יום שני, נובמבר 21, 2005

ואם הימין ואשמאילה

און אַז עס גייט שוין די רייד וועגן פֿאָרווערטס, וואָלט מען געדאַרפֿט לייענען די דאָזיקע רעצענזיע אויב מע האָט אַפֿילו אַ קאַפּיטשקע אינטערעס אין דער געשיכטע פֿון אַמעריקאַנער ייִדישער ליטעראַטור. עס האַנדלט זיך אין אַ נײַער אַנטאָלאָגיע פֿון „פּראָלעטפּען“, אַ גרופּע אַמעריקאַנער לינקע שרײַבערס. דער ציל פֿון דער זאַמלונג, אויף איין פֿוס, איז אָפּצוגעבן אַן אָרט בײַם טיש צו די, וואָס מע האָט זיי כּלמורשט געפּרוּווט דערשטיקן דורך די אַלע יאָרן פֿון דער העגעמאָניע פֿון די „רעכטע“ אויף דער אַמעריקאַנער ייִדישער גאַס.

דער רעצענזענט, גענאַדי עסטרײַך, איז סקעפּטיש לגבי די פּאָליטישע טענות פֿון נײַעם בוך. כ´דאַרף זאָגן אַז כ´האַלט אויך אַזוי. מײַן מיינונג (אויף וויפֿל ס´איז ווערט) וועט איר קענען לייענען באַריכות אין אַ פּאָר וואָכן אַרום, ווען דער ענגלישער פֿאָרווערטס וועט דרוקן מײַן רעצענזיע בלע"ז. בקיצור איז מײַן טענה אַזוי: כאָטש אַ פּאָר פֿון די געזאַמלטע לידער זײַנען כּדאַי צו לייענען, און די אַנטאָלאָגיע וועט באַקענען דעם לייענער מיט אַ סך ביז אַהער ווייניק באַקאַנטע פּאָעטן, איז דאָ אַ מאָדנע סתּירה צווישן דער פּאָליטישער איבערגעגעבנקייט פֿון אַזוינע שרײַבערס און דער פּאַרעווער ליריק וואָס ווערט דאָ פֿאָרגעשטעלט.

ע"ש: כאָטש כ´האָב הישפּע טענות צום בוך בכלל, קומט אַ גרויסן יישר־כּוח אַמעליאַ גלייסערן פֿאַר אירע פֿעיִקע איבערזעצונגען, וואָס האָבן אין אַ סך פֿאַלן גאָר געראַטעוועט דעם אָריגינאַל פֿון אַ טויטן סענטימענטאַלקייט.

5 תגובות:

  1. אנונימי7:02 AM

    וואס מיינט אַנטאָלאָגיע?

    השבמחק
  2. אַן אַנטאָלאָגיע איז אַ זאַמלונג ליטעראַטור -- קען זײַן פֿון לידער (פּאָעמעס), דערציילונגען, עסייען, וכ´. דאָס וואָרט האָט מען געשאַפֿן אויפֿן סמך פֿון אַ מעטאַפֿאָר (אַזאַ משל): די גריכישע שורשים מיינען „אַ זאַמלונג בלומען“. מע פֿאַרגלײַכט אַ זאַמלונג לידער צו אַ בינטל בלימעלעך. דאָס וואָרט אויף ענגליש איז anthology. אַ סינאָנים אויף ייִדיש איז כרעסטאָמאַטיע, נאָר דאָס איז אַן עלטערע וואָרט. אויף עבֿרית קען מען עס אויך רופֿן „קובץ“ אָדער „לקט“.

    צו פֿיל אינפֿאָרמאַציע!

    השבמחק
  3. אנונימי9:22 PM

    וויי-ווי "פון א טויטן סענטימענטאַלקייט"?! ר' איד, "סענטימענטאַלקייט" איז, לעניות דעתי, לשון נקבה און איך קען בשום אופן נישט פארשטיין וואיאזוי עס פארט זיך ביי ענק מיט "טויטן", וואו האט איר זיך געלערנט מאמע לשון? אפשר אין "יומגנטשטרוף"? אבי געשריבן אויף מאמע לשון

    השבמחק
  4. Zayt moykhl, lerer. Vel ikh zikh shtreng hitn fun haynt on nisht oyver tsu zayn af di heylike gramatishe minim...

    השבמחק
  5. אנונימי1:36 PM

    der lehrer iz aich meichl abi ihr blaibt baim klorn seichl

    השבמחק