יום ראשון, ינואר 09, 2005

למה אני עמל? וואָס טו איך מיט מײַן צײַט?

וואָס הייסט אַ דאָקטער און וואָס פֿאַר אַ מין דאָקטער האָף איך צו זײַן. ערשטער טייל.

ווי איר האָט טייל געלייענט אויף דעם דאָזיקן באַשיידענעם פֿאָרום, האָב איך נאָר וואָס אַרויסגעענדיקט מײַן דיסערטאַציע. אַ
דיסערטאַציע, פֿאַר די וואָס ווייסן ניט (און, למען־האמת, אויך פֿאַר די וואָס ווייסן יאָ) איז אַ לאַנגע פֿאָרשאַרבעט איבער אַ יחידישער טעמע. מײַן פֿאָרשפֿעלד איז עפּידעמיאָלאָגיע, אָדער, ווי כ´האָב געפּרוּווט דערקלערן אין אַ פּאָר אַרטיקלען אין פֿאָרווערטס, די וויסנשאַפֿט וואָס גיט זיך אָפּ מיט דער פֿאַרשפּרייטונג און גורמים (סיבות) פֿון קראַנקייטן אין באַפֿעלקערונגען. כ´האָב אַדורכגעפֿירט אַ שטודיע פֿון אַ דרײַ הונדערט פּאַציענטן אין בעלוויו־שפּיטאָל וואָס לײַדן אויף אַסטמאַ. דערמיט האָבן מיר געוואָלט דערגיין, וועלכע פֿאַכן (שטעלעס און אַרבעטפּלעצער) פֿאַרערגערן די אַסטמאַ וואָס איז שוין פֿאַראַן פֿון פֿריִער.

דאָס שאַפֿן זיך אַזאַ דיסערטאַציע האָט צוויי צוועקן: ערשטנס, אויסצולערנען זיך די אַקאַדעמישע מיטעלן פֿון פֿאָרשונג אין דעם פֿעלד, ד"ה ווי אַזוי מע נעמט שטודירן די פֿאַרשפּרייטונג און גורמים פֿון אַ געוויסער קראַנקייט. צווייטנס, און מער תּכליתדיק, קען מען האָבן אַ האָפֿענונג פֿון קריגן געוויסע אַרבעטן נאָר מיט אַ דאָקטאָראַט, אַ פּי־איידזש־די.

פֿאַרגאַנגענעם פֿרײַטיק האָב איך אַרײַנגעגעבן מײַן גרויסן חיבור (העכער 200 זײַטן, וואָס קיינער וועט ניט לייענען אין זײַן גאַנצקייט – נאָר ווי קירצערע אַרטיקלען אין זשורנאַלן) אין ביוראָ פֿון מײַן אוניווערסיטעט. איז שוין פֿאַרטיק יענער סטאַדיע פֿון מײַן דערציִונג. ווײַטער אין מײַן פּראָגראַם קומט דער עם־די, ד"ה לערנען זיך אויף דאָקטאָר־מעדיצין.

קודם־כּל וועל איך פּרוּוון דערקלערן אויף איין פֿוס וואָס דאָס איז אַזוינס אַ דאָקטער. דאַכט זיך אפֿשר די חשובֿע לייענערס אַז דאָס איז אַ תּמעוואַטע קשיא. ווער דען פֿאַרשטייט ניט וואָס ס´איז אַ דאָקטער? נאָר אַ מאָל דאַרף מען זיך אַוועקזעצן און פּרוּוון דעפֿינירן תּוך־באַגירפֿן, מע זאָל ניט מאַכן קיין טעותן גלײַך פֿון קמץ אַלף אָ. (וואָס איז, למשל, אַ רבֿ? ניט אַזוי פּשוט . . .) יאָ, געוויס, אַ דאָקטער איז דער וואָס פֿאַרנעמט זיך מיטן געזונט פֿון אַ מענטש. נאָר דאָס איז ווידער צו ברייט. ניט יעדער דאָקטער קען זיך פֿאַרנעמען מיט יעדן פּרט פֿון גאַנצן געזונט. לייגט זיך אויפֿן שׂכל, פֿון אַ סאָציאָלאָגישן קוקווינקל, אַז מע גרענעצט אַרום די דאָקטערײַ מיט געוויסע סוגיות. דער פֿאַרנעמט זיך מיטן האַרץ, יענער איז בדרך־כּלל אַ מומחה אין קראַנקייטן פֿון לעבער, און אַזוי ווײַטער. פֿאַראַן אויך אַזוינע, וואָס מע רופֿט „פּרײַמערי קייר“ (אָדער אין אַנדערע לענדער, „אַלגעמיינע פּראַקטיקירער“), וואָס קענען פֿאַרזיכערן טאָג־אײַן טאָג־אויס אַז דער געזונט איז אויף אַ ניוואָ. אידעאַל וואָלט מען געהאַט אַ דאָקטער, וואָס פּרוּווט אינטעגרירן די אַלע סוב־פֿעלדער, נאָר צי דער פּרײַמערי־קייר־דאָקטער טוט דאָס טאַקע איז אַן אָפֿענע פֿראַגע.

פֿאַראַן אויך אַ צווייטער צוגאַנג פֿון פֿאַרשטיין וואָס ס´איז אַ דאָקטער: וואָס פֿאַר אַ מין דאָקטער מע איז. לאָמיר דערקלערן. אויב איר האָט איבערלעבונגען מיט רבנים, ווייסט איר אַוודאי אַז ניט איין רבֿ קען אויספֿירן אַלע פֿונקציעס וואָס אַ ייִד מיט אַזאַ טיטל טוט. דער איז אַ פּוסק נאָר אַ נודנער בעל־דרשן, בשעת יענער איז אַ פֿלאַם־פֿײַערדיקער בעל־התעוררות וואָס איז שטומפּיק אין אַלץ וואָס האָט צו טאָן מיטן שׂכל. מיט דאָקטוירים איז אויך אַזוי. יעדער פּאַציענט וויל, און דערוואַרט, אַז גראָד זײַן דאָקטער זאָל זײַן דער צדיק און גדול־הדור, שטאַרק אין לערנען און אַ ווייכע נשמה, נאָר כ´דאַרף אײַך ניט לייגן קיין פֿינגער אין מויל און אויסרעכענען די פֿיל אַנטוישונגען וואָס יעדער מוז אויסשטיין אין דאָקטערס אָפֿיס.

דאָס איז אַ לאַנגער אופֿן צו זאָגן אַז די סוף־סטאַדיע פֿון אויסשטודירן זיך אויף דאָקטער (וואָס כ´האַלט איצט בײַ דעם) באַשטייט פֿון צוויי טיילן: א. צולערנען זיך עפּעס פֿון יענעם טייל מעדיצין (דאָס הייסט די ראָטאַציעס, שימוש בײַ דאָקטוירים פֿון יעדן פֿעלד, ווי אַ סטודענט, פֿאַרשטייט זיך), און ב. צוקוקן זיך און מיישבֿ זײַן, אומפֿאָרמעל און פֿאַר זיך, צו קענען (מוסרדיק) זיך אַליין. דאָס הייסט, וואָס פֿאַר אַ טיפּ דאָקטער וואָלט זיך צום בעסטנס געפּאָרט מיט מײַן טבֿע און מײַן נשמה?

אַזאַ פּראָצעס איז אויך שײַך פֿאַרן סתּם מענטש. ניט קיין חידוש. אַ דאָקטער דאַרף אויך זײַן אַ מענטש, פּשוטו כּמשמעו.

מער שפּעטער אי"ה.

4 תגובות:

  1. פון דיין גוטהארציגקייט קוקט מיר ענדערש אויס אז דו וועסט היילן די פאציענטן מיט דיין נשמה, פונקט ווי א פיסיכיאטער.

    כמותך ירבו בישראל!

    השבמחק
  2. אנונימי12:28 PM

    שלום טייערער
    שוין לאנג נישט געשריבן
    איך האב זייער הנאה צו ליינען אייער בלאג. איר קומט מיר פאר, ווי א טייערער איד מיט א גאלדען הארץ. איך וויל אייך וואונטשען אלע גוטע ברכות, עד שיבלו שפתותיכם מלומר די...
    נאר איין הערה. איר שרייבט: "דאַכט זיך אפֿשר די חשובֿע לייענערס אַז דאָס איז אַ תּמעוואַטע קשיא", דאס ווארט "תּמעוואַטע" ווערט גענוצט, ווען איינער פרעגט א קשיא, און ער ווייסט דער תירוץ, דאס מיינט ער מאכט זיך "תּמעוואַטע", דוכט זיך מיר אז דא פאסט זיך צו זאגען פשוט "א נארישע קשיא".
    ביטע קאמאנטירן
    א דאנק

    השבמחק
  3. אנונימי2:54 PM

    א גיטען אייך ר' שלום און ווארימע הארץ וואונטשען פאר אייערע דערגרייכונגען
    זאלט איר טאקע גיין מעלה מעלה על במתי הרפואה און לאזט אונז וויסען ווען מען קען אייך שוין קויפען א שיין באצירטען תפלת הרופא

    אויף אייער וועג צו היילן גאט'ס באשאפענישען, פארגעסט נישט פון אונז דא אין בלאג וועלטל און געבט אונז אראפ איינדרוקען פון אייער רייזע, מיר שלונגען מיט דארשט יעדעס ווארט

    הצלחה רבה

    השבמחק
  4. אַ דאַנק פֿאַר די גוטע ווינטשעוואַניעס! פֿאַר אײַערע מײַלער אין גאָטס אויערן.

    דאַכט זיך אַז געמיינט האָב איך טאַקע „תּמעוואַטע פֿראַגע.“ נאָר אַז איר ווילט בײַטן יענע פֿראַזע, וועט ניט זײַן עק וועלט.

    השבמחק