יום שני, דצמבר 12, 2005

וואָס כ´האַלט אין באַקן

אַן אַרטיקל אין פֿאָרווערטס (פֿאַקטיש אַ פֿאָלייג פֿאַר זייער קאָנקורס) וועגן דעם, וואָס פֿאַר אַ זאַך ס´איז צו זײַן אַ (נײַער) איסט־סײַדניק הײַנט צו טאָג;

אַן אַרטיקל, אויך פֿאַר פֿאָרווערטס (צי מע וועט אָננעמען ווייס איך ניט) וועגן דעם סוררעאַליזם וואָס ס´איז די ייִדיש־וויקיפּעדיע;

אַן אַרטיקל וועגן אַרויסגעבן קינדערביכלעך.

צי זיי זײַנען כּדאַי ווייס איך ניט.

און דער עיקר, האַלט איך אין לייענען קאָרעקטור פֿון אַ נײַער דערציילונג ר´ קטלאס.

אַ כּלל, רוט מען זיך ניט אין קאַסאַ בערגער אי סאַלעד. (סאַלעד איז מײַן פֿרויס נאָמען, אויב איר ווייסט ניט.)

3 תגובות:

  1. אנונימי6:05 AM

    סוררעאַליזם

    וואס מיינט דאס?

    השבמחק
  2. אנונימי8:37 AM

    shulem, why dont u answer?

    השבמחק
  3. ס´איז שווער צו ענטפֿערן אַזוי גיך ווי כ´וואָלט געוואָלט, באַזונדערש ווען מײַן טאָגאַרבעט האָט ניט קיין צוטריט צו ייִדישע אותיות אויפֿן קאָמפּיוטער.

    „סוררעאַליזם“ מיינט צוויי זאַכן. (אין אָנהייב דאַרף מען פֿאַרשטיין, אַז שטאַמען שטאַמט דאָס וואָרט פֿון שורשים וואָס זײַנען טײַטש „אייבער־רעאַל“, דאָס הייסט מער וואָר ווי די וואָרהייט אַליין.

    סוררעאַליזם מיינט צוויי זאַכן. ערשטנס האָט עס אַ מער טעכנישע מיינונג וואָס האָט צו טאָן מיט דער קונסט. סוררעאַליסטישע קינסטלערס האָבן געוואָלט „באַפֿרײַען“ דעם מוח דורכן באַניצן זיך מיט דער שעפֿערישער כּוח פֿון אונטערבאַוווּסטזײַן, וואָס איז „מער רעאַל ווי רעאַל“, דאָס הייסט מער צובגעבונדן צו די אמתע מקורים.

    פֿאַראַן אָבער אַ צווייטע, מער אומפֿאָרמעלע מיינונג, און דאָס בין איך געווען אויסן. מיט „סוררעאַל“ מיינט מען אָפֿטער אויף ענגליש (און ייִדיש!) סתּם אומגעריכטע, אויסטערלישע אָדער מאָדנע־משונהדיקע פֿאַרגלײַכן אָדער קעגנאַנאַנדן.

    איך האָב פּשוט געוואָלט זאָגן, אַז די איינסן (ערכים) וואָס ווערן אָנגעשריבן פֿאַר דער ייִדיש־וויקיפּעדיע זײַנען מאָדנע אייבערפֿלעכלעך, אַפֿילו (טיילווײַז) פּראָסט און מוסרדיק. מיטן וואָלט „סוררעאַליזם“ האָב איך געוואָלט אָנווײַזן אויף אַזאַ מאָדנעדיקייט.

    כ´האָף אַז דאָס העלפֿט!

    השבמחק