איינע פֿון די גרויסע מעלות פֿון ניו־יאָרק איז צו זען ווי פֿאַרשיידענע מיעוטים גלידערן זיך אײַן אין דער אַמעריקאַנער געזעלשאַפֿט – כ´מיין לאַוו־דווקא אַסימילירן, פּשוט צוגעבן זייער טעם צום געקעכטס. געפֿאָרן הײַנט מיט דער „עף“־באַן, האָט מיך דערפֿרייט צו הערן ווי דער אונטערבאַן־פֿירער רעדט אַרויס די מעלדונגען מיט אַ שטאַרקן ישׂראלדיקן ריש, דהײַנו:
Stand cleaR of the closing dooRs.
אַ מחייה! איז שוין קלאָר (כאָטש פֿון דעם בזעיר־דאַנפּינדיקער איבערלעבונג) אַז די ישׂראלים ווערן אַן אינטעגראַלן טייל פֿון קולטור־מאָזאַיִק פֿון מײַן שטאָט, און פֿון די עפֿנטלעכע אַנשטאַלטן וואָס זײַנען דערמיט געקניפּט און געבונדן. ווי לאַנג ביז עבֿרית־ווערטער רינען אַרײַן אין ניו־יאָרקער ענגליש?
יום שלישי, ספטמבר 06, 2005
הירשם ל-
תגובות לפרסום (Atom)
"ריש גלותא." סאראן אריגינעלער איינפאל!
השבמחקאון דאס זעלבע לגבי דער אבאניר-באמערקונג - "זאל זיין שלום אין פאסטקעסטל." (הערשט יעצט באמערקט!)
די דאזיגע באמערקונג איז געווען מיינע - בן-עמי.
השבמחק