דעם מאָנטיק אויף דער נאַכט וועלן מיר אי"ה שלאָפֿן צום ערשטן מאָל אין אונדזער נײַער דירה אין סוערד־פּאַרק, אָדער, פּינקטלעכער געזאָגט, 210 איסט־בראָדוויי. אַראָפּ אַ ביסל מיט דער גאַס פֿון אַלטן פֿאָרווערטס־בנין (וואָס מע האָט פֿאַרקויפֿט פֿאַר צוואַנציק מיליאָן דאָלאַר אַ יאַפּאַנישער פֿירמע) און די אַלע איסט־סײַד־בתּי־מדרשים און ־שולן, וואָס זײַנען סײַ פֿאַסצינירנדיק, סײַ אַ ביסל זכר־לחורבן. כ´וויל אָבער ניט פֿאַרזינדיקן מיט די רייד. איך וועל ליב האָבן זיך אַרײַנכאַפּן צו זיי נאָך אַ מינחה־מעריבֿ אָדער אַ בלאַט גמרא. (שבת , און אַ מאָל אין דער וואָכן אויך, וועל איך ווײַטער דאַוונען דאָ. דערפֿאַר וווינען מיר ווײַטער דאַונטאַון.)
אײַ, וואָס די היגע צדיקים וועלן מיך פֿאַררעכענען פֿאַר אַן אַפּיקורוס, ווײַל איך באַניץ זיך מיטן עירובֿ? (כ´מיין דווקא דעם גאַנצן עירובֿ וואָס רינגט אַרום מאַנהעטן־אינדזל, ניט זייער געגנט־עירובֿ)? וואָס קען מען טאָן. ניט יעדן קען מען צופֿרידן שטעלן. און דערצו נאָך גייט מײַן פֿרוי די אייגענע האָר און טראָגט (חס ושלום) הויזן! שומו שמים!
איך האָף אַז אַלע מײַנע לייענערס גלייבן מיר אויפֿן וואָרט ווען איך זאָג, אַז איר זײַט אַלע האַרציק פֿאַרבעטן. שרײַב מיר נאָך מײַן פּינקטלעכן אַדרעס.
יום ראשון, ינואר 30, 2005
הירשם ל-
תגובות לפרסום (Atom)
חשובהר ר' שלום, איך וואונש אייך א גרינגן מופן, אייך אין אלע ענקערע בני-בית, זאל זיין אין א גיטע אין א מזל-ברכהדיגער שעה! כל-טוב, ענקער לאנגאניגער לעזער - מנחם אלימלך
השבמחקא ייד איז אדער אן עולה אדער א יורד איך זאג אייך אז אויב איר וועט זיך אריינכאפן פאר א בלאט גמרא אדער א מנין אין איינע פון די ארטאדאקסישע שולן וועט עס אייך אריינשיינען די ווארעמקייט און ערליכקייט פון אט די קהילות און זייערע פירונגען. און איר וועט שוין פארבלייבן דארטן. און איינמאל פאר אלעמאל אוועק ווארפן די פשרה'דיגע לעבן פון קאנסערוועטיווע אידישקייט...
השבמחקאיז אויב אזוי א ברכה אייער מופן זאל אייך באגליקען די נייע דירה מיט אלע ברכות פון די תורה, מיט נחת און שמחה פונעם ווייב און קינד.
עד ביאת גואל צדק בב"א
FYI - The best kiddush on the east side is at the mizrachi shtiebl on east bway. Those guys really know how to eat. The eldgridge shul has a nice shabbos minyan too, and they start at 10, which is a bonus.
השבמחקKhevre,
השבמחקKh'shats shtark ayere bamerkungen, un kh'volt zikh gevolt oprufn, nor kh'hob di teg nisht keyn regulern tsutrit tsu der Internets, vayl mayn heym-DSL darf men nokh vider farbindn. Hot geduld, kvikt zikh mit Katle Kanye, un vart a vokh...
Sholem