יום רביעי, מאי 11, 2005
את חטאי אַני מזכּיר היום (איבערחזרונג 10,965)
טײַערע חבֿרים, די נשמה וויל זיך צעשרײַבן נאָר דער צײַטפּלאַן פֿון אַ מעדיצין־סטודענט, בפֿרט אויף דער כירורגיע־ראָטאַציע (עבֿודת פּרך!) לאָזט ניט. וואָלט איך געוואָלט פֿאַרענטפֿערן זיך, און בעטן אײַך מיר לאָזן וויסן אויב איר וואָלט געוואָלט לייענען עפּעס וועגן אַ ספּעציפֿישער טעמע. וואָלט איר געוואָלט הערן וועגן לעבן אין שפּיטאָל? וועגן קראַנקע ייִדן? וועגן לעבן אויף דער איסט־סײַד? כ´וואָלט געוואָלט צופּאַסן מײַן שרײַבעכץ צו אײַער אינטערעס.
הירשם ל-
תגובות לפרסום (Atom)
איך האב אייך געשיקט א אימעיל און נישט באקומען א תשובה, מסתם ווייל איר זענט זיכער זייער פארנומען.
השבמחקאבער אזויפיל מוז איך אייך מודיע זיין אז דער בליק האט שוין געגעבן זיין אנטווארט אין דער בליק חודש אדר א'
דער בליק האט געשריבן איבער אייער שטיקל וואס איר רייסט אראפ שימאנאוויטש'ן. זיי נעמען זיך מכלומר'שט אן פאר אים...
השבמחקשיק מיר דיין פעקס נומער (אויב די האסט שוין...) און איך וועל דיר עס אהינשיקן.
זייט געזונט.
כ´וואָלט שטאַרק געוואָלט באַקומען דאָס שטיקל אין „דער בליק“ (דאָס בליק־שטיקל?). כ´בין אָבער איינער פֿון די פֿאַקס־לאָזע. קענסט זיך מטריח זײַן און צושיקן מיר מיט דער פּאָסט, בין איך אײַך אייביק דאַנקבאַר:
השבמחקBerger
210 East Broadway Apt H301
NY NY 10002-5508
אַ דאַנק פֿאָרויס!
וואָס שײַך איסט־סײַד־טיפּן איז דאָס אַ פֿײַנע טעמע. וועל איך זיך נעמען צו דעם אין אַ שעת־הכּושר.
שוין געשיקט.
השבמחקאון זאגט מיר אייער נייע אימעיל אדרעס ווייל זעט אויס איר האט נישט באקומען מיינס א בריוועלע.
I am so impressed with your wonderful 'Yiddish', where did you learn it? it gives so much pleasure to read it. thank you
השבמחק