײַנע חושים, און װאָס די אײַנדרוקן, צו װעלכע מ'װערט שפּעטער צוגעװױנט, שטײען פֿאַר מיר בולט, װי ערשט איבערגעלעבטע.
איך װעל דאָ שרײַבן, װאָס איך האָב געפֿילט, בשעת איך האָב מיך באַקאַנט מיט דער מעדיצין, װאָס איך האָב פֿון איר דערװאַרט און װאָס זי האָט מיר געגעבן.
איך װעל שרײַבן װעגן מײַנע ערשטע זעלבשטענדיקע טריט אַלס דאָקטער און װעגן די אײַנדרוקן, װעלכע איך האָב אױסגעטראָגן אין דער פּראַקטיק.
איך װעל מיך באַמיִען צו שרײַבן אַ ל ץ, נישט פֿאַרהױלן ג אָ ר נ י ש ט.
--אַ. װערסאַיעװ, "װידױ פֿון אַ דאָקטאָר." ייִדיש: אַ. צימערמאַן. װאַרשע: פֿאַרלאַג ש. גאָלדפֿאַרב, 1925. צו באַקומען בחינם דאָ פֿון לאַנסקיס גאָרטן פֿון צען טױזנט ביכער.

יום ראשון, מאי 03, 2009

געפערלעכע גרײזן װעגן חזיר-פלו

אין "דער אידישער װעלט" שרײבט מען אַז "די סוויין פלו (דבר אחר פלו) האט זיך שנעל צושפרייט אין לעצטע פאר טעג, בעיקר אין מעקסיקאו, וואו עס האט שוין אומגעברענגט איבער 100 מענטשען". 

אפשר זאָל מען אַ ביסל אױספאָרשן אַן ענין אײדער מע נעמט זיך שרײבן װעגן דעם? דער אמת איז נישט אַזױ סענסאַציאָנעל, גאָט צו דאַנקען.

צו פּאַראַפראַזירן װאָס כ'האָב אָנגעשריבן אױף מײן ענגלישן בלאָג:

1 . ביז אַהער איז נאָך נישט קלאָר װי שלעכט עס קען װערן. אָדער - אַנדערש געזאָגט - צי ס'װעט װערן שלעכט בכלל. קען זײן אַז מיר האָבן דאָ צו טאָן מיט סתּם אַ פלו.

2 . די גרענעצן פון דער גענעטיק: כאָטש מע קען אָפּלאָדן די סעקװענצן פון דעם װירוס װײסן מיר גאָרנישט דערפון װעגן דעם װי אַזױ עס צעשפּרײט זיך און װײניק װעגן װי געפערלעך עס װעט װערן.

3 . דאָס אַלץ איז אַן אײזערנער בײשפּיל פון דעם, װי אַזױ מע טראַכט װעגן ריזיקעס. די דאָזיקע ריזיקע איז נאָענט און שרעקיק און דערפאַר צוגענגלעך צום מורא אױף אַן אפן װאָס װײניקער "צוגענגלעכע" ריזיקעס זײנען נישט (אױטאָ-עקצידענטן, מאַלאַריאַ).

צווייטער מאראטאן געווידמעט יידישער פאעזיע (דניאל גלאי)

צווייטער מאראטאן געווידמעט יידישער פאעזיע

תל-אביב 2009 

טייערע פריינד 

מיר פלאנירן דורכפירן אין תל-אביב דעם 24טן 25טן און 26טן דעצעמבער 2009, א מאראטאן געווידמעט יידישער פאעזיע,  וואס וועט באשטיין פון  יידישע לידער אין מקור און איבערזעצונגען "צו און פון" פארשיידענע שפראכן. 

אויב איר פלאנירט צו באזוכן ישראל אין אט דער תקופה, אדרבא קומט און נעמט אנטייל אין אונדזער פראיעקט. גיט אונדז צו וויסן וואס גיכער און דעמאלט קאנען מיר פרווון אייך אריינשטעלן אין פראגראם.

ביטע , פארשפרייט די ידיעה צווישן פריינד און פאראינטערעסירטע.

מיט חברשאפט

דניאל גלאי – פארזיצער

יום שבת, מאי 02, 2009

יום שני, אפריל 20, 2009

אַמאָליקע יום־טובֿים: פּסח, 1996

אין יענעם יאָר בין איך געווען אויף אַ רײַזע דורך אייראָפּע מיט דער שטיצע פֿון דער וואַטסאָן־פֿונדאַציע, מיטן ציל צו פֿאָרשן די מינאָריטעט־שפּראַכן פֿון שפּאַניע און פֿאַרגלײַכן זייערע סיטואַציעס צו ייִדיש אין מיזרח־אייראָפּע.

אין כּמעט יעדער שטאָט אין מזרח־אייראָפּע בין איך געלאָפֿן צו דער חב"ד־שול. מ'איז דאָרטן געווען פֿרײַנדלעך, כּשר, בריייטהאַרציק מיט דער אַכילה, און גרייט אָנצובאָטן (אָדער אויסצוזוכן) אַ נאַכט־געלעגער.

אין קיִעוו זײַנען די גאַסן געווען באַביימערטע, ניסנדיק־פֿילפֿאַרביק, באַפּוצט מיט אַלטע לײַכט־קאָלירטע בנינים, און מיט נעמען נאָך גענאָדיצישע שׂונאי־ישׂראל.

סוף־כּל־סוף האָב איך זיך דערשלאָגן צו אַ דירה, מיט צוויי טשודאַקישע מיטוווינערס. (און איך בין גלײַך מודה, אַז סך־הכּל איז די צאָל טשודאַקעס געווען...דרײַ.) איינער אַ דינער לאָקש, מיט קוים־געצוואָגענע, צעלאָזטע האָר, אַלע מאָל מיט אַ בייסבאָל־קאַשקעט ("מעטס") אויפֿן קאָפּ. אַלע מאָל מיטן "יחי" אויף די ליפּן.

דער צווייטער אַ פֿעטער ישיבֿה־בחור, אָדער - פּינקטלעכער געזאָגט - האָט געזאָלט לערנען אין ישיבֿה אין "ארץ־ישׂראל" (די טערמין "מדינה" הערט מען קוים־קוים אין געוויסע קרײַזן) נאָר צוליב איזה סיבה איז זײַן פּאַספּאָרט אויסגעגאַנען און אים איבערגעלאָזט אויף הפֿקר אין אוקראַיִנע.

גערעדט האָט ער נאָר וועגן דרײַ זאַכן. א. געלט; ב. צוריקפֿאָרן אין ישׂראל, סטראַטעגיעס פֿאַר; און ג. קאָכערײַ.

ער איז געווען אָבסעסירט מיט קאָכן, אינגרעדיענטן, קוואַליטעט, מויל־געפֿיל, געווירצן. ניט אויף אַ פֿײַנשמעקערישן, סאַלאָנישן אופֿן, נאָר ווי דער זון פֿון דער אוקראַיִנעטשקע וואָס האָט אים געבוירן. געווען איז ער אַ גר, און זײַן גומען האָט געלעכצט נאָר נאָך די היימישע טעמען פֿון קיִעוו. ניט איין מאָל האָב איך געפּרוּווט אים דערקלערן, אַז אונדזערע ייִדישע אָבֿות האָבן גענומען זייערע קאָכערײַ גראָד פֿון זעלבן באָדן.

ער איז געקומען מיט מיר אין גרויסן קיִעווער שטאָטמאַרק כּדי צו פֿאַרזיכערן, אַז די מאַרק־פֿרויען זאָלן מיך ניט אָפּנאַרן.

אָנגעקומען פּסח, האָט ער מיך ניט געלאָזט אָנרירן אַ בעזעם אָדער אַ שמאַטע. ער האָט מורא געהאַט, אַז אַן אַמעריקאַנער ייִד וואָס לייענט טרייף־פּסול און דאַוונט זײַט בײַ זײַט מיט נשים קען נאָך פֿאַרחמצן זײַן דירה אויך. דאָס פּסכדיקע קאָכערײַ האָט ער מיר אויך ניט געלאָזט פֿאַרקאַליעשטשען.

איך געדענק ניט וואָס מיר האָבן געגעסן (ווי פּאַראַדאָקסאַל ס'זאָל ניט קלינגען) נאָר איך דערמאָן זיך אין דער נשמהדיקער צופֿרידנקייט וואָס האָט מיך אַרומגעכאַפּט נאָכן ערשטן ביס און מיך ניט פֿאַרלאָזט ביז הבֿדלה.

אויפֿן ערשטן סדר האָט זײַן מאַמע, די גויע, געבראַכט אַ ריזיקע אַרבוז. די ווײַן האָט ער זי ניט געלאָזט אָנרירן.

יום ראשון, אפריל 05, 2009

װי אַזױ לערנט מען חסד?

דערפֿאַר װעלן מיר אי"ה שיקן די קינדער אין די עפֿנטלעכע שולן, װײַל ס'איז כּמעט װי נישטאָ אַ ייִדישע שול אין מאַנהאַטן װוּ עס הערשט נישט די קליקע, די גאװה, די פֿאַרריסנקײט.
איך קען צו פֿיל קינדער װאָס באַקומען כּלפּי-חוץ אַן ערשט-קלאַסיקן חינוך נאָר זײערע נשמות זײַנען פֿאַרדאָרבן.

יום שישי, אפריל 03, 2009

יאגן זיך נאך מיידלעך

סעמי דער עילוי ווערט שטארק צוגעצויגן צו דער מאדנער תלמידת-חכם.

יום רביעי, מרץ 25, 2009

שעכטער־אַזכּרה: ווי באַניצט זיך אַ ייִדישיסט מיט דער תּורה־ירושה?

זונטיק בין איך בײַגעווען בײַ אַן אונטערנעמונג לזכר מרדכי שעכטער ע"ה צו זײַן צווייטן יאָרצײַט. כּדאַי איבערצוגעבן דעם תּמצית פֿון די רייד.

מער קאָנקרעט האָט גערעדט שׂרה־רחל שעכטער, אַ מיטאַרבעטערין אין פֿאָרווערטס, וואָס האָט איבערגעגעבן עטלעכע זכרונות פֿון טאַטן און זײַן ניט־פּשוטער באַציִונג צו טראַדיציאָנעלער ייִדישקייט. איין מעשׂה וועט קענען דאָס באַלײַכטן. צו זיבעצן יאָר האָט שׂרה־רחל זיך אינטערעסירט אין רעליגיע, ווי אַ סך צענערלינגען, און איבערגעלייענט עטלעכע ביכער אויף דער טעמע. איז זי שפּעטער צוגעגאַנגען צום טאַטן און געפֿרעגט אים וואָס ער מיינט וועגן גאָט.

האָט ער אומגעדולדיק אַ זאָג געטאָן: "וואָס דרייט איר מיר אַ קאָפּ מיט די שאלות?! ווייסטו ניט אַז איך בין אַן אַטעיִסט?"

זי האָט דאָס ניט געוווּסט. "אויב אַזוי, טאַטע," האָט זי געפֿרעגט, "פֿאַר וואָס מאַכסט קידוש און המוציא יעדן פֿרײַטיק־נאַכטס?"

האָט ער געענטפֿערט: "צוליב אײַך!"

* * *

מער אַקאַדעמיש, נאָר ניט ווייניקער לעבעדיק, האָט גערעדט דוד־אליהו פֿישמאַן אויף דער טעמע "די פּראָבלעם פֿון רעליגיע און סעקולאַריזם בײַ וועלטלעכע ייִדישיסטן: אַ היסטאָרישן אַנאַליז." פֿאַר זײַן אויסגאַנגפּונקט האָט ער דערמאָנט אַ היסטאָרישע פֿאַרגלײַכונג צווישן די פֿאַרשיידענע שטראָמען פֿון ייִדישן נאַציאָנאַליזם. בשעת דער ציוניזם, כאָטש ניט על־פּי רובֿ אַ פֿרומע באַוועגונג, האָט געהאַט אַ פֿרומען פֿליגל (דער מזרחי) האָט דער ייִדישיזם קיין רבנישע צווײַג ניט געהאַט, פּשוט דערפֿאַר, וואָס פֿון דער שיטה האָבן זיך געפֿונען ווייניק אָפּקלאַנגען אין דער אַלטער טראַדיציאָנעלער ליטעראַטור.

די פֿראַגע איז אָבער, וואָס האָט דער ייִדישיזם געירשנט, אָדער געוואָלט ירשענען, פֿון דער רעליגיעזער קולטור. געקליבן ווי זײַן מוסטער האָט פֿישמאַן חיים זשיטלאָווסקי, וואָס האָט געמאַכט נע־ונד פֿון אידעאָלאָגיע צו אידעאָלאָגיע דורך זײַן גאַנץ לעבן. נאָר געבליבן איז ער כּסדר בײַ איין זאַך: כאָטש ער האַלט ניט פֿון דער טראַדיציאָנעלער רעליגיע (וואָס האָט אַרומגעכאַפּט אַ "פֿאַלשע וויסנשאַפֿט") און ער האָט ניט געגלייבט אין גאָט, האָט ער יאָ געהאַלטן פֿאַר נייטיק אָפּצושאַצן און דערקענען וווּ מע מעג אויסניצן די ירושה. "מיר מעגן אַלץ", האָט זשיטלאָווסקי געזאָגט. "מיר מעגן אַפֿילו טרויערן תּישעה־באָבֿ" און פּראַווען נאָך אַנדערע יום־טובֿים, אויב "מע געפֿינט אין זיי אַ מענטשלעכן געדאַנק." נאָר טייל זאַכן (למשל פּורים, וואָס ער האָט געהאַלטן פֿאַר "לײַכטזיניק") האָט ער געהאַלטן פֿאַר נייטיק אויסצוּוואָרצלען ווי דער גערטנער וואָס גייט אַדורך דעם גאָרטן פֿון דער טראַדיציאָנעלער רעליגיע כּדי אָפּצוטיילן סולת פֿון פּסולת.

אין דעם פּרט, האָט פֿישמאַן באַמערקט, איז זשיטלאָווסקי גאָר ענלעך צו יעדן מאָדערנעם ייִד, וואָס מוז אויסקלײַבן וואָס צו האַלטן, וואָס צוצופּאַסן, און וואָס צו פֿאַרלאָזן.

בײַם סוף האָט ער אָנגעצייכנט אַ פֿרוכטפּערדיקן קאָנטראַסט צווישן זשיטלאָווסקי און י.ל. פּרץ. בשעת זשיטלאָווסקי האָט דווקא געוואָלט אויסקלײַבן און ניט אויסגעמיטן האַרבע פּסקים, האָט פּרץ (טאַקע ווי דער ערשטער פֿאָרשלאָג אויף דער טשערנעוויצער קאָנפֿערענץ פֿון 1908) געוואָלט לאָזן איבערזעצן די הויפּטווערק פֿון דער רעליגיעזער ליטעראַטור פֿון לשון־קודש אויף ייִדיש, אָנהייבנדיק פֿון תּנך און מדרשים.

* * *

ס'איז מיר אויסגעקומען אַ שטיק געזונט צו זען ווי יוגנטרוף־מיטגלידער זײַנען אויך געווען אויף דער אַזכּרה. מע זאָגט, אַגבֿ, אַז דער ייִוואָ וועט אויפֿלאָדן דעם טעקסט פֿון די רעדנערס אויפֿן אינטערנעט.

יום שלישי, מרץ 24, 2009

משלוח-מחילות

מיין שול האט דעם מנהג פון בעטן די בעלי-בתים, זיי זאלן קויפן א חלק אין א געמיינזאמען שלח-מנות - יעדער באקומט א פעקל מיט א רשימה נעמען פון די, וואס האבן געגעבן. ניט מקיים איז מען דערמיט די מצווה, נאר מילא.

נוצלעך אבער וואלט געווען צו האבן בשותפותדיקע מחילה-פעקלעך ערב יום-כיפור (אדער תעניתים) - מע זאל קענען פארשרייבן זיך אויף א רשימה אונטערן קעפל "חטאתי עוויתי פשעתי". א שאד, וואס ניט יעדער אין שול וואלט געקענט עפנטלעך מודה זיין צו זייערע עוולות...

יום שלישי, מרץ 17, 2009

איך אַרבעט בײַ אַ פּראַקטישע שטעלע

ווייס פּונקט וואָס איך טו און פֿאַר וואָס.
יעדע צען מינוט אָבער
טרייסלט זיך די ערד אונטערן שרײַבטיש
און געפּגרטע פּאָעטן שטעקן די קעפּ אַרויס
פֿון אַ רויכיקן גרוב.

איך קום צו גיין
יעדן טאָג באַצײַטנס.
נאָר אויף דער וואַנט צווישן קאָמפּיוטער און רעסײַקלינג
הענגען די ידיים
פֿון אַ קײַכעדיקן שׂרף.

איך פֿאָלג אַלע באַווײַזן
פֿון אײַזערנער ממשות
און באָד זיך בדמיון
אין פּלעווע-ימען

יום שני, מרץ 09, 2009

גראַמען-טאַשן

אַ פֿריילעכן פּורים פֿון שלום, סעלעסט, מיכה-אליה און ביילע-נחמה!

עד דלא ידע
איז ּתורה צי מדע?
פירסומא ניסא
(מאידך גיסא)
איז ווי דער טאג קלאר
סיי אין חלום סיי וואר
א סיבה פון סיבות
און חיבה פון חיבות
פון דעם וואס לעבט אויבן
וואס פארצייטיקט די טרויבן
זיי זאלן זיך מערן
און לחיימלעך ווערן.

חג פורים שמח משלום, סלסט, מיכה-אליה וביילע-נחמה!

יש מצב גרוע בשושן הבירה,
נניח את התליה ונשתה בירה.

יום ראשון, מרץ 01, 2009

מוחל טובֿות, אָדער זאָל גאָט אָפּהיטן פֿון הײמישע רײד

אױף אַ חסידישן װעבזשורנאַל האָט מען פֿאַרטײַטשט שטיקער פֿון אַהרן לאַנסקיס אױטאָביִאָגראַפֿיע. (אָן קרעדיט. נאָר פֿאַר װאָס זײַן מעדקדק?) לסוף כאַפּט מען זיך אַז מע האָט אפֿשר אָפּגעמאָלט צו אַ ליכטיק בילד, און מע שליסט בזה הלשון:

היימיש גערעדט, האבן ערליכע אידן קיין טראפ הנאה פון דעם גאנצן צענטער. אדרבה דאס הארץ בלוטיגט צו זעהן וואסערע סארט ביכער עס פלעגן אמאל ארויסקומען אין אידיש. די אלע ליינער האבן געשטאמט פון ערליכע הייזער, נאר די טומאת אמעריקע האט זיי אראפגעברענגט לדיוטא התחתונה. רוב פון די ביכער זענען געשריבן געווארן דורך פרייע און סעקולערע שרייבער, כאטש אז די צענטער אנהאלט אויך היבש אסאך כשרע און היסטארישע ביכער.

עס ווייטאגט צו זעהן וויאזוי עס זענען געווען אמאל אזויפיל אידן וואס האבן נישט געהאלטן ביי גארנישט. נאכמער איז ווייטאגלעך ווען מען טראכט אריין און מען זעהט אז פון די אלע אידן איז קיין זכר נישט געבליבן. די קינדער זייערע זענען שוין אויפגעוואקסן אלס געהעריגע גוים, און די אייניקלעך ווייסן ניטאמאל אז זיי זענען אידן. די צענטער איז א ריכטיגע זכר לחורבן אמעריקע, און א מציבה שטיין פאר די דאזיגע דורות וואס זענען אינגאנצן אונטערגעגאנגען. היינטיגע צייטן וועט מען נאר טרעפן אידיש רעדענדע, ביי אונזער היימישע קרייזן. דארט טוט ב”ה אידיש ווייטער בליעהן און עס קומען צו יעדן טאג נייע ביכער און צייטונגען אויף די אידישע שפראך, אלעס אויסגעהאלטן על פי תורה, צו דערקוויקן ערליכע אידישע נשמות.

דער שול-נודניק

יעדער שול דאַרף האָבן אַ נודניק.
יעדן װאָס דאַװנט דאָרט פֿאַלט אַ מאָל אײַן: עס װאָלט געװען אַ ליכטיקע װעלט, פֿול מיט רעגנבױגנס און זונענשײַן, װען נישט דער דאָזיקער נודניק! מע װאָלט געדאַװנט און געשמועסט אומגעשטערט!
די זאַך איז אָבער װאָס די שול איז אוממעגלעך אָן דעם נודניק. די שול האָט אַ זכות-הקיום מיט דעם, װי אַזױ זי גיט זיך אַן עצה מיטן נודניק. נעמסט אַרױס דעם נודניק, נעמסט אַרױס דאָס האַרץ פֿון דער שול.

יום רביעי, פברואר 25, 2009

ביִאָ-עטיק און הלכה, אָדער, צי איז נייטיק אַ ייִדישע מעדיצינישע עטיק?

לעצטנס האָב איך זיך ערנצט פֿאַראינטערעסירט מיט דער מעדיצינישער עטיק. כ'ווייס ניט פֿאַר וואָס כ'האָב זיך קיין מאָל פֿריִער געפּרוּווט אײַנטיפֿן אין דער ליטעראַטור, אפֿשר דערפֿאַר וואָס עס האָט מיר געפֿעלט די נייטיקע איבערלעבענישן, די שפּעט-בײַ-נאַכטיקע, פּײַנלעכע דיסקוסיעס וועגן טויט און . . . טויט מיט קרובֿים וואָס אָדער פֿאַרשטייען ניט ווי שמאָל עס האַלט אָדער ווייסן ניט וואָס עס הייסט פֿאָרצושטעלן דעם פּאַציענטס (און ניט זייער אייגענע) ווילן. איצט, נאָך (כּמעט) דרײַ יאָר רעזידענץ, האָב איך שוין. די ביִאָ-עטי דאַרף שוין זײַן הלכה-למעשׂה.

וואָס מער אָבער איך פֿאַרגלײַך די וועלטלעכע און הלכהש-ייִדישע צוגאַנגען צו די וויכטיקסטע ענינים פֿון דער מעדיצינישער עטיק (ווי אַזוי באַשיצט מען דעם פּאַציענט אין זײַנע באַציִונגען מיט דאָקטוירים? ווי ווײַט קענען די געזונט-אַרבעטער גייען, ווען זיי טוען זאַכן צום חולה בעל-כּרחו? ווי אַזוי צעטיילט מען די געזונט-רעסורסן פֿון אַ דעמאָקראַטישער געזעלשאַפֿט אויף אַ גערעכטן אופֿן?) איז די מאָדערנע הלכה נאָך ניט מסוגל צוצוגיין צו די פּראָבלעמען מיט די נייטיקע מכשירים. אָפֿט מאָל פֿאַרשטייט מען ניט די מציאות, און די אויטאָנאָמיע וואָס יעדער פּאַציענט ווערט גאַראַנטירט הײַנט צו טאָג אין יעדן געזונט-באַגעגעניש.

אַזאַ אויטאָנאָמיע האָט מען ניט פֿאָרויסגעזען, ניט אין דער גמרא און ניט אין שלחן-ערוך. צו דערצו, ווערט דערקענט אין דער הלכה אַן אונטערשייד צווישן אַראָפּנעמען אַ באַהאַנדלונג און ניט אָנהייבן אַ באַהאַנדלונג - מותּר איז (בדרך-כּלל) ניט אָנהיייבן אַן אָטעם-מאַשין, אָבער ניט אָפּשטעקן אַזאַ מאַשין.

די פּראָבלעם איז, וואָס אַזאַ אונטערשייד איז ניט צו פֿאַרטיידיקן. די צוויי כּמו מינים אַקטן פֿירן צום זעלבן עפֿעקט.

בין איך געבליבן אין אַ פֿאַרלעגנהייט ווי אַ פֿרומער ייִד, ווי זאָל איך אײַנפֿירן מײַן הלכהש לעבן אין דער מעדיצינישער עטיק ווען איר השקפֿה איז ניט איינשטימיק מיטן "האידנא"?

יום ראשון, פברואר 22, 2009

טויטע חזירים, טויטע מענטשן

(אַ ליד פֿון טאַנג-דינאַסטיע, 907-618)

猪吃死人肉, 人吃死猪肠.

zhū chī sǐrénròu , rén chī sǐzhūcháng

猪不嫌人臭, 人反道猪香.

zhūbùxián rén chòu , rén fǎn dào zhū xiāng

猪死投/抛*水内, 人死掘地藏.

zhūsǐ tóu/pāo* shuǐnèi , rénsǐ juédìcáng

彼此莫相啖, 莲花生沸汤.

bícǐ mò xiāng dàn , liánhuā shēng fèitāng


חזירים עסן טויטע מענטשן, מענטשן חזיר-קישקעס עסן

ניט חזירים מיינען מענטשן שטינקען, מענטשן אַ חזיר-קישקע שמעקט

חזירים טויטע וואַרפֿט מען אין וואַסער, מענטשן טויטע באַגראָבט מען טיף

ווען זיי וועלן זיך מער ניט עסן, אין זודיקן וואַסער דער לאָטוס בליט

יום שני, פברואר 16, 2009

"די איינציקע קולטור־פֿאַרבינדונג צווישן דער מדינה און די תּפֿוצות איז אַ רעליגיעזער פֿאָרמאַליזם"

די ווערטער צאַנינס פֿון אַן עסיי איבערגעדרוקט אין פֿאָרווערטס, וועגן דער באַציִונג צווישן ישׂראל און די תּפֿוצות, זײַנען נאָך גאַנץ אַקטועל:
אַוודאי איז די אויסווירקונג פֿון מדינת־ישׂראל אויף דער ייִדישער וועלט אַ קאָלאָסאַלע, אָבער די אויסווירקונג איז נאָר פֿון עמאָציאָנעלן כאַראַקטער. מדינת־ישׂראל גיט די ייִדן אין דער וועלט אַ נאַציאָנאַל אונטערבעטעכץ, זיי זאָלן זיך פֿילן נאָרמאַל, ווי עס פֿילן זיך אַנדערע מינדערהייטן אין די לענדער, הגם זיי זענען ווײַטער: דזשו, כודיִאָ, זשוּיִף. פֿאַר דעם דאָזיקן גוטן געפֿיל רעקאָפּענסירן די ייִדן אין דער וועלט דער מדינה מיט פֿינאַנציעלער און פּאָליטישער שטיצע. קיין דירעקטע קולטור־געמיינשאַפֿט מיט ישׂראל האָבן זיי נישט. זיי קענען נישט לייענען און לייענען נישט די העברעיִשע פּרעסע (אויב עס קומען אָן העברעיִשע צײַטונגען אין די ייִשובֿים זענען זיי פֿאַר די "יורדים" פֿון ישׂראל); די העברעיִשע ליטעראַטור לייענען זיי נישט און קענען זי נישט, העברעיִש טעאַטער קומט נישט צו זיי און די פֿײַערלעכקייטן פֿון דער מדינה ווערן אין די ייִדישע ייִשובֿים געפֿירט נישט אין ייִדיש, נישט אין העברעיִש, נאָר אין דער לאַנדשפּראַך. די איינציקע קולטור־פֿאַרבינדונג צווישן דער מדינה און די תּפֿוצות איז אַ רעליגיעזער פֿאָרמאַליזם, געפֿלעגט פֿונעם אויסערן־מיניסטעריום. ווי אַ המשך פֿון דער "תודעה יהודית" — אין ישׂראל. די אַקטיווע רעליגיעזע טעטיקייט און חינוך אין די תּפֿוצות ווערט דאָמינירט דורך דער חב״ד־באַוועגונג, וואָס איר צענטער איז אין ברוקלין.

יום שני, פברואר 09, 2009

דער גאָרטן פֿוּן צען טויזנט ביכער

בין איך דער לעצטער אין דער וועלט געווויר צו ווערן, אַז אַמהערסט האָט אויפֿגעלאָדן טויזנטער ביכער אויף ייִדיש בחינם אויפֿן אינטערנעט? זאָל זײַן. דער פֿרייד פֿאַרשווענקט דאָס געפֿיל פֿון אומאינפֿאָרמירטקייט. עס געפֿעלט מיר שטאַרק די רשימה פֿון די אָפֿט אָפּגעלאָדענע ביכער, אַזאַ מין בעסטסעלערס וואָס מע האָט ניט געסעלט.

עטלעכע באַמערקונגען:

א. ווער זײַנען די אָפּלאָדערס, און ווער באַקומט די מאָדנערע ברירות אויפֿן מעניו? יהואש ווי יהואש, נאָר פֿאַר וואָס 52 אָפּלאָדונגען פֿאַר משה נאַדירס אין ווילדן ווערטערוואַלד? מסתּמא אַ קלאַס, נאָר וועלכער קלאַס לערנט דאָס געשלעכטס-לעבן?

ב. ווער זײַנען די הויפּט-באַניצערס פֿון דאָזיקן רעסורס? מסתּמא פֿאָרשערס, די זעלבע וואָס באַניצן זיך מיט די גרויסע אַקאַדעמישע ביבליאָטעקן, מיט אַ בינטל שאר-ירקות (די וואָס ווילן לייענען וועגן סעקס אָדער שאַך).

ג. אַוודאי וועלן זײַן די, וואָס טענהן אַז אַזאַ אוצר שטעלט מיט זיך פֿאָר אַן אייגנאַרטיקע געלעגנהייט אויפֿצולעבן די ייִדישע ליטעראַטור בײַם סתּם לייענער. צום באַדויערן, ס'איז ניט וואָס דער ריזיקער נאָכפֿרעג נאָך, למשל, שלום-עליכמס ווערק האָט מען ניט געקענט באַפֿרידיקן ביז ס'איז אונטערגעקומען אַן אַמהערסט אויף דער וועלט. גאַנץ פּשוט: מע לייענט ווייניק ייִדישע ביכער, און מע וועט מן-הסתּם ניט לייענען מער צוליב דער גרויסער עפֿנטלעכער זאַמלונג. נאָר די וואָס ווילן יאָ לייענען וועט זיי אָנקומען גרינגער צו געפֿינען.

ד. איך וויל פּרוּוון בלאָגן וועגן ביכער וואָס וועקן אויף מײַן נײַגער.

ה. אָ דאָנק ביכער-צענטראַלע! איר האָט זיך אויסגעקויפֿט פֿון מײַן סקעפּטיציזם.

יום ראשון, פברואר 08, 2009

מרדכי צאנין ע"ה

אוועק אין דער אייביקייט אין טיפן עלטער נאך לאנגע יארן הארעוואניע אין די סעדער פון דער יידישער פרעסע. א דאנק דוב-בער קערלער פאר פארשפרייטן די טרויעריקע ידיעה.

יום חמישי, פברואר 05, 2009

קען הײַנט זײַן אַ ייִדישע פֿילאָסאָפֿיע? טייל 2

(המשך. טייל 1 איז דאָ.)

אויב ניעל גילמאַן האַלט אַז אַ ייִדישע פֿילאָסאָפֿיע קען הײַנט דינען נאָר אַן אַפּאָלאָגעטישן צוועק, איז עמאַנועל לעווינאַס זיכער וועגן איין זאַך: אַנדערע רעליגיעזע געדאַנקען־סיסטעמען דאַרפֿן זיך צופּאַסן צו דער ייִדישער. איין חסרון: לעווינאַס בײַט איבער היפּשע טיילן פֿון דער ייִדישער מחשבֿה אויף אַן איינציקן פּרינציפּ: מע זאָל אָנערקענען און טײַער האַלטן דעם "אַנדערן", געמיינט דעם מיט-מענטש. אַזאַ באַגריף נעמט זיך מסתּמא פֿון דער אייראָפּעיִשע דיאַלעקטיק צווישן "זיך" און "יענעם", וואָס צעמישט דעם אַמעריקאַנער - מיר ווייסן (בדרך-כּלל) אַז דער זיך ווערט אויסגעפֿורעמט צו ביסלעך פֿון קינדווײַז אָן דורך אָנצאָליקע באַציֵונגען מיט אַנדערע מענטשן. מיר פֿאַרשטייען ניט וווּ עס שטעקט דער אינטערעס אין זיך-און-יענער.

לעווינאַסעס סטראַטעגיע, לויט הילאַרי פּאָטנאַם, איז צו פֿאַרבײַטן פֿראַנץ ראָזענצווײַגס גאָט אויף דעם זיך.

איז צוויי סטראַטעגיעס: גילמאַנס טענה אַז די ייִדישע פֿילאָסאָפֿיע שטייט הײַנט אויף די ראַנדן, און לעווינאַסעס פֿאַרייִדישונג פֿון דער גאַנצער מאַפּע.

אין זײַן שמועס האָט ריטשערד קליימען אָבער פֿאָרגעלייגט אַן אַנדער צוגאַנג. פֿאַר אָ מרא-מקום האָט ער גענומען אַ מאמר חז"ל (ב"מ נט:):
אמר רב חננא בריה דרב אידי מאי דכתיב (ויקרא כה) ולא תונו איש את עמיתו עם שאתך בתורה ובמצות אל תונהו
טײַטש: "...'און איר זאָלט ניט נאַרן איינער דעם אַנדערן', דאָס הייסט איינער וואָס איז מיט דיר [עם איתּו] אין תּורה און מיצוות." די טענה איז אַז מע מעג יאָ אָפּנאַרן ייִדן (ועאכו"כ גוייִם) וואָס זײַנען ניט אַזוי אָפּגעהיט אין מיצוות ווי מיר. מיר האָבן אָבער די אינטויִציע (על כּל פּנים מאָדערנע ייִדן) אַז אַזאַ צוגאַנג איז אַ פֿאַלשער. ווי אַזוי זאָלן מיר זיך אָפּגעבן אַ דין-וחשבון דערמיט אין קאָנטעקסט פֿון דער ייִדישער טראַדיציע, ניט אָפּאָלאָגעטיש און ניט מיטן אַוועקמאַכן די גאַנצע טראַדיציע, באשר אַלע ענטפֿערס זײַנען שוין באַוווּסט על-פּי שׂכל?

טענהט קליימען:
די הײַנטיקע ייִדישע מחשבֿה דאַרף הײַנט אָנהייבן ניט מיטן זוכן דעם אוניווערסאַלן אמת (ווײַל אויב אַזוי וואָס איז שׂכל פֿון ייִדישקייט?) נאָר גיכער מיטן זוכן אַן אָרט און ראָלע פֿאַר דער אַתּה-בחרתּנודיקייט: צי קען טאַקע זײַן אַ באַזונדערע ייִדישע עטיק, אָדער באַגריף פֿון גאָט, וואָס נעמט אין באַטראַכט אונדזער יחידישע געשיכטע? אַז מע שטעלט שוין די פֿראַגע וועט מען שוין נייגן זיך צו אַ פּלוראַליסטישער עטיק און טעאָלאָגיע, וואָס [טייל] לייעקענען אָפּ. אַזאַ באַציִונג מיט אַנדערע וויזיעס איז אָבער נייטיק און פֿרוכפּערדיק.
ווײַטער וועלן מיר אי"ה פּרוּוון דערקלערן, וווּ קליימען זעט די ראַמען פֿון די ייִדישע וויזיעס.

יום חמישי, ינואר 29, 2009

איך בין פארליבט אין מיין גוגל-פאן

נאר אין מיטן דערינען שעפט זיך אויס די באטעריע און עס ווערט אנשלאפפפ......

יום שני, ינואר 26, 2009

מער וועגן שניי

אַ ווילדע פּערפּעלע בלום
אין מיטן פֿאַרשנייטן גאָרטן
מוז זײַן אומבאַדינגט וואָר, ניט טייל
פֿון געמעל צי אַ בלומען-חלום.

איך עס. מיטן שוואַכן אויג
זע איך אין דרויסן די בלום.
פֿרעג איך מײַן קאָפּ. קיין ענטפֿער.
דער זע-חוש בלײַבט ניט שטום.

אַ פּערפּעלע בלום בלײַבט אַ קשיא.
כ'ווער ניט קליגער ווי תּמיד.
די פּערפּעלע בלום נעמט מתפּלל זײַן
בײַם ווײַס-באַדעקטן עמוד.

יום חמישי, ינואר 22, 2009

מע זוכט ווייטער

„דו מיינסט אַז דײַן צוגאַנג איז דער איינציקער וואָס קען דערקלערן דײַנע דערפֿאַרונגען? איך וועל דיר ווײַזן די ייִדן מיט פּראָלעמען, די, וואָס מיר באַדינען. איך וועל זיי דערצײלן דײַן מעשׂה. איך וועל זיי דיך פֿאָרשטעלן. זיי וועלן זיך צוהערן צו דיר, און אַליין פֿאַרשטיין וואָס פֿאַר אַ מענטש דו ביסט און ווי אַזוי דו וואַרפֿסט אַ ליכט אויף זייערע דערפֿאַרונגען. יאָ, איך וויל דיך ניצן. נאָר ס´איז לטובֿת כּלל.“

יום שלישי, ינואר 20, 2009

לײַוו-בלאגינג די איינשווערונג

* קוקט אויס אז מיטש מעקאנעל איז אים עפעס ניט-גוט.

* אזא מיליטערישע אויסשטעלונג איז סיי מיר דעווידער, סיי א געזונטע דערמאנונג אז א דעמאקראטישע געזעלשאפט דארף האבן אזא פאמפ און פאראד. סיי וועכלע געזעלשאפט דארף עס האבן נאר מיר די דעמאקראטן נייטיקן זיך אין דעם מער.

*נאר די אמעריקאנער גיים-שאו-קולטור קען אויסברייען אזא דיקטאר (אנאונסער) ווי עס רופט איצט אויס די נעמען פון די מארשירנדיקע.

*"אייטש"?

*דער גלח לייענט קריאת-שמע?

*וועט ער דערמאנען יאשקע ביים סוף פון דער ברכה?

*...כאטש זיינע רייד זיינען טאקע נישקשה. "העלפ אונדז טיילן זיך, באדינען זיך, און זוכן דעם ציבורס וווילזייין."

*ער דערמאנט אחרית-הימים!

*אוי געוואלט. יאשקע אויף דער בינה. וואס קען מען טאן?

*צי האט דער וויצע-פרעזידענט א הימען אויך?

*א שבועה, א שבועה אויף לעבן און טויט...

*די הארמאטן שרעקן מיר.

*אמר הפרעזידענט: אונדזער סחורה איז נאך אלץ גאנגבאר. צו דער ארבעט, חברה.

*"די אלט-געבאקענע פאליטישע ארגומענטן זיינען מער ניט חל."

*"צעשפרייטן פראספעריטי צו כל נדיב ליבו."

*"מיר זיינען ווידער גרייט אנצופירן"!

*בענטש דעם מענטש וואס האט דערמאנט די ניט-גלייבערס אין אונדזער לאנד.

*"א נייע תקופה פון אחריות." "גאט רופט אונדז אויסצושמידן אונדזער אומקלארן גורל."

*איך בין טאקע גערירט.

*דאס ליד: "איינער פרואווט וואו מאכן מוזיק, מיט א פאר לעפל אויף אן אוילפאס... מיר טרעפן זיך אין ווערטער. ... מיר טרעטן אריין אין דעם וואס לאזט זיך ניט זען. ... לויבליד פאר קאמף, פארן טאג, פאר יעדן האנט-געמאכטן שילד, מאכן דעם חשבון ביי קיכטישן. ... וואס איז אויב דאס מעכטיקסטע ווארט איז ליבשאפט? ... ליבשאפט וואס ווארפט א זיך-צעוואקסנדיקע קיילעך ליכט."

*פרעגט זיך: ווער וועט מקריב זיין און וואס? און מיט וועלכע טענות?

*און וועלכע פאציענטן ווארטן אויף מיר ביים קליניק אין צוואנציק מינוט ארום?

*א גוטן.





יום שני, ינואר 19, 2009

ערבֿ אײַנשווערונג

ניט שוואַרץ אויף ווײַס (אָדער, חלילה, ווײַס איבער שוואַרץ), ניט שוואַרץ מיט ווײַס, נאָר אויף יענער זײַט שוואַרץ און ווײַס.

טאָג

געווען אַ מאָל אַ צײַטונג מיט דעם נאָמען. האָט דאָס דערפֿירט צו אַ גרויסן בילבול-המוחות. ווען מ'איז געגאַנגען אויף דער גאַס און איינער האָט געזעגנט זיך מיט זײַן חבֿר "האָב אַ גוטן טאָג," האָט דער צווייטער געוואַרט דער ערשטער זאָל אים צוּוואַרפֿן אַ טאָגבלאַט בחינם.

אין יענע טעג איז מען געווען אַ ביסל פּויעריש.

צוליב יענעם צעמישעניש האָט מען טאַקע געביטן די שפּראַך. די שפּראַך-וועד האָט פֿאַרבאָטן, מע זאָל אָנרופֿן געוויינטלעכע טאָג טעגלעכע זאַכן נאָך ליטעראַרישע אויסגאַבעס. "טאָג" איז מער ניט געווען אַ דערלאָזלעך וואָרט, ווי אויך "איד" אָדער "נײַעס." יעדער האָט מסכּים געווען אַז די שרײַבערס זאָלן האָבן די בכורה, די ווערטער וואָס זיי קלײַבן אויס מעגן זיי האַלטן אויף אייביק.

פֿאַרשטייט איר שוין פֿאַר וואָס "פּוטער"איז אַ בעסט-סעלער מאַגאַזין מיט מעשׂיות פֿון עלעגאַנט-באַקליידטע רבייִשע אייניקלעך, און "פֿלאָדן" איז פּאָרנאָגראַפֿיש - ניט צו פֿאַרהיטן.

פֿאַראַן לײַדער די ווערטער וואָס די ליטעראַטן האָבן ניט אויסגעכאַפּט, וואָס דרייען זיך אַרום פּוסט-און-פּאַס ווי נשמתין ערטילאין. זשאַווער גלאָצט זיך אויס די אויגן אויף זיך אַליין אין שפּיגל יעדן אין דער פֿרי ("פֿאַר וואָס האָב איך קיינעם ניט אינטערעסירט?"). טויט האָט געמיינט אַז די איראָנישע יונגע-לײַט וועלן זיך אָנכאַפּן אין אים. נאָר פֿאַרפֿאַלן.

יום ראשון, ינואר 18, 2009

חסידישע פֿרויען-זשורנאַלן שאַפֿן הנאָה, גיבן עצות, רופֿן אַרויס קריטיק

ניט לאַנג צוריק, אין אַ געוויינטלעכער וואָך אין נאָוועמבער, וואָלט איר געקענט קיין צו אײַכלערס (די פּאָפּולערע ברוקלין-ביכערקראָם) און איבערקוקן די מאַגאַזינס (זשורנאַלן רופֿט מען זיי אין אונדזעזרע קרײַזן). יעדער הילע, דאַכט זיך, שטעלט פֿאָר אַ פֿילפֿאַרביק, איידל בילד פֿון אַ האַרבסט-געבלעטער, מיט אַן אַרטיקל אינעווייניק וועגן די עסטעטישע וווּנדער פֿון סעטאָן. אַזאַ טעמע וואָלט פּונקט געפּאַסט אין אַבי וועלכן זשורנאַל וואָס מע קויפֿט בײַ דער קאַסע אין אַ סופּערמאַרק וווּ די חזיר-קאָטלעטן ליגן זײַט בײַ זײַט מיט די פֿלעשער מילך. נאָר די מאַגאַזינס, פֿאַרשטייט זיך, האָבן איין אונטערשייד: זיי זײַנען אַלע געצילעוועט אויף דער "ייִדישער" אָדער "היימישער" (קריא: חסידישער) משפּחה. זײ שטעלן מיט זיך פֿאָר אַ פֿענצטער אויף דער וועלט פֿון חסידישע פֿרויען און זייערע טאָג-טעגלעכן לייענוואַרג און אינטערעסן. יענעם פֿענצטער קען מען עפֿענען, ווען נאָר ס'גלוסט זיך, פֿאַר אַ פּאָר דאָלער בײַ אײַער אָרטיקער ספֿרים-געשעפֿט. דאָ וועלן מיר אונטערהויבן דעם פֿירהאַנג און פֿרעגן אַ פּאָר לייענערס און מומחים וואָס מע לייענט אין די אויסגאַבעס און פֿאַר וואָס.

זיי האָבן מער ווייניקער דעם זעלבן אינהאַלט: מעשׂיות פֿון משפּחות, פֿרויען און קינדער געהאָלפֿן געוואָרענע פֿון גרויסע אומגליקן דורך אמונה, תּורה-לערנען, אָדער שמירת-שבת; עצות-רובריקן; דערציילונגען בהמשכים מיט פֿרויען וואָס מאַכן אַדורך משפּחה-צרות; און לעבעדיקע בריוו אין רעדאַקציע. מע טאָר אויך ניט פֿאַרגעסן אין די רעצעפּטן און קינדער-בײַלאַגעס. בײַ די ענגליש-שפּראַכיקע אויסגאַבעס זעט מען אָפֿט מאָל "האַשעם", בײַ די ייִדישע -- "אויבערשטער." זעלטן ווען זעט מען אַ בילד פֿון אַ פֿרוי, און זיכער ניט פֿון די מחברים. אַפֿילו די פֿרויען וואָס אַרבעטן פֿאַר די דאָזיקע זשורנאַלן באַצייכנט מען טיילמאָל נאָר מיטן ערשטן אות פֿון פֿאַמיליע-נאָמען.

נאָר דעם דאָזיקן מוסטער קען מען בײַטן צו דינען פֿאַרשידנערליי חסידישע לייענערס. "בינה" ("די וואָכנשריפֿט פֿאַר דער ייִדישער פֿרוי") איז גלאַנציק און קוקט אויס דורכויס פּראָפֿעסיאָנאַל לויטן נוסח פֿון די "דרויסנדיקע" זשורנאַלן ווי פֿאַמילי סוירקל אָדער גוד האַוסקיפּינג. דער סטיל שרײַבן איז היימיש און סענסיטיוו, ווי אויך זשורנאַליסטש פֿאַכמעניש. די פֿאָטאָגראַפֿיעס (אַרײַנגערעכנט אַוודאי די וויכקטיע קולינאַרע בילדער) זײַנען אויך פֿריש און צוצייִק. "משפּחה" איז ווידער שאַרפֿער, מער פּאָליטיש געשטימט. אין דעם נאָוועמבער-
נומער איז געגאַנגען אַן עדיטאָריאַל מיטן קעפּל: "באַראַק אָבאַמעאַ דער פּאַגאַן."

די זשורנאַלן "מעלות"און "צײַטשריפֿט" (וואָס פֿאַרמאָגט אַ פֿאַמיליע-בײַלאַגע) זײַנען אפֿשר שוין מער באַקאַנט אונדזער לייענערס. די ייִדיש-וויקיפּעדיע (געשריבן רובא דרובא פֿון "הײַמישע" ייִדן) באַצייכנט די אויסגאַבע, אויף אַ באַרעכטיקטן אויב ניט איבעריק ברייטהאַרציקן אופֿן, ווי "אָרעם אין גראַפֿיק ווי רײַך אין גראַמאַטיק" - ד"ה ס'איז ווײַט ניט אַזוי געפּוצט ווי "בינה" אָדער "משפּחה." ס'איז אָבער מער תּמימותדיק, מיט אַ קלאַסישער אָפּגעזונדערטער פֿרומקייט וואָס איז נושׂא-חן. צײַטשריפֿט איז אַן אויסגאַבע מערסטנס פֿאַר מענער וואָס גיט אַרויס אַ בײַלאַגע פֿאַר פֿרויען.

חיים ווײַנבערגער איז דער אַרויסגעבער פֿון צײַטשריפֿטס פֿרויען-בײַלאַגע.
"אין דער בײַלאַגע איז אונזער ציל צו צושטעלן אינטערעסאַנטע, באַלערנדע – און גאַנץ אָפֿט, מוסר און מידות – אַרטיקלעך פֿאַר היימישע פֿרויען. [דער טיראַזש איז] בערך 7,000. עס איז ב"ה כסדר געשטיגן".


מ., 30 יאָר אַלט, איז אַ חסידתטע פֿון באָראָ-פּאַרק, אַ ווײַב, מאַמע, און לייענערין פֿון מאַגאַזינס, באַזונדערש שבת. "כ'פֿלעג קויפֿן בינה, איצט לייען איך משפּחה. כ'לייען אויך וואָוג, גוד-האַוסקיפּינג, רידערס דײַדזשעסט, פֿעמילי סוירקל. כ'האָב ליב זייערע עצות, אַמאָל זײַנען זיי זייער גוט. כ'האָב ליב זייערע פֿאָרלייגן וועגן דער שטוב, ווי צו באַפּוצן."


וואָס איז דער אונטערשייד צווישן די "היימישע" און די וועלטלעכע זשורנלן וואָס זי ליייענט? "רידערס דײַדזשעסט האָט אמתע מעשׂיות מיט אמתע פֿאַרקטן. ייִדישע [ד"ה חסידישע] מעשׂיות - איר קענט עפּעס טאָן וועגן דעם און עפּעס אָפּלערנען דערפֿון." זי גיט צו, "כ'זע באמת ניט קיין פּראָבלעם מיט זיי [די ניט-חסידישע פֿרויען-זשורנאַלן]. קען זײַן אַז טייל באַמערקונגען דאָרטן זײַנען ניט הונדערט פּראָצענט כּשר. אַ סך וואָלטן געלייענט די היימישע מאַגאַזינס אָבער ניט גוד האַוסקיפּינג. עס ווענדט זיך אין אײַער מדרגה [פֿון חומרא]."


חנע מייזער, אַ גראַדויִר-סטודענטקע אין ייִדישער ליטעראַטור בײַ קאָלומביע וואָס איז געוואָרן אַ חסידתטע, האָט ניט ליב די ייִדישע זשורנאַלן צײַטשריפֿט און מעלות, ווײַל "זיי צעדרייען די קאָפּ און נעמען צען בלעטער צו שרײַבן אַ הקדמה צום ענין. כ'האָב אויך ניט ליב דעם חרדישן ייִדיש-שרײַבסטיל. עס איז צו מעלאָדראַמאַטיש. איך בין מער צוגעוווינט מיין איך צום סטיל פֿון די ענגלישע זשורנאַלן. איך רעד יעצט ייִדיש טאָג טעגלעך אַזוי איז עס מיר ניט נייטיק צו לייענען ייִדיש אויף טשיקאַוועס."

ווי ווירקן די וועלטלעכע זשורנאַלן אויף די חסידישע? וואָס דרינגט אַרײַן דורך די מויערן אַרום באָראָ-פּאַרק? אָדער "בינה"? ווײַנבערגער (דער רעדאַקטאָר פֿון צײַטשריפֿטס פֿרויען-בײַלאַגע) וואַרפֿט אָפּ אַזאַ השערה פֿון צווישנבאַציִונג. "פֿאַרוואָסס לייענען פֿון דער נישט-אידישער וועלט ווען עס איז דאָ גענוג א רײַכע שפֿע בײַ אונדז? בצירוף, וואָס די געדאַקען און שריפֿט פֿון ערליכע, היימישע פֿרויען קומען זיכער אַרויס פּאסיקער און קלאָרער ווי עס איז צו אונדזער גײַסט."

דאָרט ליגט אָבער דער הונט באַגראָבן, זאָגט קטלא קניא, אַ פּאָפּולערער ייִדיש-בלאָגער (וואָס שרײַבט אונטער אַ תּלמודישן פּסעוודאָנים) וואָס קריטיקירט די חסידישע קהילה פֿון אינעווייניק.

"ווי ווײַט איך הער פֿון לייענערס שווערן זיי זיך ביי דעם. כּלומר, זיי האָבן א געפֿיל אַז וואָס שטייט דאָרט איז תּורת לאָקשן און זאָגן עס נאָך מיט דער זעלבער קריטיקלאָזע געפֿיל וואָס זיי האָבן עס אַרײַנגעאָטעמט. איך מיין אַז דער אָפֿנקייט פֿונעם מאַגאַזין, דאָס הייסט אַז עס פֿאַרנעמט זיך מיט מער ווי גאַנץ שמאָלער חרדישע ענינים, הא גופֿא איז איר פֿאַרמאַכטקייט. די לייענערס קענען זיך פֿאָרשטעלן אַז מיט דעם האָבן זיי יוצא געווען גאַנץ מסכת וויסנשאַפֿט און נײַעס אָן דער שמוץ און כּפֿירה פֿון די גוייִשע צײַטונגען. אַזאַ חרדישע קונץ פֿון אײַנרעדן זייערע עולם אַז כּסדר טוט מען פֿריש פֿאַרשאַפֿן דאָס רעדל 'און אפֿילו די גוייִם שטייען און גאַפן
'".


מ.ס צוגאַנג איז אַ תּכליתדיקער. "יעדער פֿרוי און יעדער מאַן איז אַנדערש - זיי האָבן ליב אַנדערע זאַכן. די פֿרויען הבן ליב פֿרויענזאַכן, יעדער פֿרוי האָט ליב רעדן וועגן קינדער, און רעצעפּטן, און עצות. דאָס איז עס."


פֿאַר פֿיר דאָלאַר קען דער דרויסנדיקער, אָדער די חסידתטע, הנאָה האָבן צווישן אַנדערע פֿון "בינה"ס לאָקשן-רעצעפּטן. די בילדער זײַנען באַטעמט.

כשרותן

וואס ווילט איר באשטעלן?

יום חמישי, דצמבר 25, 2008

Happy Holidays

אין יעדער מתּנה מײַנער
איז אײַנגעוויקלט
אַ האַנט וואָס שטויסט
רייד וואָס נודזשען
אויגן קוים־קוים פֿאַרטרערטע.
נאָר מאַך זיך ניט הערנדיק
און נעם אָן מיט ליבשאַפֿט.

בענטש מיט דײַן פֿײַערטאָג
די געמישטע געפֿילן פֿון אונדזער באַקאַנטשאַפֿט.

יום חמישי, דצמבר 18, 2008

געשנייענישן, 2

דאָרט אויף בלויע נאַכטן־שנייען
צווישן הוילע ביימער־ריטער
שפּאַנט מײַן מלאך, שפּאַנט דער היטער
פֿון די ערשטע, שטומע ווייען ...

ֿאונטער הויכן, הייסן הימל,
אויף באַזונטע ברייטע ווײַטן
שוועבט מײַן יוגנט אַ פֿאַרשײַטע
אין אַ גאָלדן קאָרן־רעמל.

שנייען, ברייטן, הימלען קלאָרע --
אײַך מײַן ערשטע, אײַך מײַן לויטערע אַזכּרה!...

--דוד האָפֿשטיין, 1912 (פֿון ליד "ערשטע באַוווּנדערונג")

יום רביעי, דצמבר 17, 2008

פּאָפּולערסטע זוך־טערמינען

איר זײַט צום ערשטן מאָל מגוגל געוואָרן אַהער?

איך מוז אײַך אַנטוישן. כ'בין ניט הײַמיש און כ'בין ניט סעקסי.

יום שלישי, דצמבר 16, 2008

געשנייענישן, 1

בײַם פֿײַן-פֿייר סופּערמאַרקעט שטייט אַ מענטש און דעקלאַמירט ישעיה־הנבֿיא הויך אויף אַ קול. אויף שפּאַניש, פֿאַרשטייט זיך.

יום שני, דצמבר 15, 2008

קען היינט זיין א יידישע פילאסאפיע?

[די ווייטערדיקע געדאנקען זיינען ניט מיינע, נאר פון א ייד פון מיין שול, ריטשארד קליימאן. ברענג איך זיי פארטייטשט אויף יידיש. המשך קומט.]

דעם 12טן נאוועמבער, נאך אלץ אין די ערשטע טעג נאך אבאמאס ניצחון (און מסתמא דערפאר מערסנטס אומבאמערקט) האט דער יידישער טעאלאגישער סעמינאר ארויסגעגעבן א מעלדונג, אז זיין אפטייל פון יידשער פילאסאפיע וועט מען ווייטער אנרופן דער אפטייל פון יידשער מחשבה, איז א סימן, אז די יידישע פילאסאפיע איז ממש היינט א יורד. נאר פאר וואס? מע קען אפשר טענהן, ווי דער באוווסעטר יידשער דענקער ניעל גילמאן אין זיין נייסטן בוך, אז נאר טייל יידן דארפן האבן די יידישע פילאסאפיע. די יידן וואס זיינען (אדער האלטן זיך פאר) אויטענטיש, דארפן זיף ניט ספראווען מיט קיין אמתדיקן קאנפליקט צווישן זייער יידישע וועלט און די גויישע. דער איינציקער היינטיקער ציל פון דער יידישער פילאסאפיע איז אן אפאלאגעטישע, דהיינו פארטיידיקן די יידישע פראקטיק פון דרויסן אדער, ווידער, פון דרויסן קריטיקירן זי. מע קען אפילו טענהן, אז די יידישע פילאלסאפיע (אריינגערעכנט דעם רמבם) איז קיין מאל ניט געווען קיין אומאפהענגיקער פילאסאפישער יש, נייערט א יידישע אפשפיגלונג פון דרויסנדיקע פילאסאפישע שטראמען. אז מע פרוווט זיך דערמאנען אין די סאמע וויכטיקסטע יידישע פיגורן פון אלע צייטן, וועט מען אנטרעפן אויף זעלטן וועמען וואס ס'איז אן אמתער יידשער פילאסאף.


יום שישי, דצמבר 12, 2008

יוגנט.נעט

יוגנטרוף דערהײַנטיקט זיך אויפֿן עולם-הוועב.

יום חמישי, דצמבר 11, 2008

קלמן דממה דקה

"יאָ, קלמן דממה דקה איז געווען אַ פּאַסקודניאַק, נאָר ער איז געווען אַ פּאַסקודניאַק אַ למדן, און אין זײַנע ניט־מעסיקע רייד אַקעגן די רביים און די מיט־תּלמידים האָט ער אָפֿט מאָל אַרויסגעזאָגט געדאַנקען, וואָס אַנדערע האָבן זיך ניט געוואַגט אַפֿערצוברענגען אויף די ליפּן."

יום שלישי, דצמבר 09, 2008

דער בלאָגער פֿרעגט אַן עצה

לעצטנס האָב איך ניט-ווילנדיק באַליידיקט אַ שרײַבער פֿאַר אָ ייִדישער אויסגאַבע, און געבעטן (כאָטש ניט אויסגעבעטן) מחילה. איצט האָט יענער שרײַבער אָנגעשריבן אַן אַרטיקל פֿאַר דער זעלבער אויסגאַבע, וואָס בעט אַראָפּגעריסן צו ווערן - ס'איז אַ שטיק פֿאַרפֿירערישע נאַרישקייט וועגן אַן ענין וואָס מע מוז באַהאַנדלען אויף אַן אַחריותדיקן אופֿן. מיר דאַכט (און כ'זאָג דאָס אָן פֿאַלשער באַשיידנקייט) אַז כ'בין מחוייבֿ דאָס צו קאָרעגירן, ואם לא עכשיו...?

וואָס וואָלט איר געטאָן? מקריבֿ זײַן דעם אמת אויפֿן מזבח פֿון גוט-ברודערשאַפֿט, אָדער פֿאַרקערט?

יום רביעי, דצמבר 03, 2008

"דאָס ייִדישע קול": פּראָגראַם וועגן דער שחיטה אין מומבײַ

פֿון גיטל שעכטער-ווישוואַנאַט:

אַן אינטערוויו מיט מלך ווישוואַנאַט, וועגן זײַנע פּערזענלעכע איבערלעבונגען אין שײַכות מיט דער פֿרישער טראַגעדיע אין אינדיע, וועט אָפּגעהאַלטן ווערן אויף דער באָסטאָנער ראַדיאָ-פּראָגראַם "דאָס ייִדישע קול."

מיטוואָך, דעם 3טן דעצעמבער (טאַקע הײַנט)
8:30-7:30 אין אָוונט
די סטאַנציע:
WUNR 1600 AM (Brookline, MA)

מע קען עס אויך הערן אין אַ דירעקטן שטראָם דורך yiddishvoice.com אָדער wunr.org

יום ראשון, נובמבר 30, 2008

שווער צו לעבן מחוץ די מויערן . . .

געוועזענע חרדים פּרוּוון זיך צופּאַסן צו מאָדערנער וועלט - כּדאַי צו לייענען (כאָטש מיט די סטערעאָטיפּן וועגן סאַמטער און ליובאַוויטש בין איך ניט מסכּים). פֿון שׂרה-רחל שעכטער אין פֿאָרווערטס.

צווייטער פּרוּוו

כ'בין אותיותגעמאַטערט
אַלע ווערטער אָפּגעפּטרט
ס'האַלט אַזוי שמאָל
דאַרף מען שאַפֿן ס'וועלטל אַ צווייט מאָל
אָן וואָסער ניט איז זאָג
ווערט טאָג - טאָג
און ירח אָן אַ
הקדמה ווערט לבֿנה

יום שישי, נובמבר 28, 2008

טענקסגיווינג, צידוק-הדין און מומבײַ

כ'האָב ניט געוואָלט, אַז די געשעענישן אין אינדיע זאָלן מאַכן מער קאָנקרעט די ברכות וואָס באַגלייטן דאָס אַמעריקאַנער לעבן. ס'איז אַזוי: פּונקט ווען מע גלייבן אַז דאָס גלויבן איז גרינג (ווײַל דער אינדיק איז הייס, די חבֿרים גוטמוטיק, די קינדערלעך קלוג און מלא-חן) - דעמאָלט קומם אונטער דער מלאך-המוות מיט זײַן קוילנוואַרפֿער און צעשיסט די אמונה און בטחון אויף פּיץ-פּיצלעך.

ברוך דיין אמת, אויף וויפֿל דאָס איז ווערט.

יום רביעי, נובמבר 19, 2008

Naco קעגן Fresa

צוויי באשילדערישע ווערטער פון מעקסיקא-סיטי-סלענג. זעט דעם ווידעא: פון לינקס, מיינע פאציענטן. פון רעכטס, דער אויסטויש-סטודענט וואס איז ביי אונדז איינגעשטאנען בשעת היי-סקול. היינט נאכן איבערלייענען דעם בלאגפאסט זארג איך זיך אז כ'האב זיך אויסגעלערנט ביי Hernan (אזוי האט ער געהייסן) א fresa-דיקע שפאניש-לשון, און מיינע היינטיקע שפאניש-רעדנדיקע פאציענטן מיינען איך בין אזא מין פארריסענער.

יום שני, נובמבר 17, 2008

איז געזונט-רעפֿאָרם אַן אײַנרעדעניש?

צו געזונט?
רעפֿאָרם אײַלט זיך ניט אין וואַשינגטאָן

די טעג דאַכט זיך מיר אַז כ'בין איינער פֿון די איינציקע געזונט-פּראָפֿעסיאָנאַלן אויף דער וועלט וואָס האָט ניט קיין היימיש-אויסגעטראַכטן פּלאַן צו רעפֿאָרמירן די צעבראָכענע געזונט-סיסטעם. דאָס איז אַוודאי אַליין אַ סימן, אַז יעדער ווייסט ס'איז צעבראָכן. דער געוויינטלעכער פּאַציענט האַלט ניט מיט מיט דער גאַנצער דיסקוסיע פֿון געזונט-רעפֿאָרם. איז וואָס קען מען דערוואַרטן פֿון די קומעדיקע פּאָליטישע איבערקערענישן? וועלן זיי דערפֿירן צו פֿאַרבעסערטע געזונט און קאָנטראָלירטע הוצאָות? לאָמיר זײַן אײַער וועגווײַזער דורכן רחבֿותדיקן וואַלד פֿון געזונט-פּאָליטיק.

פֿאַראַן אַ צאָל צוגאַנגען צום רעפֿאָרמירן די געגזונט-סיסטעם, נאָר יעדער פֿון זיי דאַרף זיך אָפּגעבן מיט צוויי מעגלעך פֿאַטאַלע פּראָבלעמען. עס פֿעלט געזונט-פֿאַרזיכערונג כּמעט פֿופֿציק מיליאָן אַמעריקאַנער, און די געזונט-הוצאָות האַלטן אין איין שטײַגן. צום באַדויערן, ניט געקוקט אויף וואָס טייל עקספּערטן (און קאַנדידאַטן) זאָגן, איז כּמעט אוממעגלעך צו לייזן ביידע פּראָבלעמען מיט אַ מאָל. גאַנץ פּשוט: דעקן מער מענטשן קאָסט געלט, און אַפֿילו ווען די איצטיקע סיסטעם וואַרפֿט אַרויס געלט אויף אַ ניט-עפֿעקטיווער, צעטרענצלערישער סיסטעם, איז דאָס אײַנגעשפּאָרטע געלט ניט גענוג נאָכצוקומען די באַדערפֿענישן פֿון די ניט פֿאַרזיכערטע.

און ווי אַ צוגאָב צו די צוויי אויבן דערמאָנטע פּראָבלעמען, אָפֿט אַרומגערעדטע אין דער פּרעסע, איז דאָ נאָך עפּעס אַ סוד פֿאַר גאַנץ בראָד: די געזונט-סיסטעם בכלל איז אַרום און אַרום אַ צווייטקלאַסיקע. מיר צאָלן מער פּער מענטש ווי אַ סך אַנדערע לענדער און די פּועל-יוצאס דערפֿון זײַנען קלאָגעדיקע, פֿון די צייכנס פֿון אַ פֿונקציאָנירנדיקער געזונט-סיסטעם האָבן מיר צווישן די נידעריקסטע פֿון די רײַכערע לענדער.

וואָס טוט מען?

לייענט דעם המשך.

יום שני, נובמבר 10, 2008

אײַער פֿאָרווערטס אין 45 סעקונדעס, נאָוועמבער 7, 2008

באָריס סאַנלדער: אונדזער פּרעזידענט האָט אַ מאָדנעם מיטעלן נאָמען!
שיקל פֿישמאַן: אַאַאַאַאַאַאַאַאַאַאַ! עק וועלט! לויייייייפֿט!
מרים האָפֿמאַן: האָט איר געהערט די מעשׂה וועגן מײַן אָנקום אין פֿאָווערטס? יאָ? וועל איך דערציילן ווידער.
הרבֿ אהרן בן-ציון שורין: בת-מיצוות. פֿע! טרייף!

יום ראשון, נובמבר 09, 2008

לויטן אַלטן שטייגער

לויטן אַלטן שטייגער
מוז דער שׂכל ברענגען
פֿרייד און נײַגער.
נאָר באַלאַגערט הײַנט פֿון פֿליישיקע הערצער
ווערן די יאָרן, בעת די שעהען הענגען,
וואָס לענגער אַלץ קערצער.

איך טאַנץ מיט מײַן טאָכטער שפּאַסיק אַרום
ניט מעטאַפֿיזיש ניט נאָסטאַלגיש
נאָר רעאַל ווי טוי-טרערן פֿון פֿרימאָרגן-בלום.
גייען זיך די טענצערס פֿונאַנדער.
אָן חשק מוז זי גיין שלאָפֿן.
אירע אָטעמס פֿלעכטן זיך נאָך אַנאַנדער.

יום חמישי, נובמבר 06, 2008

מיר גיבן אַרויס קינדער-ביכלעך. . . נאָר ווער לייענט? (אַ שמועס אין פֿילאַדעלפֿיע דעצעמבער 4)

Cat and Hat Don't Rhyme in Yiddish: Making Children's Classics Speak Mame-Loshn...but for Whom?
(אַ שמועס אויף ענגליש)
דאָנערשטיק, דעם 4טן דעצ', 2008
דרעקסעל-אוניווערסיטעט
Stern Judaic Studies Seminar Room, Room 302, Hagerty Library
33סטע און מאַרקעט סטריטס
פֿילאַדעלפֿיע
9:30 פֿ"מ

ביכלעך אויך צו קויפֿן און לאָזן אויטאָגראַפֿירן!
כ'האָף אײַך דאָרט צו זען - נאָך פּרטים ב"נ אין גיכן.

יום שלישי, נובמבר 04, 2008

ברוך הטובֿ והמטיבֿ

לאָמיר האָפֿן אַז די האָפֿענונגען פֿון אַמעריקאַנער וועלן מקוים ווערן.

יום ראשון, נובמבר 02, 2008

דאָס לעבן פֿון אַ צײַטונג

אַ וווּנדערלעכער הײַנטיקער נומער פֿאָרווערטס, פֿון יואל מאַטוועיעווס שטיקל (ממש אַן עסיי) וועגן קבלהסטישע-קאָסמאָלאָגישע אָפּטײַטשן פֿון מגדל בבֿל ביז דער רובריק "דאָס פּינטעלע ייִדיש" אָפּגעגעבן חנה ווירט-נשרס טעאָריעס וועגן שפּראַך און עטניטעט אין די שאַפֿונגען פֿון ל. שאַפּיראָ. (און איך דערמאָן אַפֿילו ניט אַ בריוו פֿון אַ ייִד פֿון ניו-דזשוירזי וואָס באַשולדיקט מיך אין זײַן "אַ לינקער ליבעראַל [כּך!]" פֿאַרן ניט פֿאַלן כּורעים פֿאַר סאַראַ פּיילין.)

נאָר ווער לייענט? אין זעלבן נומער, אַ סטאַטיסטיק וואָס רופֿט בײַ מיר אַרויס מער עגמת-נפֿשׂ ווי די ירידות פֿון דאַו-דזשאָונס: דער טיראַזש-באַריכט. אַ ביסל מער ווי 3,500, און די טענדענץ - אַראָפּ.

פֿאַר וואָס ניט נאָכגיין דעם מוסטער פֿון קריסטיען סײַענס מאָניטאָר און אַריבערגיין לחלוטין צום אינטערנעט-נוסח? אויפֿנעמען דעם 21סטן יאָרהונדערט מיט אָפֿענע הענט?

די קאַנאַדער ייִדן האָבן שׂכל

מזל-טובֿ עלאַברעק/באָריס קאַרלאָוו/דובֿ-בער קערלער/נאָמען-שנאָמען-אַבי-ער-שרײַבט פֿאַר דער כּשר פֿאַרדינטער י.י. סעגאַל-פּרעמיע פֿאַר זײַן ביכל

עלאַברעק: לידער פון נייעם יאָרטויזנט

אפֿשר קענט איר עלאַברעק ווי דער אינטערנעט-בעל-אכסניא פֿאַר אַ צאָל פּאָעטן. כאַראַקטעריסטיש פֿאַר זײַן באַשיידנקייט, אַז אין זײַן מעלדונג האָט ער דערמאָנט ווייניק וועגן זיך.

איז אָט:
* פּראָפֿעסאָר בײַם אינדיאַנער-אוניווערסיטעט
*יורש פֿון באַוווּסטן פּאָעט יוסף קערלער
*שמועסדיק-פֿרישער, שפּילעוודיקער מחבר פֿון פּאָעמעס און לידער וואָס בעטן אַ נאָענטן אויפֿמערק.

קויפֿט זײַן בוך! (אָבער וווּ?!)

יום שישי, אוקטובר 31, 2008

סדר תפילות של יום האלאווין

קריאת התורה: פ' מכשפה לא תחיה (שמות כב)
הפטרה: פ' בעלת-אוב בעין-דור ("וילבש בגדים אחרים...", שמואל א' כח)
עוד לא זכיתי לחפש את הפיוטים לכבוד היום הגדול הזה במחזורים הראשונים. נא לכתוב.

יום שלישי, אוקטובר 28, 2008

משה מאַכט אַ פּאָר קאַלס

אַז גאָט וויל, שיסט אַ בעזעם.

אַז אַ ווײַב וויל, רעדט אַ מאַן מיט זײַנע געוועזענע חבֿרותאס.

יום ראשון, אוקטובר 26, 2008

אונדזער באַשוי מיט הילאַרי ק.


געשען איז עס אין אַ קילן אָקטאָבער-נאָכמיטאָג, באַלד נאָך די יום-טובֿים. אַ גרופּע אַלגעמיינע (פּרײַמיירי-קייר) דאָקטוירים, האָבן מיר נערווערהייט געוואַרטן אין דעם ענגן אויפֿנעם-זאַל פֿון דעם ייִנגערן סענאַטאָר פֿוּן ניו-יאָרק. צוויי ניט-סובטילע באַוואָפֿנטע געהיימדינסטניקעס האָבן אונדז חשדימדיק באַקוקט, זייערע גרויסע "אַרגומענטן" אויף די לענדן. אַרײַנגעפֿירט האָט מען אונדז אין אַ קאָנפֿערענץ-צימער, איז אונדזער נערוועזקייט נאָך גרעסער געוואָרן. שפּילקעס האָבן זיך צעוואַקסן אונדזער די ישבֿנים.

ווי קומט עס אַז אַ גרופּע דאָקטוירים, ניט פֿון די הויכע פֿענצטער, רעדן מיט דער באַרימטער הילאַרי ראָדדהאַם קלינטאָן (ד., נ"י) וועגן געזונט-פּאָליטיק?

הלמאַי זאָל איך לייקענען? איינע פֿוּן אונדז איז אַ יחסנטע, איר טאַטע אַ חשובֿער געלטשאַפֿער פֿאַר איידזש-אַר-סי. האָבן מיר פּראָטעקציע, און אַ געגאַרטע געלעגנהייט פֿאָרצושטעלן אונדזערע געדאַנקען איינער פֿון דעם סענאַטס געזונט-מומחים.

זײַנען מיר נתפּעל געוואָרן. אויפֿגענומען האָט זי אונדז אויף אַ וואַרעמען אופֿן, געגעבן קאָנקרעטע עצות ווי אַזוי מיר קענען צונויפֿזאַמען פּאָליטישע כּוחות צו שטיצן אונדזער אישו: שטיצע פֿאַר אַלגעמיינער מעדיצין ווי אַ פֿאַך און אַ צורך פֿאַר אַמעריקעס קראַנקע, אָרעמע-לײַט, עלטערע לײַט און אימיגראַנטן.

און מיר האָבן אַראָפּגענומען אַ בילד... איר זעט מיך?

גײַסטיקע לידער-מחשבֿות פֿון אַן אַנאָנימען פּאָעט

געשיקט האָט מען מיר אַ לינק צו אַ (נײַעם?) בלאָג. יענער בליצבריוו איז באַגלייט פֿון אַן אמתן נאָמען, נאָר כ'ווייס ניט צי איך בין פֿרײַ פּורש-בשמו זײַן. סײַ ווי . . . קוקט אַהין, ס'איז כּדאַי.

יום ראשון, אוקטובר 05, 2008

פֿירן פֿירסטו די וועלט, אַזאַ יאָר אויף מײַנע שׂונאים (ב)

ווען יעקבֿ האָט וואַנדאַן געגעבן צו פֿאַרשטיין אַז ס'קאָן ניט זײַן קיין פֿרײַער אָפּקלײַב אָן שלעכטס און אַז ס'קאָן ניט געבן קיין גנאָד וווּ ס'איז ניטאָ קיין אומרעכט, איז זיך אים, יעקבֿן, פֿאָרגעקומען אַז דאָס איז דער באַשייד, אָבער די דאָזיקע תּשובֿה האָט זיך אים איצט אויסגעוויזן צו־גלאַטיק און ווי אַ שטיק לעסטערונג. קאָן ניט דער באַשעפֿער אַנטפּלעקן זײַנע מידות אָן הײַדאַמאַקעס? מוזן דערפֿאַר עופֿעלעך באַגראַבן ווערן לעבעדיקערהייט?
יצחק באַשעוויס, דער קנעכט (ציקאָ: נ"י, 1967), ז 100
אָדער ווי אַ הײַנטיקער פֿילאָסאָף וואָלט אפֿשר געזאָגט: לאָמיר צוגעבן אַז פֿרײַער אָפּקלײַב מוז קאָ-עקזיסטירן מיט שלעכטס, נאָר פֿאַר וואָס דווקא מיט אַזוי פֿיל שלעכטס? וואָלט גאָט ניט געקענט צוטראַכטן אַ וועלט וואָס פֿאַרמאָגט סײַ פֿרײַען אָפּקלײַב, סײַ *ווייניקער* שלעכטס ווי דאָס וואָס מיר האָבן איצט?

יום חמישי, ספטמבר 25, 2008

פֿירן פֿירסטו די וועלט, אַזאַ יאָר אויף מײַנע שׂונאים (א)

די ימים-נוראָים איז אַ פּאַסיקע צײַט אַרומצורעדן די פּראָבלעם פֿון בייזס אויף דער וועלט. דאָ וועל איך אָנהייבן מיט אַ פֿאַרקירצן נוסח פֿון אַן עסיי ראָבערט נאָזיקס ("טעאָלאָגישע דערקלערונגען") אין זײַן בוך דאָס באַטראַכטע לעבן. דאָ שטעלט ער די קשיא, ווי אַזוי קען מען פֿאַרשטיין דעם חורבן, אויב גאָט איז אַ כּל-יכול, אַ כּל-יודע און אַ טובֿ-ומטיבֿ?
אַזוי ווי דער חורבן האָט כּמעט געענדיקט די עקזיסטענץ פֿון ייִדישן פֿאָלק, קען מען האַלטן טעאָלאָגיש אַז דאָס שטימט מיט אַ געשעעניש פֿון אַזאַ כּמות בײַם אייבערשטן, ד"ה עפּעס וואָס האָט כּמעט געענדיקט די געטלעכע עקזיסטענץ. למשל - איך וויל קיינעם דאָ ניט באַליידיקן - אַ פּרוּוו פֿון אייבערשטן זיך אַליין חרובֿ צו מאַכן.

פֿאַר וואָס וואָלט אַזאַ זאַך געשען? קען אַזאַ זאַך געשען? קען גאָט ענדיקן זײַן אייגענע עקזיסטענץ? איז עס קאַפּאַבל דערויף? אונדז איז ניט קלאָר. קען אויך זײַן אַז ס'איז ניט קלאָר גאָט אַליין. מע טאָר ניט סתּם דעפֿינירן גאָט ווי אַ כּל-יודע. עס קען געמאָלט זײַן, אַז געוויסע פֿאַקטן וועגן די גרענעצן פֿון די אייגענע כּוחות בײַ דעם ניוואָ זײַנען בײַ גאָט אומבאַקאַנט. דאָס (ניט) קענען ענדיקן די אייגענע עקזיסטענץ איז אפֿשר די לעצטע זאַך וואָס גאָט ווייסט ניט וועגן זיך אַליין. עס קען זײַן אָבער עפּעס וואָס עס מוז וויסן, אָדער פּרוּוון, כּדי אַדורכצופֿירן אַן אַנדער אויפֿגאַבע.

כאָטש די טעאָריע איז גענוג רחבֿותדיק צו דערקלערן דעם חורבן, איז זי ניט קיין גענוגנדיקע. אויב גאָטס פּרוּוו זיך חרובֿ צו מאַכן איז אַן עקספּערימענט, מתּוך אַן אינטעלעקטועלער נײַגעריקייט וועגן די אייגענע גרענעצן, איז אַזאַ געשעעניש ניט קיין ריכטיקע צו פּאַראַלעליזירן דעם חורבן, וואָס איז געפֿאַלן אויפֿן ייֵדישן פֿאָלק אָן דעם פֿאָלקס ווילן. ...


יום שישי, ספטמבר 19, 2008

אַרײַן אין פֿרויענקרײַז

אָן צו רעדן מיט זיי
בין איך אַרײַן אין פֿרויענקרײַז.
איך פֿיר שוין אָן מיט שטוב און משפּחה און קינדער.
מיר שטעלט מען די קלאָץ-קשיות
וועגן וווּ איז דער פּוטער
און ווי הייסן די חבֿרימס קינדער?

איך וועל ווערן די
וואָס דאַרף על־פּי שׂכל
בלײַבן אין דער היים.
פֿוּן מיר ווייעט מיט וועטשערעס
אַרבעט־סוטס
אײַנקויפֿן
קינדערקליידער.

מײַן פּנים
שמייכלט
קושט
קרעכצט
שרײַט
בעט
ווערטלט

רעכנט מיך צווישן
די נשים.

יום ראשון, ספטמבר 14, 2008

ווי אָפּצושטעלן די אַסימילאַציע

מיסטערס גרובער און שלענקער האָבן דעם ענטפֿער: דער מצווה-ביזנעס. כאַפּט אַרײַן דעם אינוועסטמענט בשעת ס'איז נאָך דאָ אָרט.

יום חמישי, ספטמבר 04, 2008

פֿיש, געזונט און משוגע

איבעראַל
רונד אַרום
גראַמען־פֿישלעך אומעטום!

נײַ!
איין פֿיש צוויי פֿיש רויטער פֿיש בלויער פֿיש
פֿון ד"ר סוס, ייִדיש: שלום בערגער
978-0-9726939-3-6
$15 + שיקגעלט (און שטײַערן אין נ"י)
yiddishcat.com

צו באַקומען אויפֿן וועבזײַטל און אין אַלע פֿײַנע ספֿרים־געשעפֿטן

נאָך וווּנדערלעכע סחורה צו באַקומען:
די קאַץ דער פּאַיאַץ (ד"ר סוס) - $15
דזשאָרדזש דער נײַגעריקער (ה.אַ. ריי) - $18
פֿילפֿאַרביקער אַלף־בית־טאָוול - $12

יום ראשון, אוגוסט 31, 2008

די שבֿועה פֿון טשערנאָוויץ 2008, פֿון שיקל פֿישמאַן

ס’איז אונדזער אַחריות הײַנט צו בויען, צו באַנײַען און צו באַקרעפֿטיקן פּרצעס אויסרוף און שבֿועה פֿון 1908, דורך אונדזערס אַן אייגענער שבֿועה און אויסרוף פֿון 2008, דהײַנו:

מיר זענען קינדער פֿונעם זעלבן ייִדישן פֿאָלק און מיר זענען געקומען צוריק קיין טשערנאָוויץ, וווּ אייניקע פֿון אונדזערע חשובֿסטע פֿאָרגייערס זענען אין 1908 אויפֿגעשטאַנען צו פֿאַרטיידיקן און צו דערהייבן ייִדיש. מיר זאָגן זיך אָפּ מפֿקיר צו זײַן אַ לשון וואָס איז מיט אונדז מיטגעגאַנגען, אונדז געטרייסט, מיטגעליטן מיט אונדז אונדזערע אָפֿטע ליידן, אונדז דערפֿרייט בעת אונדזערע זעלטענע פֿריידן, אונדז מחנך געווען און אונדז דערהויבן אין משך פֿון הונדערטער יאָרן.

מיר באַשטעטיקן אָט די גוואַלדיקע דערגרייכן פֿון ייִדיש, אָן קיין שום שמץ פֿון נעגאַציע לגבי עבֿרית, לאַדינאָ, ציוניזם, וועלטלעכקייט, ייִדישקייט אָדער וואָסער עס איז ניט אַנדער אינטימען, שעפֿערישן און אויטענטישן ייִדישן יש און איבערצײַגונג. מיר זענען אויך ניט דווקא אַלע קיין ייִדישיסטן, פֿונעם מין וואָס זענען רק און בלויז איבערגעגעבן צו ייִדיש און נאָר צו ייִדיש. פֿאַרקערט, מיר זענען פֿון די פֿאַרשיידענע ייִדישע איבערצײַגונגען, "וואָס מיר זײַנען, זײַנען מיר, אָבער ייִדיש רעדן מיר" — און ייִדיש איז אונדזערס אַ בשותּפֿותדיק־אייגנס און אַ חשובֿער טייל פֿון אונדזער פֿאַראַנקערטקייט אין אַ חלק פֿון אונדזער אידענטיטעט, אין אונדזער עבֿר, און אין אַ חלק פֿון אונדזער עתיד, צו וועלכן מיר טראָגן אַן אַחריות און צו וועלכן מיר זענען זיך מתחייבֿ. פֿאַרוואָס?

כּדי צו פֿאַרזיכערן אַ בכּבֿודיק אָרט פֿאַר ייִדיש אינעם לעבן פֿון אונדזערע קינדער און אינעם לעבן פֿון אונדזער פֿאָלק. זאָלן אַלע וואָס וועלן זיכער קומען נאָך אונדז אַהער, קיין טשערנאָוויץ, צום 120סטן יובֿל פֿון דער קאָנפֿערענץ וואָס וועט פֿאָרקומען אין 2028, דאָס הייסט, בלויז אין אַ קנאַפּן דור אַרום, אונדז ניט נאָר דערמאָנען צום גוטן, נאָר אונדז מישפּטן בקוו־זכות, אַז מיר האָבן געטאָן אונדזער חובֿ בײַ אָט דער זעלטן־היסטאָרישער געלעגנהייט, דהײַנו, מיר האָבן זיך געקלאַמערט אינעם פֿאַרהייליקטן ייִדישן דרך פֿון קעמפֿן קעגן עצבֿות און ייִאוש, דרוך באַנײַען אונדזער צוזאָג, כּסדר צו שטאַרקן ייִדיש, פּונקט אַזוי ווי מיר טוען עס מיט אַלץ וואָס איז אונדז ליב און טײַער. מיר לעבן מיט דער פֿעסטער איבערצײַגונג, אַז אונדזערע יורשים וועלן אויך פּונקט אויף

אָט דעם דרך מיט אונדז מיטגיין.

מיר זענען אין גאַנצן מסכּים מיטן גרויסן דערציילער יצחק באַשעוויס־זינגער, אַז "די וועלט האָט נאָך פֿון ייִדיש ווײַט־ווײַט ניט געהערט דאָס לעצטע וואָרט!" עס קען גאָר קיין מאָל אַזא "לעצט וואָרט" ניט געהערט ווערן, כּל־זמן די ייִדישע גרויסקייט און עקשנות וועלן איבערלאָזן בלוטע צייכנס אויפֿן ווײַטערדיקן גאַנג פֿון אונדזער לעבן און פֿון אונדזער באַליבט לשון.
דאָס אייביקע פֿאָלק האָט דורך ייִדיש צובאַקומען אַ פֿריש הייליק לשון! און אָט דאָס איז אונדזער שבֿועה פֿון טשערנאָוויץ, 2008!

מיר שווערן! מיר שווערן! מיר שווערן! ניט צו פֿאַרלאָזן, נאָר אייביק, צו שטאַרקן, שטיצן און דערהייבן אונדזער באַליבט ייִדיש!
דאָס איז ניט נאָר אַ פֿרומער וווּנטש, נאָר אַ שבֿועה:

אַזאַ יאָר אויף מיר! אַזאַ יאָר אויף אײַך! אַזאַ יאָר אויף אונדז אַלעמען!

יום רביעי, אוגוסט 27, 2008

מעדיצינישע נײַעס: ווי אַזוי ניט דערטרונקען צו ווערן אין מבול

הײַנט איז דאָ צופֿיל מעדיצינישע נײַעס. יעדער צוויי מינוט ווערט פֿאַרשפּרייט די לעצטע שטודיע, דער פֿרישטער זאָרג, די נײַסטע קאָנספּיראַציע-טעאָריע. און מע רופֿט זיך אָפּ גלײַך אויף יעדער אַנטוויקלונג קען מען טעלעבענדען זיך אַהין און אַהער ביז לסוף פֿאַרשפּאַרט מען זיך אין דער שטוב מיט אַ דיעטע פֿון וואַסער און קאַשע. מע פֿאָרט ניט מיט דער אונטערבאַן ווײַל די פּאַרענטשעס זײַנען שמוציק, עס וויבלט זיך דאָרט מיט באַקטעריעס למיניהם, און זיכער ניצט מען ניט דעם צעלפֿאָן ווײַל מע שטעקט זיך אָן דערפֿון מיט קאַנסער.

עס מוז זײַן אַן אופֿן אונטערצושיידן די וויכטיקסטע געזונט-שטודיעס פֿון סתּם נאַרישקייטן.

פֿאַרלאָזן זיך קען מען אויפֿן נאָמען פֿון מעדיצינישן זשורנאַל - צום בײַשפּיל, איז דער ניו-ענגלאַנד זשורנעל אָוו מעדיסין אַ שם-דבֿר אין דער מעדיצינישער וועלט. נאָר מע דאַרף אויך מודה זײַן, אַז אויף זייערע שפּאַלן האָט מען אָפּגעדרוקט ניט ווייניק קאַטאַסטראָפֿעס, אַרטיקלען אָן הענט און פֿיס וואָס פֿאַרפֿירן דעם גלייביקן עולם.

דאַרף מען צוקומען צו אַנדערע קריטעריעס פֿון באַגלייבטקייט. אויב איר האָט קיין מאָל ניט געטראַכט וועגן דעם, ווי אַזוי צו זײַן גענוג סקעפּטיש לגבי די ידיעות וואָס דו לייענסט אין פֿאַרשיידענע אויסגאַבעס, זײַט איר ניט אַליין. אויך דאָקטוירים (ווי פֿאָרשערס, וויסנשאַפֿטלערס, און ליטעראַטן אַלערליי) קומט אָן גרינגער צו גלייבן, איידער צו צווייפֿלען. נאָר די ווײַטערדיקע צוגאַנגען וועט אײַך ראַטעווען פֿון ניט ווייניק נאַרישקייטן.

א. ווײַזט מיר דאָס געלט. אויב די מחברים פֿון אַ געוויסער אויסגאַבע ווערן אונטערגעשטיצט (מיר זאָגן ניט אונטערגעשמירט) פֿון דער פֿאַרמאַצעווטישער פֿירמע וואָס פּראָדוצירט דעם מעדיקאַמענט וואָס ווערט אויסגעפֿאָרשט, דאַרף מען זײַן אַ קאַפּיטשקע מער סקעפּטיש שייך די רעזולטאַטן וואָס מע גיט איבער.

ב. קאָנטראָל, קאָנטראָל, קאָנטראָל. יעדע שטודיע פֿון מעדיקאַמענטן אָדער אַנדערע געזונט-באַהאַנדלונגען דאַרף פֿאַרגלײַכן צוויי גרופּעס: יענע וואָס באַקומען די שטודירטע באַהאַנדלונגען, און די, וואָס ניט. יענע גרופּעס דאַרף אויף ווי ווײַט מעגלעך זײַן אומבאַקאַנט די אויסטיילונג פֿון די יחידים צווישן די צוויי גרופּעס, ווי אויך בײַ די פֿאָרשערס אַליין. אַ בײַשפּיל: אַ שטודיע וואָס איז צעפּויקט געוואָרן אין אַ סך ערטער (דעם פֿאָרווערטס אין איינעם) זאָל האָבן אויפֿגעוויזן, אַז די עופֿעלעך וואָס ווערן געזייגט לענגער ווערן דווקא קליגער פֿון אַנדערע וואָס עסן פֿון דער ברוסט ווייניקער חדשים. ווײַזט זיך אָבער אַרויס, אַז די עקספּערטן וואָס האָבן געדאַרפֿט אָפּשאַצן די אינטערליגענץ פֿון די אויפֿגעהאָדעוועטע קינדער האָבן געוווּסט ווער ס'זײַנען געווען אין וועלכער גרופּע. אין אַזאַ פֿאַל איז גרינג צו "וויסן" אין פֿאָרויס וואָס דער ענטפֿער וועט זײַן און דערמיט פֿאַרפֿירט צו ווערן פֿון אַן אונטערבאַוווּסטזיניקער פּנייה.

ג. ניט בײַ מאָטיען. פֿאַראַן רעזולטאַטן פֿון וויסנשאַפֿטלעכע שטודיעס וואָס זײַנען ממש אומגלייבלעך. אָפֿטמאָל איז די סיבה, וואָס מע טאָר זיי טאַקע ניט גלייבן. צעלפֿאָנען רופֿן אַרויס מוח-ראַק? ס'קלינגט זייער מאָדנע, אַיאָ? ווײַזט זיך אַרויס אַז אַלע פֿאַרלאָזלעכע שטודיעס האָבן ביז אַהער אויסגעפֿונען אַז די פֿאַרבינדונג צווישן זיי איז כּמעט ווי נישטאָ. וואַקצינען זײַנען די לאַנג געזוכטע סיבה פֿאַרן אַוטיזם? דאָס לייגט זיך ניט אַזוי אויפֿן שׂכל (און ס'איז טאַקע ניט אמת). מע דאַרף ניט האָבן קיין וויסנשאַפֿטלעכן דיפּלאָם כּדי צו ווענדן אַ ביסל געזונטן סקעפּטיצים אויף די לעצטע מעדיצינישע נײַעס.

ד. וואָס איז די נפֿקא-מינה? לאָמיר זאָגן אַז עפּעס אַ זאַך אין טאָג-טעגלעכן לעבן איז יאָ פֿאַרבונדן מיט אַ געוויסער העכערער ריזיקע פֿון אַ קראַנקייט. לאָמיר זאָגן (סתּם אַזוי, כ'האָב דאָס קיין מאָל ניט געהערט) אַז טאַראַקאַנען-אָפּפֿאַל פֿאַרהעכערט די ריזיקע פֿון באַקומען קאַנסער. די צווייטע פֿראַגע דאַרף זײַן: אויף וויפֿל? אויב ווייניקער ווי אַ טויזנטל, לאָמיר זאָגן, איז דאָס עפּעס וואָס כ'דאַרף דערלויבן צו בײַטן מײַן לעבנס-שטייגער? וועל איך לאָזן דעם טאַראַקאַנען-אָפּפֿאַל מאַכן מיר משוגע? מע דאַרף אַלץ פֿאַרשטיין אין קאָנטעקסט, ד"ה...

ה. געדענקט די אמתע סכּנות. דאָס אויבן דערמאָנטע איז ניט אויסן צו זאָגן אַז ס'איז ניטאָ קיין אמתע געזונט-סכּנות אין לעבן. מע דאַרף אָבער געדענקען, אַז ס'רובֿ פֿון די אמתע, לעבנס-געפֿערלעכע סכּנות זײַנען שוין גוט באַקאַנט. רייכערן, איבערוואָג, ניט-קאָנטראָלירטע צוקער-קראַנקייט, דעפּרעסיע, איידס, אויטאָ-עקצידענטן, זעלבסטמאָרד, ראַק... דאָס זײַנען די אמתע געפֿאַרן וואָס דער מענטש ראַנגלט זיך קעגן דעם. אַנדערע סכּנות זײַנען יאָ דאָ, נאָר כ'בין מסופּק צי מע דאַרף טאַקע זײַן באַזאָרגט וועגן יעדער קליינער ריזיקע.

אין שײַכות מיט דער טעמע פֿרעגט זיך אויך: פֿאַר וואָס זײַנען דאָ פֿיל מענטשן וואָס שרעקן זיך פֿאַר יעדער נײַער מעדיצינשער שטודיע? טייל זאָרגן זיך, ווײַל זיי האָבן ראַיות (אײַזערנע צי גאָר הינקעדיקע) אַז עפּעס אין זיער סבֿיבֿה קען שעדיקן דעם געזונט. דאַרף אַזאַ מין מענטש וועגן און מעסטן די באַווײַזן, און נאָך אַ סך באַמיִונגען אונטערציִען אַ סך־הכּל. אויב זי קומט צום אויספֿיר אַז צעלפֿאָנען זײַנען ממש אַן אמתע סכּנה, קען זי אפֿשר פּרוּוון פֿאַרקלענערן די ריזיקע - ניצן אַ הער-אַפּאַראַט, צום בײַשפּיל, און ניט האַלטן דעם צעלפֿאָן דירעקט צום אויער.

טייל זאָרגן זיך אָבער ווײַל זיי זאָרגן זיך וועגן אַלץ וואָס ס'לאָזט זיך, מע זוכט נאָר אַ ציל פֿאַר די דאגות וואָס שוועבן אין דער לופֿט. ווען געזונט-נײַעס, איז געזונט, ווען די נאַטור-סבֿיבֿה, איז דאָס. ס'איז אַוודאי שווער צו וויסן אויב מ'איז אַליין איינער פֿון יענע מענטשן וואָס זאָרגן זיך ווײַל אַזוי איז זייער צוגאַנג צום לעבן. בײַ די עקספּערטן אין מוח-געזונט הייסט דאָס פּחד (אַנסײַיעטי) אויב עס שטערט דעם אַלגעמיינעם לעבן. אויב אַ מענטש לײַדט פֿון אַזאַ פּראָבלעם, וואָלט מסתּמא געווען בעסער פֿאַרן געזונט צו פֿאַרנעמען זיך מיט דעם, איידער מיט צעלפֿאָנען און קאַנסער..