יום שני, דצמבר 05, 2005

אַוואַנטורעס אין ייִדישלאַנד

דזשעפֿרי שאַנדלערס נײַ בוך שטעלט זיך אָפּ אויפֿן שיידוועג פֿון אַ צאָל סתּירות: צווישן „שפּראַכנטויט“ און לעבעדיקע רעדערס (און כּמעט־ און כּמו־רעדערס) פֿון ייִדיש; צווישן אַ „גערעדטע“ און אַ „פֿאָרגעשטעלטע“ (פּערפֿאָרמד) שפּראַך; צווישן ייִדן און ניט־ייִדן; צווישן „פֿריילעכע“ (גייס און לעזביאַנקעס) און העטעראָס.

ס´איז אַ סך צו פֿאַרדייען, און דאָס אַלץ איז משפּיע אויף . . . מיר אַליין. קען איך דערווײַלע רעקאָמענדירן דאָס בוך. כ´דאַרף זיך דערוויסן צי כ´מעג דאָס רעצענזירן פֿאַר עפּעס אַן אויסגאַבע, באַזונדערש דערפֿאַר וואָס כ´ווער אַ פּאָר מאָל דערמאָנט אין בוך אַליין.

נו, אַבי מע לעבט.

14 תגובות:

  1. אנונימי7:26 AM

    עס קלינגט אויסטערליש אינטערסאנט דער טשולענט פון אידיש מיט פרייליכע.

    ביטע זיי אביסל מגלה וואס איז דער מאדנע קשר?

    השבמחק
  2. אויפֿן אמת איז דער קשר ניט אַזאַ מאָדנער. בקיצור, לויט שאַנדלערס מיינונג (און כ´קען ניט זאָגן אַז דער שׂכל איז דאָס ניט מחייבֿ) זײַנען פֿאַראַן אַ צאָל פּאַראַלעלן צווישן דער איבערלעבונג פֿון פֿאָלק ישׂראל און „פֿריילעכע“ – ביידע געפֿינען זיך, לאָמיר זאָגן, אויפֿן ראַנד פֿון דער הויפּטשטראַמיקער וועלטקולטור, ביידן האָט מען באַשולדיקט אין אומנאַטירלעכקייט און אַפֿילו אונטערמענטשלעכקייט, ביידן האָט מען געפּרוּווט אויסהרגענען, און ביידע גרופּעס געפֿינען אַ מין כּוח אין קול דממה דקה פֿון זייערע יסורים.

    דאָס הייסט ניט אַז דער פּאַראַלעל איז אַ פּינקטלעכער. פּאַראַלעלן זײַנען קיין מאָל ניט קיין פּינקטלעכע זאַכן, אַנדערש וואָלטן זיי מער ניט געווען משלים. נאָר די ענלעכקייטן וואַרפֿן זיך אין די אויגן אויב מע קען זיך שטעלן אין אַ געוויסן קוקווינקל.

    איך פֿאַרשטיי אַז בײַ טייל פֿון די לייענערס פֿון דעם בלאָג וועט אַזאַ קוקווינקל זײַן ביז גאָר מאָדנע, אַפֿילו משונהדיק. כ´בין גרייט צו הערן אײַערע טענות.

    השבמחק
  3. אין שאַנדלערס בוך אַליין איז אויך פֿאַראַן אַ לאַנגע דיסקוסיע אויף דער טעמע „פֿריילעכע ייִדישקייט“ (בלעז Queer Yiddishkeit). איך האָב געוואָלט דאָס איבערטײַטשן נאָר דאָס לשון פֿון דער הײַנטיקער אַקאַדעמיע איז ביז גאָר ספּעציאַליזירט און מע וואָלט געדאַרפֿט מחדש זײַן אַ צאָל טערמינען אויף מאַמע־לשון. אַפֿילו מײַן ענטוזיאַזם פֿאַר אַזאַ אויפֿגאַבע לאָזט זיך אויסשעפּן, באַזונדערש ווען מײַן געדולד איז אַ באַגרענעצטער.

    השבמחק
  4. אנונימי6:25 AM

    יא איך פארשטיי דיין טענה לגבי דאס איבערטייטשן היינטגע מאדערענע ענגליש און אלטן אידיש. כמעט נישט מעגליך אן מחדש זיין א נייער ווארט אין יעדע פאראגראף

    אגב, האב איך דיר געוואלט פרעגן, איך האב באמערקט אין א גויאישער בוך געשפעט, האבן זיי ארויסגעלייגט א נייעם בוך, וואס איינער כארנאקאלירט זיינע אדוואנטורס, וויאזוי ער האט געזאמעלט פון איבער דער גארער אידישער וועלט, א קאלעקציע פון איבער א מיליאן אידישע ביכער.

    עס סאונד זייער אינטערסאנט. האסטו געזען דעם בוך?

    השבמחק
  5. אנונימי6:43 AM

    shulem,

    r u series with your line of reasoning???

    or r u joking?

    maybe you want to do a review on my new book with the same parallels. like the "Nazis and Jews"? or what about a new title for my upcoming book: cancer patients and the Jews?

    aren't we minority groups different from main stream depending where we look?

    השבמחק
  6. משה,

    לא זכיתי להבֿין וואָס איר האָט געמיינט מיט אײַער קאָמענטאַר. לאָמיר אָבער זאָגן בפֿירוש וואָס איז ביז אַהער ניט דערזאָגט. מן־הסתּם האָב איך אַ ווײַט פֿאַרשיידענע מיינונג וועגן „פֿריילעכע“ ווי אַ סך פֿון מײַנע לייענערס. בײַ זיי (איך וועל ניט זאָגן ווער „זיי“ זײַנען, נאָר איר קענט זיך אַליין שטויסן ווער) רופֿן די „פֿריילעכע“ אַרויס אַ געפֿיל פֿון אינסטינקטיוון דערווידער, אַפֿילו עקל. בײַ מיר איז אַנדערש. איך זע ניט קיין לכתּחילהדיקע מאָראַלישע פּראָבלעם מיט האָמאָסעקסואַליזם (איך פֿאַרשטיי די הלכהשע ענינים, און אין כּאן מקום להאריך, כאָטש מײַן צוגאַנג אויך דאָרט איז אַ ליבעראַלער, קיין חידוש ניט). אַ צאָל באַקאַנטע, חבֿרים, און קאָלעגעס מײַנע זײַנען גייס/לעזביאַנקעס. מעג איך ציִען אַ פּאַראַלעל צווישן זיי און ייִדנטום אָן צו באַליידיקן קיינע פֿון די צוויי זײַטן.

    דאָס איז בתּורת הקדמה. אויב איר ווילט ווידער איבערגעבן אײַער טענה אויף אַן אופֿן וואָס איך קען פֿאַרשטיין (מײַן שולד, מסתּמא) קען איך פּרוּוון ענטפֿערן.

    השבמחק
  7. יענקעלע – דאָס בוך קען איך ניט. ווי הייסט עס?

    השבמחק
  8. איך קען יאָ דאָס בוך׃ דאָס זענען לאַנסקיס
    מעמואַרן,
    "Outwitting History"
    כּדאי צו לײענען, לױט מײַן נאַרישן שׂכל. פֿאַראַן אָן אַ צאָל אינטערעסאַנטע ביכער װאָס זענען לעצטנס אַרױס׃
    און"The Unchosen" פֿון העלאַ שינסטאָן
    מיכאל װעקס' בוך "Born To Kvetch,"
    כאָטש איך האָב אַ סך טענות צו דעם. אָבער דער עיקר׃ ס'איז דאָ װאָס צו לײענען. כּל טובֿ

    השבמחק
  9. תגובה זו הוסרה על ידי מנהל המערכת.

    השבמחק
  10. אנונימי8:09 AM

    the above link is faulty, please fix it.

    thanks

    השבמחק
  11. אנונימי9:15 AM

    http://hydepark.hevre.co.il/hydepark/topic.asp?topic_id=1708204

    השבמחק
  12. אנונימי4:02 PM

    http://tinyurl.com/77p7v

    i must thank you for this new idea i found out from you to shorten long URLs

    השבמחק