יום שלישי, אפריל 05, 2005

דער אומקלאָרער חשק צו שרײַבן עפּעס וועגן פּויפּסט

כּדרכּו בקודש האָט בר־פּחתי אָנגעשריבן אַ טרעפֿיקן איבערבליק וועגן דער הסתּלקות פֿון „הייליקן פֿאָטער.“ כ´האָב ניט קיין סך צוצוגעבן צו דער דיסקוסיע חוץ (כּדרכּי בקודש) אומקלאָרקייט און קווענקלענישן. למשל: כ´פֿיל ניט אַקעגן דעם ניפֿטר דעם ייִראת־הכּבֿוד וואָס אַנדערע ייִדן, על־פּי רובֿ די פֿרומע, האָבן אויסגעדריקט. מיר איז ניט אינטויִטיוו קלאָר וואָס דער קאָנסערוואַטיזם פֿון אַבי וואָס פֿאַר אַ רעליגיעזן פֿירער איז כּדאַי אויפֿצונעמען מיט אָפֿענע אָרעמס, סתּם ווײַל מײַן רעליגיעזע טראַדיציע איז אויך (אַ מאָל און אויף אַ יחידישן אופֿן) אויך קאָנסערוואַטיוו. כ´בין אָבער ניט אַזאַ וואָס קען גרינג אָפּמשפּטן אויפֿן סמך פֿון האַלב־באַנומענער אינפֿאָרמאַציע וועגן דעם צי יענעם צוגאַנג. בײַ מיר איז פּשוט שווער צו פֿאַרשטיין, און איבערגעבן על־רגל־אַחת, וואָס פֿאַר אַ מענטש ער איז געווען: סײַ אַן אַנטי־קאָמוניסט סײַ אַן אַנטי־קאַפּיטאַליסט, סײַ אַנטי־אַבאָרט סײַ אַנטי־טויטשטראָף. און אַזוי ווײַטער. כ´קען יאָ זאָגן אַז פּערזענלעך איז בײַ מיר גאַנץ קלאָר, וואָס זײַנע שטעלונגען וועגן אַבאָרט און האָמאָסעקסואַליזם זײַנען, דעם אמת זאָגנדיק, מער רעפֿלעקסיוו און דאָגמאַטיש ווי חסדימדיק, – און אויף וויפֿל איך פֿאַרשטיי, דאַרף אַ פֿרומער קאַטויל שטעלן דעם טראָפּ אויף חסד. נאָר כ´בין ניט גענוג באַהאַוונט אין זײַן אַלגעמיינעם לעבן און פֿילאָסאָפֿיע כּדי צו פּסקענען, ווי אַזוי די דאָזיקע חיסרונות ווערן בילאַנצירט (אָדער ניט) פֿון זײַנע אַלגעמיינע מעלות.

צוריקגערעדט אָבער איז ניט גענוג אַוועקצומאַכן אַלץ מיט דער האַנט און געבן דעם פֿאַרשפּרייטן תּירוץ, עט, ער איז אַ גוי, וואָס איז דער חילוק. עפּעס שטעקט דאָך אין דער באַוווּנדערונג און כּמעט־פֿאַרגעטערונג פֿון מיליאָנען בשׂר־ודמס. אפֿשר איז טאַקע אמת וואָס מע זאָגט, אַז ס´איז אַ מאָל גענוג צו זאָגן אַז דער צי יענער מענטש איז פּראָסט־פּשוט „אַ גוטער“, אָן די קאָמפּליצירנדיקע פּרטים וואָס פֿילאָסאָפֿן האָבן ליב אַרומצוקײַען. אַזוי איז טאַקע געשטאַנען, ווי איך פֿאַרשטיי, אויף די טראַנספּאַראַנטן וואָס די חסידים זײַנע האָבן אויפֿגעהויבן אין דער הייך בשעת דער פּראָצעסיע אין רוים: „ר´איז געווען אַ גוטער.“ אפֿשר איז דאָס גענוג, אַזאַ אַלגעמיינע דעת־הציבור.

אײַ, וואָס דער עולם איז אַ גלום, און דער ציבור קען אַ מאָל שטיצן (און האָט אַ סך מאָל יאָ געשטיצט) בפֿירוש ניט־גוטע, בייזע אָנפֿירערס, סײַ רעליגיעזע סײַ פּאָליטישע? ניט דאָ איז דאָס אָרט זיך אַרײַנצולאָזן אין אַ פּרטימדיקער דיסקוסיע פֿון היטלער, סטאַלין, און די אַלע ימח־שמוניקעס, נאָר איין אונטערשייד איז אַזאַ: אַ גוטן דערקענט מען בדרך־כּלל ווי אַ גוטער, נאָר מיט די צוגאַנגען זײַנען וועט מען זיך אפֿשר פֿונאַנדערגיין. מיט אַ בייזן, ווידער, אַפֿילו ער ווערט באַוווּנדערט פֿון עולם־גולם, איז דאָ אַלע מאָל אַ היפּשער טייל פֿון באַפֿעלקערונג וואָס טרעט קלאָר אַרויס דערקעגן, און וועט שווײַגן און „באַוווּנדערן“ נאָר אויב געצוווּנגען.

קען זײַן, סוף־כּל־סוף, אַז דער ניפֿטר איז אַ גוטער, כאָטש ניט אויף אַן אופֿן וואָס כ´וואָלט מסכּים געווען דערמיט. און דאָס איז אויך ווירדיק.

5 תגובות:

  1. אנונימי9:03 AM

    שלום, ווי האלט עס מיטן רביןס שטיקל ?

    השבמחק
  2. נאָך ניט פֿאַרטיק. אפֿשר האָב איך גערעדט צו פֿרי מיט מײַן פֿריִערדיקן פּאָסט. איר ווייסט יענע לײַט – שרײַבערס. אָך און וויי.

    השבמחק
  3. אנונימי11:41 AM

    http://vosizneias.blogspot.com/2005/04/discussion-about-pope-and-his-funeral.html

    השבמחק
  4. אנונימי11:43 AM

    Look at this post of Vos IZ Neias


    http://vosizneias.blogspot.com/2005/04/discussion-about-pope-and-his-funeral.html

    השבמחק
  5. איך האָב ליב קאָמענטאַרן, נאָר טוט מיר אַ טובֿה, ר´ ייִד, אַז איר ווילט שוין עפּעס קאָמענטירן, טוט דאָס איין מאָל, און די פֿאַרדינסט זאָל זײַן עפּעס מער ווי אַ פּיצינק פּאָסטעלע וואָס זאָגט גאָרניט מיט ניט וועגן פּויפּסט און זײַן לוויה.

    השבמחק