אויב איר פֿאַרשטייט נאָך אַלץ ניט פֿאַר וואָס מציצה־בפּה איז סכּנות־נפֿשות, לייענט דעם בריוו פֿון ניו־יאָרקער געזונט־אָפּטייל.
רבותי! דאָס איז ניט קיין האַרבע תּורה.
(אויף נאָך פּרטים, לייענט מײַן ענגלישע בלאָגשריפֿט אויף דער טעמע. מע האָט מודיע געווען אַז מע וועט פֿאַרטײַטשן אויף ייִדיש די מעלדונג וועגן מב"פּ און הערפּעס.)
זאָל דער שומר פּתאים אונדז ווײַטער היטן...
יום שלישי, דצמבר 13, 2005
הירשם ל-
תגובות לפרסום (Atom)
אַז 70 פּראָצענט דערװאַקסענע האָבן דעם װירוס, פֿאַר װאָס װערט עס נישט מער פֿאַרשפּרײט צװישן בײבילעך
השבמחק?
איך פֿאַרשטיי ניט די פֿראַגע. עס ווערט דאָך יאָ פֿאַרשפּרייט דורך מוהלים וואָס זײַנען מוצץ־בפּה. אַיאָ? מיינסט מסתּמא עפּעס אַנדערש.
השבמחקפארוואס זאלן וויירוסעס ווערן אריבערגעכאפט ענדערש דורך מוהלים ווי דורך גשוויסטער-עלטערן צום ביישפיל?
השבמחקאַ גוטע פֿראַגע. צוויי ענטפֿערס.
השבמחקא. מעגלעך יאָ. דערפֿאַר האָט דער ניו־יאָרקער געזונט־אָפּטייל געדאַרפֿט באַשטעטיקן, אַז די מוטערס פֿון די געטראָפֿענע בייביס זײַנען שוין פֿריִער ניט געווען קיין טרעגערס פֿון הערפּעס־ווירוס (ווײַרוס).
ב. איך וואָלט אָבער ניט געמיינט, אַז מוילקאָנטאַקט מיט דער מילה וואָלט געווען אַזוי פֿאַרשפּרייט אין דער משפּחה. ניט אמת?
מוילקאנטאקט מיט די מילה פארשפרייט אין די משפחה? הממ... זיכער נישט מיט די פיצלעך
השבמחקאבער אפענע וואונדן ערגענץ אנדערש וואו מאכן זיך אויפט און ווירוס טרעגער אויך גאנץ אויפט
צו ארויס שטעלן פון געזעץ א מילעניא-לאנג ריטואלע פראצעדור שמעקט מער מיט ליבעראלע רעליגיעזע פרייהייט ארויפצווינגונג ווי מיט אן ערנסטע זארג פאר די פיצלעך'ס וואוילזיין
„אבער אפענע וואונדן ערגענץ אנדערש וואו מאכן זיך אויפט און ווירוס טרעגער אויך גאנץ אויפט“
השבמחקזײַט מוחל, דאָס פֿאַרשטיי איך ניט, קען איך ניט ענטפֿערן דערויף.
„צו ארויס שטעלן פון געזעץ א מילעניא-לאנג ריטואלע פראצעדור שמעקט מער מיט ליבעראלע רעליגיעזע פרייהייט ארויפצווינגונג ווי מיט אן ערנסטע זארג פאר די פיצלעך'ס וואוילזיין“
לענ"ד פֿאַרשטייט איר ניט דעם ענין, ר´ אַנאָנימוס. קיינער רעדט ניט וועגן „אַרויפֿצווינגען“ אַ געזעץ אויף די מוהלים וואָס זײַנען מוצץ־בפּה, אַדרבא, דער בריוו וואָס ווערט דאָ געבראַכט אין מײַן בלאָג (איר האָט עס איבערגעלייענט?) זאָגט בפֿירוש, אַז דעם געזונט־אָפּטייל איז ליבער, די ייִדן זאָלן זיך אַליין אָפּגעבן מיטן געזונט פֿון זייערע עופֿעלעך. דער זאָרג פֿאַרן ווויזײַן פֿון די בייביס איז בפּועל־ממש די אַרבעט פֿון געזונט־אָפּטייל און גאָרניט פֿון די פֿאַקטן אין דעם פֿאַל האָבן מיך ניט איבערגערעדט. איר האָט אַנדערע ראַיות? איז ברענגט זיי בפֿירוש און לאָמיר שוין פּטור ווערן פֿון מיאוסדיקן לשון פֿון קאָנספּיראַציע און חשד. גוט שבת, ס´איז שוין 2005 אין אַ מלכות־חסד.
„רעליגיעזע פֿרײַהייט“ איז גאָרניט שײַך אין דעם פֿאַל. כ´בעט אײַך, גיט זיך אַ חזר איבער די פּרטים פֿון דעם ענין, וועט איר זען. קיינער האָט דאָס ניט דערמאָנט. דאָס האָט עס איר אויסגעזויגט פֿון פֿינגער.