...דאָס אַרבעט-זוכעניש איז געווען אַ קאַפּעלע מער אינטערעסאַנט ווי כ'האָב מתכּוון געווען. ניט געקוקט דעראויף האָב איך מיט מזל באַקומען אַ שטעלע אין קליניק פֿון דזשאָנס האָפּקינס אין ק"ק באַלטימאָר. מיר (איך מיט די בני-בית) זײַנען ממש באַגײַסטערט. איך קוק אַרויס זיך צו באַקענען מיט די דאָרטיקע פֿײַנע ייִדן, סײַ "ייִדישע ייִדן" סײַ סתּם.
און ס'וועט זײַן שווער (שווער ווי "דאָס אָפּרײַסן דאָס פֿינגערנאָגל פֿון פֿלייש", ווי דער שרײַבער פֿון על סיד האָט זיך אויסגעדריקט) זיך נעמען אָפּשייד פֿון ניו-יאָרק, די שטאָט וווּ דאָס לעבן איז צעגלידערט און אָפּגעשפּיגלט אין אַלע שאַטירונגען.

ווער פארט דאס אוועק? דאס זענט איר ר´ שלום? איז דאס ערנסט, אדער איז דאס בלויז עפעס א "קונסט-ווערק" פון עפעס א שרייבער? ווי וועט זיך ניו-יארק אומגיין אן אייך?
השבמחקאַ דאַנק פֿאַרן קאָמפּלימענט! ניו-יאָרק וועט זיך ווי ניט איז באַגיין אָן מיר. יאָ, ס'איז אמת און ניט קיין שרײַבערישער בלאָף, איך פֿאָר אויגוסט-סעפּטעמבער אין באַלטימאָר. געהערט האָב איך, אַז אויך דאָרט וווינען אַ פּאָר ייִדן!
השבמחק